נייע ספין געבויט אויף אלטע הינער פיס
פארגאנגענע וואך האב איך ארויפגעלייגט א אשכול מיט פרינט סקרינס וואס צייגט ווי די ארוינים פראבירן ארום צו דרייען פאקטן און מצבים כדאי ס'זאל זיי אויסקומען גוט, זיי האבן ארויפגעלייגט א אשכול אז ר' לייביש איז גאר א שונא פאר ר' זלמן לייב און גאר א גוטער חבר מיט הגה"ק, זיי האבן צודעם צוגעשמירט שקרים וכזבים.
איך האב זיך נישט געפוילט און איך האב געברענגט פרינט סקרינס ווי "די זעלבע" שרייבער האבן שוין 2 יאר פריער געשריבן די זעלבע זאכן.
יעצט האנדלט זיך וועגן ר' לייביש ווייטער, די ארוינים זענען ארויסגעקומען מיט א פרישע מעשה אז די זאלי'ס האבן גערופן ר' לייביש ער זאל קומען פירן שבת אין מחנה דברי יואל - אחים זופניק (קווינס קעמפ) ווייל ר' זלמן לייב גייט זיין דארט שבת.
די ארוינים ווייסן זייער גוט אז ר' לייביש פליט צוריקן קיין אנטווערפן מיטוואך דעריבער איז נישט אין פלאן בכלל ארויסצופארן שבת אויף די בערג, אבער מיט דעם ספין וועלן זיי קענען צייגן, "די זאלי'ס זענען חוזק" ר' לייביש איז אהיימגעפארן מיטוואך כדאי ער זאל נישט דארפן זיי שבת צוזאמען מיטן שטריק...
בהמות... ס'איז נישט אין פאלן ער זאל בכלל וויילן אין אמעריקע און קיינער האט אים נישט געלאדענט.
די שפילט זיך איבער די זעלבע מעשה ווי מיטן ירושלימ'ער רב שליט"א.
דער רב איז געווען אין אמעריקע, יענעם שבת האט כ"ק אדמו"ר מהרי"י לויטן פאלן געדארפט וויילן מיט די בחורים אין מחנה דברי יואל און די ארוינים זענען אויפגעקומען מיט דעם זעלבן ספין, למעשה האט דאס זיי צוריק געפראסקעט אין פנים ווייל נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעלאזט דעם שמועה האבט טאקע די גבאים פון רב גערופן בעטן אז דער רב וויל וויילן אינדרויסן פון שטאט אויף שבת...
אינטערשטע שורה האט זיך נישט אויסגעארבעט יענעם שבת צוליב דעם וואס הארט פאר שבת איז געבויערן געווארן א מיידעלע צו ר' יואל בן כ"ק אדמו"ר שליט"א עטליכע יאר נאך די חתונה און רבינו שליט"א איז געבליבן לכבוד די שמחה אין שטאט.
הפעם האט בשמחה יא געהאט שכל און פאר ער האט ארויפגעלייגט דעם פרישען ספין האט ער אויסגעמעקט דעם זעלבן ספין אויפן נאמען פון גאב"ד ירושלים שליט"א, אבער איך גלייב אז רוב שרייבער געדענקען נאך זייער גוט יענעם ספין.
מיר האבן פאר אים איין עצה, ניץ איבער די זעלבע ספינ'ס נאר איינמאל אין 5 יאר, אפטער וועט דער עולם געדענקען.
 |
|
|