בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג נוס: דעמאקראטישע פארטיי באזוך אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2009 20:00 לינק ישיר 
ברעיקינג נוס: דעמאקראטישע פארטיי באזוך אין קרית יואל

מיט צען יאר צוריק וואלטן מענטשן געזאגט אז דאס איז א חלום, אבער דאס איז שוין גארנישט קיין חלום נאר א פאקט. די דעמאקראטישע פארטיי פון מאנרא איז אראפגעקומען אויף א באזוך קיין קרית יואל זיך צו טרעפן מיט די הנהלת הקרי' והווילידזש.

יא, צען יאר פון אינוועסטן אין שלח לחמך על פני המים האט זיך אויסגעצאלט, די נייע דעמאקראטישע פירער זענען געקומען זיך טרעפן מיט די פירער פונעם בלאק וואוט אין קרית יואל.

עס זענען געקומען די פאלגנדע געסט:

- טאון קאנסילמאן הארלי דאלס (המכונה "קארל ראוו פון מאנרא"), דער בעסטער פריינט וואס קרית יואל פארמאגט אין טאון אף מאנרא.
- טאון קאנסילמאן-עלעקט דזשערארד מעקוועיד.
- טאון קאנסילמאן-עלעקט ריטשארד קאלאן. (וואס איז נישט אינדארסט געווארן דורך קרית יואל, כאטש ער האט געהאט סאך בעסערע שאנסן פון דעם אינקאמבענט דאני וויקס, ווייל קרית יואל האט א פאליסי צו שטיצן אירע פריינט, אפילו ווען זיי גייען פארלירן.)
- דזשאזש-עלעקט מ. וואסקעז-דאלס.
- קאונטי לעדזשיסלעטאר-עלעקט מירנע קעמניץ (פון טאון אף מאנרא אינדרויסן פון קרית יואל, וואס האט ארויסגעקאפעט דעם אנטיסעמיט גרעגארי טאונסענד.)
- און די דעמאקראטישע פארטיי פירער פון מאנרא.

קאנסילמאן-עלעקט קאלאן וועלכער האט ארויסגעקאפעט דאני וויקס, האט געזאגט אז ער ווייסט אז קרית יואל האט נישט געוואוט פאר אים, אבער ער ווייסט אויך אז קרית יואל קען אים ארויסוואוטן אין פיר יאר ארום, און ער האט פארשפראכן צו האבן נאנטע באציאונגען מיט קרית יואל. קאלאן האט געזאגט אז ער האלט אז די סיבה פארוואס ס'הערשט אזא שנאה קעגן קרית יואל אין די טאון איז וויבאלד די גוים פארשטייען נישט קרית יואל און ער האט געזאגט אז ער וועט ארבעטן דאס צו טוישן.

אלע דעמאקראטן האבן פארשפראכן צו העלפן קרית יואל אויף טריט און שריט.

דזשאדזש-עלעקט וואסקעז-דאולס האט פארציילט פארוואס זי שטיצט אזוי שטארק קרית יואל, ווייל זי קומט פון א פלאץ וואו משפחות האבן אסאך קינדער (וואסקעז-דאולס האט אליין אפאר קראנקע קינדער אינדערהיים און ווען איר שוועסטער איז געשטארבן האט זי אריינגענומען אירע שוועסטער'ס קינדער ביי זיך אינדערהיים) און זי ווייסט וואס דאס מיינט צו האבן גרויסע משפחות.



תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 06/11/2009 20:01:49




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג נוס: דעמאקראטישע פארטיי באזוך אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext