בית פורומים כל העולם כולו

רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2009 03:28 לינק ישיר 
רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל!

 

דא זאל יעדער איינער שרייבן אלע מיינונגען בנוגע די רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל

נישט כסדר עפענען פרישע אשכולות.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2009 17:11 לינק ישיר 

אנ''ש האט אנגעצויגען מיט 700 שטימעס מער וואו די זאליבאנעצעס און סעפטיקער באניצער'ס, דאס מיינט אז אנ''ש האט ווייטער דעם בלאק וואויט און קרית יואל,

און די זאליבאנצעס סעפטיקער באניצער, וואס האבן געוואלט אריין ברענגען די דעמעקראטען און מאנרו, האלטענדיג אז די וואס ברענגען אריין א נייע פארטיי אפי' נאר מיט א פאר שטימעס, געניסט טובות פון פון די ערוועלטע קאנידאטען, דעריבער האלטען זיי אז זיי האבן עפעס געווינען,

די שאילה איז נאר, מיט וואס פאלעטישענס רעכענען זיך מער, מיט א בלאק וואויט, אדער מיט די וויילער וואס האבן זיי אריין געברענגט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2009 08:12 לינק ישיר 

ווי עס שטעלט זיך ארויס האט COLON דער דעמאקראט געשטיצט פון די איחוד הקהלות אנטקעגען WEEKS געהאט ט אין קרית יואל 1,809 שטימען און WEEKS וואס האט געהאט די שטיצע פון אנש (ארונים) און א חלק פון ויואל משה האט אנגעצויגען 2,592



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 06:43 לינק ישיר 

די אהרונים האבן ווייטער ארויסגעברענגט א לענדסלייד פון 60 פראצענט און די זאליס זענען ווייטער געבליבן מיט זייערע 40 פראצענט שטימען.

שוין יארן וואס די אלייענס פרובירט זיך צו שיסן אין די פיס דורך זיך צוזאמשטעלן מיט די אנטיסעמיטן פון פראטעקט מאנרא, און ס'איז זיי נישט געלונגען.

יעצט אבער האט עס פיינעלי געפלאצט און די דעמאקראטן האבן געווינען.

די גוטע נייעס איז אז:

1. קרית יואל האט שוין ב"ה היינט גוטע קאנעקשאנס מיט די דעמאקראטן פון אלבאני ביז וואשינגטאן, און דעריבער האט מען מער נישט קיין פראבלעם מיט'ן אריינברענגען דעמאקראטן. קרית יואל אינדארסט שוין דעמאקראטן פאר א שיינע פאר עלעקשאנס. (2 פון די 3 דעמאקראטן אין קומענדיגן סיטי קאנסיל זענען אינדארסט געווארן דורך קרית יואל)

2. די סטראשע אז אונז גיי מיר ארויסרוקן די רעפובליקענס איז אראפ פון טיש.

יעצט זענען די דעמאקראטן אינסייד, און זיי גייען העלפן קרית יואל, און זיי גייען לכבוד דעם זיך מאכן שונאים צווישן די מאנרא גוים, און ביי די קומענדיגע עלעקשאנס, צי איינס אדער צוויי עלעקשאנס דערויף, גייען די מאנרא אנטיסעמיטן ארויפלייגן אנטיסעמיטן אויף די רעפובליקען ליין.

פארשטייט זיך אז די אלייענס וועט דעמאלט זיך צוזאמשטעלן מיט די אנטיסעמיטן און ארויסרוקן די דעמאקראטן (די רשעים דעמאקראטן וועלכע העלפן פאר דוד עקשטיין קעמפן קעגן בני יואל...) זיי וועלן ארבעטן שווער דאס אויסצופירן און נאך א 15 אדער 20 יאר וועט עס זיי געלונגען.

דאן וועלן די רעפובליקענס ארבעטן מיט קרית יואל פאר נאך 15 אדער 20 יאר ביז ווילאנג די אלייענס וועלן נאכאמאל העלפן פאר די אנטיסעמיטן ארויסרוקן די אינקאמבענטס.

און אזוי וועט זיך דער שפיל איבערחזרן איינמאל און נאכאמאל, און די אלייענס וועט כסדר זיך האלטן ביזי, און אזוי גיין אין וואנט אריין איינמאל און נאכאמאל, און יעדעס מאל צוריקקומען צו מפטירין כדאתמול, ווייל חוץ פון זיך צוזאמשטעלן מיט פראטעקט מאנרא, איינמאל אין פיר יאר זענען זיי פאוער-לאז און מאכטלאז, און קענען גארנישט אויפטאן, לויט ווי זיי האבן אליינס דערקלערט אין זייערע מרה שחורה קאמפיין צעטלעך...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2009 06:26 לינק ישיר 

מיט 49% געציילט אינעם דעם זיבעטן קאונטי לעגיסלעטור דיסטריקט (וואס נעמט נישט אריין קרית יואל), האלט דער ריפובליקאנער טאונסענד ביי 1,615 שטימען קעגן 1,602 פאר דעם פראטעקט מאנרא קאנדידאט מירנע קעמניטץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 06:01 לינק ישיר 

סופערווייזער:
ליאנארד 5,128
דעפיליפיס 2,623

טאון ריכטער:
וואסקוועז-דאלעס 6,333
ראזענטאל 1,403

טאון קאונסיל:
McQuade 6,390
 Colon 3,891
Weeks 3,600
 Martin 1,250 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 05:54 לינק ישיר 

וויפיל וואוטס האט דאני וויקס געהאט אין קרית יואל?  און וויפיל האט זיין קעגנער געהאט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 05:52 לינק ישיר 

טעיתי.

לענארד האט געווינען סופערווייזער 66 צו 33 פראצענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 05:49 לינק ישיר 

פון איבער די גאנצע טאון פון קרוב צו אכט טויזענט שטימען האבן אלע דעמאקראטן/פראטעקט מאנרא געווינען.

אין קרית יואל גופא האבן אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטן אנגעצויגן 2,718 קעגן 1,707.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 05:48 לינק ישיר 

באקומען מעסעדזש פון קול אנ"ש אז ביי די זשאזשעס איז געווען 2718 פאר אנ"ש צו 1707 פאר זאליס/בנ"י, כווייס נישט וואס סמיינט, און ווארט אויף די איבריגע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 05:32 לינק ישיר 

נאך אלס נישט דא קיין רעזולטאטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 04:59 לינק ישיר 

מען דארף נאך א ביסעל פיקסען די נומבערס פאר מען קען עס ארויסגעבען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 04:57 לינק ישיר 

טאקע אינטערסאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 04:56 לינק ישיר 

וואס דויערט אזוי לאנג פאר די רעזלאטס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 04:20 לינק ישיר 

שוין, די זאליס הייבן שוין אן מיט דעם ספין...

זיי זענען געווען נוטראל אויף די ריכטער... זיי זענען געווען נוטראל אויף קאונטי לעגיסלעיטער...

יא יא, אזוי נוטראל ווי נוטראלער איז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2009 04:20 לינק ישיר 

וואס איז מיט הכרת הטוב פאר מארטין און ראזענטאל, וועם אנש האט אינדארסירט 4 יאר צוריק?.

וואס האבען זיי געזינדיגט אז מען האט זיי אויפגעהערט צו שטיצען?

דער ענטפער איז ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין שאנס אריינצוקומען וויייל איחוד הקהילות האט זיך צוזאםגעשטעלט מיט די דעמאקראטען אין TOWN

WEEKS האט א שאנס אריינצוקומען מיט די שטיצע פון א חלק שטיצער פון ויואל משה און דאס איז די סיבה פארוואס די אנש (ווילידש) האט געפייט פאר אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext