טייערע תושבי קרית יואל,
עס איז נאך פארבליבן בלויז עטליכע שטונדען אפצוגעבן אייער שטימע.
עס איז איבריג ארויסצוברענגן דאס וויכיטגקייט פונעם פאראייניגטן כח ביי די וואלן, אין די צייט וואס מיר זעען מיט די אייגענע אויגן ווי ווייט קרית יואל איז אנגעקומען בס"ד מיט איר שטארקן "בלאק ווואוט".
זינט איר גרינדונג האט קרית יואל שוין געברויכט אנקומען אן א שיעור צו די דרויסענדיגע פאליטישאן'ס, און טראצדעם וואס זיי האבן געוואוסט אז זיי גייען אריינכאפן טאקע פארן העלפן קרית יואל, האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן צו העלפן קרית יואל מיט וואס נאר מעגליך.
מיר - קרית יואל'ע איינוואוינער - האבן שוין באקומען פון די רעגירונגען מיליאנען אויף מיליאנען דאלארן, וואס יעדער איינער פון אונז האט פרעזענליך הנאה טאג טעגליך. דאס איז אויסער אנדערע סארט הילף ווי די קרית יואל'ע עסקנים האבן שטענדיג אן אפענעם אויער, אלעס צוליב דעם "בלאק וואוט".
טייערע איינוואונער, גיט אוועק בלויז 10 מינוט, און ווען קרית יואל וועט קומענדיגן מאל באקומען א גרענט אדער ווען ר' אברהם ווידער וועט פועל'ן ביי די אימיגראציע דעפארטמענט פאר א איד וואס איר קענט נישט, וועט איר קענען זאגן מיט א פול מויל "איך האב געהאט א חלק דערין".
אלזא, נעמט אין באטראכט: יעדע איינציגע שטימע איז קריטיש וויכטיג פאר דעם צוקונפט פון קרית יואל.
ווי קענט איר צוקוקן ווי דאני וויקס וואס גיט זיך שוין דרייסיג יאר אוועק פאר קרית יואל זאל האבן אפילו איין שטימע ווייניגער בלויז צוליב זיין שטענדיגע שטיצע פאר קרית יואל?!
געדענקט: יעדע איינציגע שטימע ציילט!
 |
|
|