בית פורומים כל העולם כולו

העדה געכאפט פעלשן - פשעווארסק באזוך.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2009 20:29 לינק ישיר 
העדה געכאפט פעלשן - פשעווארסק באזוך.

די אויסגאבע "העדה" האט פראבירט צו פעלשן די נייעס איבער דעם באזוך פון פשעווארסקער רבי'ן ביים סאטמארער רבי'ן (מהר"א) אין וויליאמסבורג,

און פינקט וויאזוי אלע זאליס האבן דאס נישט געקענט פארדייען, האט דער "עדה" פובליציסט, ליבערמאן געמיינט אז מ'קען פעלשן און שרייבן ליגנט.

אט דא שרייבט ער אז פשעווארסקער רבי האט צו ערשט באזוכט דעם סאטמארער רבי'ן (מהר"א) אין קרית יואל....
און דערנאך דעם יונגערן ברודער אין וויליאמסבורג.
ליבערמאן מיינט אפשר אז ס'איז נאך אין די תר"פ יארן און מ'וועט אים נישט כאפן ביים ליגענט.


זעהט אויך דאס ליצנות איבער די קווינס ישיבה שבע ברכות, אז פשעווארסקער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר רז"ל איבער די שיינע שבע ברכות וואס מ'האט צוגעשטעלט. איך האב אויסגעפלאצט אין געלעכטער... דאס האט רבי לייבוש לייזער זיך באדאנקט פאר'ן רז"ל... איבער די שיינע שבע ברכות (?)...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2009 21:22 לינק ישיר 

אייזיק
די בלאזט אויף א יש מאין
די גליון העדה האט גארנישט מיט די זאלי'ס, עס קען זיין עס ער האט גענומען פין זיי אינפארמאציע אדער איז סתם אזוי נישט גיט אינפארמירט געווארען
אדער האט ער פשוט א שרייבער א שקרן / א זאלי'ס

אבער די זאלי'ס שפייען בלוט וועכענטליך פין די רייכע ארטיקלען פין הרב שמואל שלמה טעללער
(נישט אז ער שרייבט עפעס קעגן זיי, נאר וועס קען די זאלי'ס ווייזט אז זיי דערהייבען נישט דעם בלאט, אין וויבאלד ר' שמואל שלמה'ס מאמרים לויפן אויך אין די בלאט קאסט עס ביי זיי מיסע קללות ווי שוין באריכטעד דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2711012&forum_id=16386)

ר' יונה
כ'האב מיך געראדע געווינדערט ווען כ'האב געפרעגט עטליכע אנוועזענדע ביים שבע ברכות וואס ר' לייבוש האט גערעדט אין יעדער האט ארויסגעדרייט מיט א אנדערע תירוץ.

קען איינער ברענגן די קליפ פין די ש''ב ווען ר' לייבוש רעדט?



תוקן על ידי rebyankel ב- 05/11/2009 21:25:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2009 21:12 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא פון די דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געדארפט זאגן אין קווינס...

ביי די חתונה האט רז"ל שטארק געמיטשעט רבי לייבוש אז ער זאל זאגן א דרשה פאר די בחורים, - געמיינט האט ער פארשטייט זיך אזוי ווי עס שטייט דא אויבן אז ער זאל אויסרימען רז"ל, און זיך באדאנקען פאר פיערלשטיין הנהלת הקהלה פאר די שבע ברכות, - רז"ל האט געזאגט פאר רבי לייבוש אז די בחורים בעטן זיך אז ער זאל רעדן, זיי דארפן חיזוק, זיי ווארטן שוין חדשים פאר אזא דרשה.

רבי לייבוש האט אים געזאגט אז ער וועט נישט רעדן.

צומארגענעס ביי די שבע ברכות פאר רבי לייבוש איז אריינגעקומען, איז רז"ל מיט נחמן שטויבער שאול פערלשטיין געזיצען מיט אים, און זיך געבעטען אז די בחורים וועלן ממש נישט אויס האלטן אז ער וועט נישט רעדן, און ער מיז רעדן, רבי לייבוש האט געזאגט בלא, זיי האבן ווייטער געמיטשט ביז רבי לייבוש האט שוין נישט געזאגט בלא בפה מלא.

און מיטען די שבע ברכות רז"ל ריקט אליין צו די מייק צו רבי לייבוש, שלמה יעקב, משה גבאי, מעכיל שלעזינגער, יעדער שרייט שא שא שטיל!!, איצט קומט די באמבע, רבי לייבוש זעהט און וואס מען פירט אים אריין דא, ער שטייט פארטראכט דא וואס טוט מען דא, נאך א מינוט שטיל זיין, זאגט ער א יישר כוח, ברכה והצלחה, און רבי לייבוש ווערט שטיל גענוי ווי ביי די זאלי צעראמאניע אין אנטווערפן.

באמס, משה גבאי ווערט בלאס, רז"ל ווערט גרין, אלע שטייען דארט ווי פגרי מתים, פערלשטיין דערמאנט זיך פון זיין זון אין פאלאק לאט, בקיצור עס האט אויס געקוקט דארט ווי פאלאק בית החיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2009 20:33 לינק ישיר 

דארפסט אים נישט מבזה זיין ברבים
שרייב אים, ער וועט עס פארעכטן קומענדיגע וואך.

אזהרה: פאר גילוי שמות ווערט מען אויסגעשפארט

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/11/2009 20:59:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העדה געכאפט פעלשן - פשעווארסק באזוך.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext