גוט געזאגט, דער וואס איז אריין אין קארט האט זיך געגראבן א גרוב, די הייליגע מקום קדוש בית רבינו הקדוש זי"ע איז ווייטער א תל תלפיות ווי הונדערטער מענטשן קומען יעדן טאג לערנען און דאווענען ווייטער ווי גארנישט וואלט געשען, יא, מיט לעקטער און מיט בית הכסא'ס, און די גרויסע שלעגערס וואס האבן שוין דורך די יארן טויזנט מאל געמיינט אז "אט מיט דעם יעצטיגן רשעות גייט מען זיי אינגאצן מסדר זיין איינמאל און פאר אלעמאל", און די נבואת הכתוב איז אייביג מקויים געוארן, כאשר יענו אותו כן ורבה וכן יפרוץ, מוסדות בני יואל האבן שוין היינט איבער 1500 קינדער קע"ה כ"י, הערליכע ישיבות בתי מדרשים כוללים און מקואות אין אלע זייטן קרית יואל.
זאלן די לאנגיעריגע שלעגערס און הולכים בערכאות ווייטער אנהאלטן מיט זייער אלטן סיסטעם פון צאפן אידיש בלוט און פרובירן אפשפארן בתי מדרשים און מוסדות התורה, און אזוי מיט די פעולות ווייטער העלפן מיט דעם צו בויען די הייליגע מוסדות בני יואל, און אירע הערליכע קהילות, ווי די עקספיריענס האט געוויזן ביז יעצט.