בית פורומים כל העולם כולו

ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2009 02:57 לינק ישיר 
ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא

די וואך זענען תושבי קרית יואל עדות געווען צו אן אומגלויבליכע געשיכטע, די ראשי הזאליס אין קרית יואל זענען געגאנגען בידים און זיך געשטאכן אין רוקן, דורך ארויסוואוטן זייערע בעסטע פריינט פונ'ם טאון קאונסיל אין טאון אף מאנרא, און די ווילידזש פירער האבן נישט געקענט טאן עפעס אנדערש ווי זיך קלאפן די פלייצע און לאכן א גוטס.

נישט אלע ראשי הזאליס זענען צוגעשטאנען דערצו. עס זענען געווען אפאר פון זיי וואס האבן פארפירט אז מען זאל יא שטיצן די אינקאמבענטס און מען האט זיך געריסן דארט ביי די קעפ אזוי אז ס'איז שיעור געגאנגען פעטש.

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן נאר דערציילן דבר דבור על אופנו.

ווי יעדער ווייסט איז מאנרא קאנטראלירט געווארן דורך די רעפובליקאנער פאר צענדליגער יארן. אפאר פון די קאונסיל מעמבערס זענען נאך דארט זייט דעם דברי יואל זי"ע'ס צייטן. זיי האבן כסדר געוואונען ריעלעקשאן דורך א מאיאריטעט פון די איינוואוינער פונעם טאון און מיט די שטיצע פון תושבי קרית יואל.

מיט א צען יאר צוריק האט זיך דער מצב אנגעפאנגען צו טוישן. די גוים אין טאון זענען מיד געווארן פון עלעקטן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע קאנדידאטן, אזוי ווי ס'איז א נארמאלע זאך אין גאנץ אמעריקע און דערצו האט עס געזאלט הייסן אז די רעפובליקענס זענען פרא-קרית יואל און די שנאה צו קרית יואל איז ווי באקאנט אלעמאל געווען זייער שטארק צווישן די איינוואוינער פון טאון. בקיצור ס'האבן אנגעפאנגען זיך ארויסצושטעלן קאנדידאטן צו לויפן קעגן די אינקאמבענטס. זייט דעמאלטס איז יעדע פיר יאר פארגעקומען זייער שווערע און היציגע עלעקשאנס אין מאנרא. די קעגנערס פון די אינקאמבענטס זענען געלאפן אויף אן אייגענע פארטיי מיט'ן נאמען פראטעקט מאנרא, און אין געוויסע עלעקשאנס האבן זיי געהאט די שטיצע פון די דעמאקראטישע פארטיי, בשעת אין אנדערע עלעקשאנס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אנדערע קאנדידאטן ווי פראטעקט מאנרא.

אין בערך יענע צייט איז געגרינדעט געווארן די טאליבאן אלייענס פון קרית יואל וואס האט זיך גענומען א ציל צו צוברעכן און נישט אויפצוטאן. זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען ארויסשטעלן אייגענע ליסטעס פאר די וואלן, און מיט די הילף פון די בני יואל, זאליס, טאהשער, תולדות אהרנער, ספינקער און אלע אנדערע טאליבאנער פראקציעס אין קרית יואל איז זיי געלונגען אנצוציען צווישן 35 און 40 פראצענט פון די וואוטס.

די אלייענס האט זיך דעמאלטס געמאכט א חשבון אז היות קהל יטב לב אינדארסירט רוב מאל רעפובליקענס, וועלן זיי זיך נעמען אינדארסירן דעמאקראטן און אזוי ווייזן זייער כח קעגן דעם ווילידזש.

במשך די קומענדיגע פאר יאר איז געשען אסאך זאכן: ניו יארק איז געווארן א שטארקע דעמאקראטישע סטעיט, די רעפובליקענס האבן פארלוירן צענדליגער זיצן אנגעפאנגען פון דעם יו עס סענאט, קאנגרעס, סטעיט סענאט, אסעמבלי און געענדיגט ביז צו די קליינטשיגע טאון פארמעסטן.

קרית יואל האט תיכף איינגעזען אז די ווינט האט אנגעפאנגען צו בלאזן אין א צווייטן דירעקשאן און מען האט אנגעפאנגען אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט די דעמאקראטן. פון אנפאנג איז עס געגאנגען נאר אויף א סטעיט לעוועל, דערנאך איז עס ארויף ביז צו א נעשאנעל לעוועל, ביז ס'איז געקומען דערצו אז די פירער פון קרית יואל זענען געווארן גאר נאנט מיט די סאמע העכסטע דעמאקראטן.

ס'איז נישט געגאנגען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. אבער עטליכע אנטוויקלונגען במשך די יארן האבן געפירט דערצו אז קרית יואל האט געצויגן אסאך חן אין די אויגן פון דעמאקראטן, אריינגערעכנט דער פאקט אז קרית יואל האט געהאלפן די דעמאקראטישע פארטיי אין עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.

ר' ליפא פריעדמאן, אנטשולדיגט, כ'מיין צו זאגן ר' גדלי' סעגעדין, האט שוין דעמאלט איינגעזען ווי וויכטיג ס'איז דער שלח לחמך על פני המים. ער האט מיט זיין געניטן בליק איינגעזען אז די דעמאקראטן זענען אויפ'ן וועג איבערצונעמען די מאיאריטעט אין ארענדזש קאונטי, און ער האט אינוועסטעד זייער אסאך כדי צו אנקניפן פריינדליכע באציאונגען מיט די צוקונפטיגע פאליטישע פירער פון אראנדזש קאונטי.

דאס אז גדלי' האט געמאכט די ריכטיגע קאל דארף מען קיינעם נישט זאגן. במשך די קומענדיגע פאר יאר האבן צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער ארויסגעמופט קיין ארענדזש קאונטי. די אמאליגע רעפובליקאנער באזע איז צוביסלעך געווארן מער און מער דעמאקראטיש געשטימט. די דעמאקראטישע פארטיי אין מאנרא איז געוואקסן מיט 600 וואוטערס, בשעת די רעפובליקאנער האבן פארלוירן א שיינע צאל וואוטערס.

דא דארף מען אריינהאקן און דערמאנען וואס חז"ל זאגן אונז אלעמאל, עשיו שונא ליעקב. ווי שטארק דער גוי לאכט צו אונז האט ער אונז אלעמאל פיינט. די איינציגסטע זאך וואס מאכט אים פארגעסן זיין שנאה איז דער פאקט אז ער דארף צוקומען צו אונז. פארשטייט זיך אז ס'איז דא אויסנאמען חסידי אומות העולם אבער ע"פ רוב זענען פאליטישאנס - פאליטישאנס און זיי טוען וואס זיי קענען צו געווינען, און אז זיי זעען אז זיי קענען נאר געווינען אויב זענען זיי אנטי-קרית יואל וועלן זיי זיין אנטי-קרית יואל.

פאר לאנגע יארן זענען די ארענדזש קאונטי דעמאקראטן געווען שטארק אנטי קרית יואל, ווייל דאס איז געווען דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיי האבן געקענט געוואונען אין אזא רעפובליקאנער פעסטונג. אבער זייט די רעפובליקענס זענען געקומען צו די מאכט האט מען אנגעפאנגען צו זען גאר אן אינטערעסאנטע פענאמענא, די דעמאקראטן האבן אנגעפאנגען נאכצולאזן פון זייער אנטי קרית יואל שטעלונג און די רעפובליקענס האבן אנגעפאנגען צו ווערן אנטי קרית יואל.

מען האט דאס געקענט זען אין עטליכע פעלער, קודם איז פארגעקומען אן אנטי פייפליין וואוט אין די קאונטי לעדזשיסלעיטאר און איין דעמאקראט וואס האט געפלאנט צו לויפן פאר אסעמבלי האט זיך מיטאמאל געטוישט שטעלונג און נישט געוואלט וואוטן קעגן דעם פייפליין. ער האט געזאגט פאר דעם רעקארד דעמאלט אן קיין בושה אז ער וויל נישט טשעפען קרית יואל ווייל ער האפט צו באקומען זייער שטיצע פאר זיין אסעמבלי פארמעסט.

ווידעראום די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן א שפראך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי. זיי האבן אנגעפאנגען צו טשעפענען דעם פייפליין, און אפילו גאר אריינגעגעבן א לאוסוט קעגן קרית יואל וואס האט אפגעקאסט הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר די ווילידזש אויסצופייטן. וואס איז געשען? די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן אין יענע צייט אויפגענומען א נייעם פירער, ביל דעפראספא, וועלכער האט זיך געמאכט א חשבון אז ארענדזש קאונטי ווערט מער דעמאקראטיש און ער האט באשלאסן אז די רעפובליקאנער פארטיי קען מער נישט קעיטערן קרית יואל אזוי ווי אמאל. זיי האבן נאר געקענט קעיטערן קרית יואל ווען ארענדזש קאונטי איז געווען א רעפובליקאנער פעסטונג און מען האט נישט געדארפט מורא האבן פון דעם צד שכנגד, אבער יעצט אז די דעמאקראטן הייבן זיך די קעפ אין די קאונטי קען מען שוין נישט ריסקן מיט'ן חנפ'ענען קרית יואל. דעפראספא איז געווען דער וואס האט איבערצייגט די רעפובליקאנער פאליטישאנס אז ס'איז נייע צייטן און מען קען מער נישט העלפן קרית יואל. דאס איז געווען דער אנהייב פון א נייע און גאר שווערע רילעישאנשיפ צווישן קרית יואל און די רעפובליקאנער, וואס איז עטליכע מאל ממש ארויס פון קאנטראל, ווי למשל ווען די קאונטי האט אפגעשפארט א מעין ראוד נעבן קרית יואל וואס באלאנגט פאר די קאונטי, ווייל מען האט געבויט א סיידוואק פאר די פרויען און קינדער אן בעטן פון זיי רשות. וואס די קאונטי האט געטאן איז געווען ממש א הימל געשריי.

די אינטערעסאנטע זאך איז געווען אז דאס גיין צו לינקס האט נישט געהאלפן פאר די רעפובליקענס. זיי האבן במשך די קומענדיגע פאר יאר פארלוירן איין עלעקשאן נאכ'ן אנדערן, אריינגערעכנט די עלעקשאן פון די רעפובליקען קאנגרעסוואמען סו קעלי וואס האט פארטרעטן קרית יואל.

סו קעלי איז פאר א שטיק צייט געווען פרא-קרית יואל און אפילו פרא-פייפליין, אבער נאכ'ן באקומען דעם מעסעדזש פון די פארטיי פירער אז מען דארף אויפהערן צו שטיצן קרית יואל האט זי פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן אן אנדערע שפראך. זי האט געזאגט אז זי גייט שטערן די 20 מיליאן דאלאר גרענט פאר'ן פייפליין און אזוי אויך האט זי אויפגעהערט צו געבן געלט פאר סיידוואקס, פראגראמען א.א.וו. זי האט געמיינט אז דאס וועט איר העלפן. אבער ס'האט איר למעשה גארנישט געהאלפן ווייל קרית יואל'ס שטיצע האט זי פארלוירן און די גוי'אישע שטיצע האט זי נישט צובאקומען.

ביי די עלעקשאנס פון 2006 האט קרית יואל מסכים געווען נאכצוגעבן דעם פארלאנג פון די דעמאקראטישע פירער, אנגעפאנגען פון פעלאסי, ריעד, און אראפ ביז קלינטאן, שומער און סילווער א.א.וו. צו שטיצן דזשאן האל, היות קרית יואל האט סייווי מער גארנישט געהאט פון סו קעלי. דער רעזולטאט איז געווען אז דזשאן האל האט געוואונען, און האל ווייסט אז ער האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל און ער העלפט ארויס די ווילידזש אויף טריט און שריט, שוין חוץ פון דעם וואס פעלאוסי און ריעד און אלע אנדערע פירער העלפן אויך שטארק קרית יואל, אלס הכרת הטוב אז מען האט זיי נאכגעגעבן זייער פארלאנג.

די בעסטע ראי' אז פאליטישאנס טוען אלעס נאר כדי צו געווינען, קען מען זען פון דעם פאקט אז ווי נאר סו קעלי האט געהערט אז קרית יואל שטיצט איר נישט האט זי געעפנט א מעכטיגן קאמפיין קעגן דזשאן האל, און געזאגט אז ער איז פרא-קרית יואל און אז קרית יואל שטיצט איר נישט ווייל זי איז אנטי פייפליין א.א.וו.

המשך יבוא...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 03:32 לינק ישיר 

http://archive.recordonline.com/archive/2006/05/18/brf951.htm

Republican appointed doles as councilman.  Doles had the support of the "local" republican politicians



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 00:16 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
יישר כח לעקסינגטאן פארן מחזק זיין די אהרונים

האסט געמאכט א דזשאב A1

איך וועל דיך לאזן זיך פרייען מיט דיינע חברים, און סאטמאר וועט ווייטער אנגיין מיטן סדר היום נאך דעם מעכטיגן זיג


כ'האף אויף ווייטער אז ענק זאלען האבען נאר ''אזעלכע זיגען''
אין לעקסינגטאן וועט קענען אויפשפילן ענקערע געלונגענע נצחונות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 00:03 לינק ישיר 

דוד'ל איך בין געווען זיכער אז דו שלאפסט, אבער אויב דו ביסט יא אויף לאמיר דיר פרעגן
האסט אפשר פשוט פארזעהן בשוגג די בזיון נורא וואס ווערט אנגעפירט דורך רז"ל פיליפ פון ענקער קישקע לישקע

אויב האסטו נישט וואס צו פארענטפערן און ביסט פשוט אין שאק ווי יעדער וואס זעהט דאס, האב איך גארנישט געזאגט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 23:40 לינק ישיר 

יישר כח לעקסינגטאן פארן מחזק זיין די אהרונים

האסט געמאכט א דזשאב A1

איך וועל דיך לאזן זיך פרייען מיט דיינע חברים, און סאטמאר וועט ווייטער אנגיין מיטן סדר היום נאך דעם מעכטיגן זיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 23:37 לינק ישיר 

יישר כח לעקסינגטאון זייער א גיטער אין ברייטער אפהאנדלונג


ביי די וועי די זאליס האבן שוין איינמאל געוואוט אקעגן "דאני וויקס" דעמאלט האט ער קוים געוינען אדאנק קרית יואל אין ווייל די גוים אין טאון זענען דעמאלט געווען ציטיילט אין צווי פארטייען איך געדענק שוין נישט די נעמען 

לעקינגטאון אויב מעגליך ברענג אבער יענע בעלאט   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 23:21 לינק ישיר 


לעקינגסטאן: א געוואלדיגע ארבייט! דו זעהסט אויס צו זיין גוט אויסגעקאכט אין די אלגעמיינע פאליטיקס, מיט אזא איינעם ווי דו האבן די זאליס דא א ערנסטע פראבלעם... (נישט וויל זיי האבן נישט דא קיין הויכראנגיקע איינגעשטעלטע..., ווייל ווער עס רעדט אמאל צו א זאלי פירער ווייסט אז זיי לעבן נעבעך געהעריג אויף: היידפארק... [נאו דשאוקס!] , נאר וואזשע דען, ווי דו האסט שוין ארויסגעברענגט אז די אלע שישקעס און העצערס ביי זיי הייבן נישט אן צו וויסן וואס פאליטיק מיינט אפילו, זיי ווייסן איין זאך: אהרן וויל אזוי? איך וועל אים ווייזן! והדברים עתיקים).



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/11/2009 23:21:47




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/11/2009 22:30 לינק ישיר 

יש''כ לעקסינגטאן
לייגסט אראפ א קלארע אין גיטע ארבעט, כה לחי'

ביג סאטמאר, דיינע תגובות געבן צו צי אשכול, אזוי קוקט מען אויס ''ווען מ'שטעכט זיך אין רוקן''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 19:18 לינק ישיר 

אן אינטערעסאנטע נקודה:

ס'קען זיין אז די אלייענס איז אפשר געווען דער קינג מעיקער, ווילאנג זיי האבן געהאלטן די אומפאפולערע רעפובליקענס ביים קארג און זיי געסטראשעט אז אויב טוט עטס נישט וואס אונז הייסן פליט עטס ארויס פון דא, ווייל אין טאון האט ענק קיינער נישט ליב, און די רעפובליקענס האבן זיי אלס רעזולטאט געהאלפן אויף לארקין און ביים ביה"ח, אזוי ווי דוד46 האט אזוי גוט ארויסגעברענגט.

אבער מען קען נאר האלטן יענעם ביים קארג אזוי לאנג ווי מען סטראשעט אים, איינמאל ער איז אינדרויסן קענסטו אים מער נישט סטראשענען.

די דעמאקראטן אין מאנרא, דארפן נישט צוקומען צו די אלייענס, אזוי לאנג ווי זיי האבן די גוים פון מאנרא און די אנ"ש אידן פון קרית יואל.

טייערע זאליס, גוד לאק מיט ענקערע בנינים אינדרויסן פון שטעטל, און מיט ענקערע ווייטערדיגע פלענער פאר'ן ביה"ח. די אנטי-דעוועלאפמענט דעמאקראטן וועלן ענק שינדן די הויט, און ענק ווארפן צו די הונט, בשעת די גראוט וועט ווייטער אנגיין אינעווייניג אין די גרעניצן פונעם ווילידזש פול פאורס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 18:40 לינק ישיר 

נאכאמאל די מהר"א זייט גייט אויך אייביג פארקערט ווי מהרז"ל זייט אין וומ"ס ניין נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 18:38 לינק ישיר 

ביג סאטמאר, ניו יארק איז א דעמאקראטישע סטעיט? אמת'דיג? ווייל איך האב אלעמאל געמיינט אז ניו יארק ווערט קאנטראלירט דורך די טארי פארטיי פון ענגלאנד...

ווילאנג דו האסט מיר געברענגט פאלנע ליגנטס, וואס מען האט דיר געקענט צומאלן אויפ'ן פלאץ, ווי למשל אז קרית יואל'ס בעסטער חבר אין טאון אף מאנרא (ומכלל הן אתה שומע לאו) הארלי דאלס, האט נישט געהאט קיין קעגנער, און דו ביסט געבליבן ללעג ולקלס, איז געווען איין זאך, אבער ווען דו פאנגסט אן מיך מסביר צו זיין אז ניו יארק איז א דעמאקראטישע סטעיט, דא הייב איך די הענט, ווייל ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר פרובירן מסביר צו זיין אז קהל יטב לב דסאטמאר אויף 14 הופער איז אן אהרונישע שול און נישט קיין זאלונישע שול...

דו האסט שוין ארויסגעוויזן ווי אומוויסנד דו ביסט מער ווי איינמאל. און באמת ביסטו נישט דער איינציגסטער, אלע אלייענס מעמבערס זענען אומוויסנד, ווייל ווען נישט וואלט עטס נישט געגאנגען בלינדערהייט אין וואנט אריין און ארויסגעקאפעט ענקערע בעסטע חברים.

אבער פארוואס זאל איך נישט אריינגיין אין א שטיקעלע היסטארישע שמועס דזשאסט FYI, אז דער חשוב'ער עולם וואס ווייסט יא וואס טוט זיך מיט זיך, דא זאל פארשטיין בעסער ווי זאכן האבן זיך געטוישט אין ניו יארק די לעצטע צען יאר, און פארוואס טאקע קרית יואל האט באשלאסן אנצוקניפן ווארעמע באציאונגען מיט די דעמאקראטישע פירער.

לאמיר פארגלייכן 1999 צו 2009:

אין 1999 האט ניו יארק פארמאגט:
19 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און 12 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט.

אין 2009 פארמאגט ניו יארק:
27 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און 2 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט.

-----

אין 1999:
1 דעמאקראטישע סענאטאר 1 רעפובליקאנער סענאטאר

אין 2009:

2 דעמאקראטישע סענאטארס 0 רעפובליקאנער סענאטארס

----------------
אין 1999:
א רעפובליקאנער גאווערנאר.

אין 2009:

א דעמאקראטישער גאווערנאר.

-------------

אין 1999
די דעמאקראטן קאנטראלן די אסעמבלי, די רעפובליקאנער קאנטראלן דעם סטעיט סענאט

אין 2009
די דעמאקראטן קאנטראלן ביידע הייזער. דעם סטעיט אסעמבלי קאנטראלן זיי מיט א מאסיווע וויטא-פרוף אויבערהאנט.

------------------

במשך פון די צען יאר האבן די דעמאקראטן איבערגענומען קאנטראל פון קאונטיס, און פון קאונטי לעגיסלאטורן (זיי האבן איבערגענומען קאנטראל פון די ארענדזש קאונטי לעגיסלאטור אבער למעשה האבן זיי ביי די יעצטיגע וואלן, וואו די רעפובליקענס זענען ארויסגעקומען שטימען אין די מאסן קעגן אבאמא פארלוירן די קאונטי לעגיסלאטור אין ארענדזש קאונטי.) און פון טאונס און ווילידזשעס איבער די גאנצע סטעיט.

טויזנטער רעפובליקענס האבן איבערגעלאזט ניו יארק און געמופט קיין פלארידא און אנדערע רעפובליקאנער סטעיטס. פון די אנדערע זייט האבן אסאך דעמאקראטן פון ניו יארק סיטי ארויסגעמופט און זיך אויסגעשפרייט איבער אפסטעיט ניו יארק.

