לדעתי איז די מעשה מיט י. לאנדא דומה צו דעי אפגאניסטאנער פרוי (להבדיל) וואס דעי טעראריסטן האבן איר געשיקט אין א שאפינג מאלל מיט אן פאקעט-בוק אויף די פלייצע, און קומענדיג צום ציל האט דעי אומשילדיגע פאקעט-בוק אויפגעריסן, און צווישן אלע דערהארגעט דעם פרוי אויך .
ווען עקלשטיין האט באשטעלט י. לאנדא, פאר דעי אקציע, האט ער לכאורה נישט ספעציעל מאריך געווען וואס ער צילט תכלית מיט דעם טייוולאנישן שליחות, און לאנדא מיט זיין ארונישע תמימות האט ווייזט אויס אפגעקויפט עקלשטיין'ס באבע מעשות פארוואס ער דארף וויכטיג דעי בילדער (עכ''פ געמוזט אפקויפן, ציטערינדיג פון דעםטרויעריג בארימטען מֲאָנֳס) און זיך פלייסיג גענומען צו די ארבעט ווי מ'האט אים געשיקט - בשעת עקלשטיין פאטשט זיך זיין אויפגעבלאזענעם בויך זעענדיג ווי זיין שעיר לזעזל פאלגט שיין ווי א וואויל יונגעל - נישט וויסענדיג נעבעך און וואספארא שטינק עקלשטיין לייגט אים יעצט אריין וואס דער מייסטער טעראריסט האט יא גוט געוואוסט!
מיין כוונה מיט דעי שורות איז נישט אזוי ווייט אויף ריינצוואשן י. לאנדא, ווי צו אנמערקן אז ווען איינער טוט א נעבירה בשליחות, דארף מען אויך זען ווער ס'איז דער משלח, און אויב איז דער משלח דוד עקשטיין-ס'זאל קיינער נישט געפרואווט ווערן, דארף מען אויך דן זיין דעם שליח ווי ווייט פושע ער איז דארט געווען און צו ער פארדינט טאקע מ'זאל אים ב'טיטלן מיט דעם זעלבן טיטול ווי דער 'שר הרשעות' דוד עקשטיין שר''י במהרה ומחה ד' דמעה מעל כל פנים! ונאמר אמן,
 |
|
|