יעצט לאמיר רעדן פון טאון אף מאנרא:

ווי איך האב שוין געזאגט האבן די דעמאקראטן צובאקומען 600 נייע וואוטערס אין די טאון אף מאנרא די לעצטע פאר יאר, בשעת די רעפובליקאנער ענראלמענט איז דראסטיש געפאלן.

אפילו היי יאר ווען די דעמאקראטן האבן געכאפט מעכטיגע פראסקעס אין גאנץ אמעריקע, צוליב די שלעכטע דזשאב וואס אבאמא מאכט, האבן זיי אין טאון אף מאנרא אפגעהאלטן גרויסע זיגן.

בשעת עטליכע דעמאקראטישע לעדזשיסלעיטארס האבן פארלוירן זייערע בענקלעך אין אנדערע פלעצער אין ארענדזש קאונטי, האבן די דעמאקראטן אין מאנרא (אינדרויסן פון קרית יואל) ארויסגעקאפעט דעם רעפובליקאנער אינקאמבענט גרעגארי טאונסענד (א ווילדער אנטי-קרית יואל העצער) און אריינגעוואוט א דעמאקראטישע לעדזשיסלעיטאר מירנע קעמניץ (א פריינט פאר קרית יואל!!!)

ביג סאטמאר, ב"ה אז עטס פאנגטס שוין אן דעם ספין אז די האדסאן וואלי ווערט רעפובליקאניש, ווייל דאס איז דער תירוץ וואס עטס גייטס איינרעדן ענקערע קיען ביי די עלעקשאנס, ווען עטס וועט שטיצן די רעפובליקאנער קאנדידאטן קעגן די דעמאקראטישע אינקאמבענטס וואס קהל יטב לב אינדארסירט, ווייל עטס מוזט דאך אלעמאל גיין פארקערט ווי אונז...



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/11/2009 18:40:49

 



תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 06/11/2009 18:44:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 18:36 לינק ישיר 

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר דע בני יואל אין מהרז"ל חברה גייען דאך אין מאנרא די זעלבע וועג  ווי מהר"א זייט טיט אין וומ"ס פארוואס רייסט יעצט מהר"א זייט אראפ די אנדערע זייט ? יעדער פארשטייט אז יעדע זייט וויל ווייזען אז זיי האבן מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 17:51 לינק ישיר 

יישר כח לעקסינטאן

דער שפיץ וואס די זאגסט איז, אז די זאניבאנעצעס מיט סעפטיקער, וועלן זיך ענדערש שיסען 10און די אייגענע פוס, אבי זיי זאלען קענען שלאגען / ווייזען / אנלערנען / בייסען / שטויסען / פיקסען / נקמה נעמען / און אהרן ט''ב,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 17:22 לינק ישיר 

יישר כח לעקסינגטאן!!

איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די לאקאלע מאנראו טאון פאליטיק, אבער די חילוק ביים אינדארסירן קאנדידטאן פון די ווילידזש ביז די אלייענס איז הימל שרייענד וואס יעדער זעהט דאס אליין.

בשעת די ווילידזש אינדארסירט זייערע פריינד וואס האבן זיי געהאלפן אדער וועט ארויסקומען א טובה פון זיי, זיצט מען ביי די אלייענס און מען אינדארסירט נאר מיט וועם מ'קען גיבן א פאטש פאר קרית יואל. אפגעזעהן צו דער יעניגער איז א פריינד אדער פיינט.

מ'גייט מיטן קאפ אין וואנט.

----
ביג סאטמאר. איבער דיינע דמיונות האט מען שוין צוויי מאל איבערצייגט אז די ווייסט נישט בחייכון. ביטע מאך נישט שמוציג דעם אשכול מיט דיינע תגיבות. יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 16:54 לינק ישיר 

1.   אז די ביסט מבקש האמת קענסטו נאר רעכענען דעם נעט נומבער, ווייל פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען אנש אינדארסירט קעלי וואלטען אלע האלל שטיצער (אריינגערעכענט די אלייענס וויילער???) אריבערגעגאנגען צו קעלי דארפסטו פארשטיין אז די אלע קעלי וויילער, וואס שטימען קעגען דעם אנש קאנדידאט וואלטען אין דעם פאל געשטימט פאר האלל אויב וואלט אנש אינדארסנירט קעלי.

אויסער דעם, דער פאקט איז אז לויט דיין רעכענונג קען מען פונקט אזוי מאכען דעם חשבון אז די אלייענס איז דער "קינג מעיקער" וויאזוי די רופסט דאס אן, ווייל ווען די נעמסט אפילו נאר 1000 אלייענס שטיצער ארויס פון די טאטאל נומבערס דאן האט אברהם ווידער נישט גענוג שטימען איבערצווועגען דעם וואגשאל.. דוק

די ראיות וואס די ברענגסט פון די רעקארד און אנדערע צייטונגען, דאס ווייזט אויף ענקער גוטע פראפאגאנדע, איינער פון די צייטונגען וואס די ברענגסט שרייבט עס אפיציעל נאך אין נאמען פון ארי פאלבערמאן ענקער פראפאגאנדע מיניסטער און די אנדערע שרייבען נאך זיינע תורות נאר נישט בשמו.   דער פארווארד איז נישט געגאנגען פרעגען פעלאסי, וואס האט געהאלטען א טאג נאכען יווערען ספיקער צו זי האט טאקע גערופען אברהם ווידער, און די זעלבע זאך מיט ריעד, פעלבערמאן האט עס פארקויפט און זיי האבען עס ווייטער פארקויפט.

דרך אגב, לויט דיין הסבר, קומט אויס אז דער אלייענס איז דער "קינג מעיקער" אין מאנראו......  ביזטו מודה דערצו?

2.   ליין בעסער וואס איך האב געשריבען, איך האב געשריבען אז די לאקאלע רעפובליקאנער פירער האבען נישט געשטיצט דעם קעגנער, אויף זייערע ליטעראטור זענען זיי געלאפען אויף איין טיקעט מיט דאולס,  דער קעגנער איז געלאפען אויף די פראטעקט מאנראו ליין אויך און בעיקר אויף זייער אגענדע און דערפאר האבען די רעפובליקאנער פירער אין טאון קאמפיינד קעגען אים און געלאפען אויף די אינדעפענדענס ליין.  ער האט נישט געהאט קיין שאנס צו געווינען......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 09:51 לינק ישיר 

איך וועל זיך נישט וואגן פארצושטעלן אלס עמיצער וואס איז אזוי באהאוונט אין קרית יואל'ער פאליטיק ווי לעקסינגטאן, אבער ביגסאטמאר'ס שטותים האב איך אויך נישט ליב, בפרט ווען די ליגנטס זענען אזוי אויבנאויף.

מילא ווען ענק זאגן סתם ליגנט, דאס ליגט דאך אייך אין די בלוט, די גאנצע זאלי/בני יואל קאמפאני איז אויף דעם געגרינדעט געווארן, אבער אזעלכע נארישע?!

1.
איך ציטיר דיינע ווערטער:

עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.
קאנגרעסמאן האלל וואלט געווינען אן קרית יואל אויך, ער האט באקומען 2976 שטימען אין קרית יואל (ער איז געווען אינדארסירט פון ביידע, אלייענס און אנש), קעלי האט באקומען 630 שטימען סך הכל נעט שטימען 2346, אז מען רעכענט וויפיל עס וואלט אויסגעמאכט ווען מען טוישט אריבער דעם זעלבען נומבער פאר קעלי איז דאס 4692, למעשה האט האלל געווינען מיט 4760 שטימען דאס הייסט ער וואלט געווינען אן קרית יואלס שטיצע אויך,

יעצט לאמיר צוזאמען זיך לערנען רעכענען. אויב קרית יואל וואלט געגאנגען פאר קעלי וואלט נישט נאר אריבער די נעט פון 2346, נאר די גאנצע 2976, וואס מיינט אז סך הכל איז עס א טויש פון 5952 שטימען, און א סאך מער ווי די 4760 שטימען מערהייט וואס האלל האט געהאט.

אויב דער רעקארד - וועמען מ'קען נישט חושד זיין אין איבריגער ליבשאפט צו קרית יואל - האט בשעתו דערקלערט ר' אברהם ווידער אלס "קעניג מאכער", מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.

2.
לעקסינגטאן ברענגט דא א בעלאט וויאזוי האולס האט א "רעפובליקאנער" קעגנער, און קרית יואל שטימט פארן "אינדעפענדענט/דעמאקראט" הארלי דאולס, און דו קומסט מיט א בלעכענעם פנים זאגן אז ער האט נאר געהאט א קעגנער פון "פראטעקט מאונרא"?! קענסט טאקע נישט ליינען וואס שטייט צווי תגובות העכער דיר?!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/11/2009 9:52:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext