| נשלח ב-9/11/2009 01:50 |
|
| |
הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!
לדעתי איז דאס איינע פון די שטערקסטע סעמפעלס אין קאנטראסט פון רבי אהרן און זיין קלוגערן ברודער
רבי אהרן רודערט שוין אפאר יאר מיט תקנות אהער אהין, למעשה ער אליין האט נישט ''גארנישט'' אוועקגעגיבן פאר זיין עולם, קיין פעני.
ער האט טאקע נאר איין זאל וואס דאס איז בית רחל פאראדייז, אבער די איינע האט ער נישט אראפגעלאזט מיט קיין סענט דעם פרייז, די איינציגסטע לאנטש רום מיט וואס זיי פראבירן צו פארנער'ן דעם עולם וואס וואינט נישט אין ק''י, איז 'אולם עקשטיין', וואס ווער ס'איז איין מאל דארט געווען ווייסט די ליצנות דערפון, מ'האט גענומען א זאלל וואס האט קיינמאל נישט מצליח געווען פשוט, ס'איז קליין, האט לאנטש רום טיילס אויף די פלאר, שמעקט ווי א לאנטש רום, איז געגאנגען דוד עקשטיין וואס איך האב נאכנישט געהערט ער זאל אמאל האבן געגיבן צדקה, און האט געלייגט 'נייע' לאנטש רום טיילס זה הוא!,
ראוז קעסטל האט 2 מאל גארנישט מיט רבי אהרן'ן, יצחק האט דארט געהאט זייער שוואכע ביזנעס ביי יודן, איז ער געגאנגען מיט די נידעריגע גוי'שע באלן, און געטרייט זיין גליק, למעשה האט ער פארלוירן זיין אלקאהאל לייסענס, און א גוישע חתונה אן א אלקאהאל באר איז קיין מציאות, געשטינקען האט ער איבעראל ווייל די שכינים האבן פארפירט, האט ער געמאכט אז זיין זאל גיבט ער אוועק פאר ביליג. מיט רבי אהרנ'ן האט עס אזוי ווי מיט נאססא.
יעצט כאפט א בליק אויפ'ן קליגערן ברודער, אדער אפי' נאר רבי חיים יושע פון מאנסי, - גערעדט האבן זיי גאר ווייניג דערפון -, אוודאי, מיט נדבנים און מיט די עסקנים האבן זיי שוין איין מאל גערעדט, און נאך ווי, טעג נעכט און וואכן ליגט דערין, אבער 'דער יוד' - וואס האט דאכט זיך נישט קיין שארטידזש אין טינט -, האט נישט געבאמבעלט דערמיט מער ווי עניטינג עלס, און קיין מיליאנסטל וואס דער בלאט האט גערעדט פון א זאך, וואס זייער רבי האט נישט אוועקגעגיבן, מער ווי דאס ביסל שפייעכץ ביי זיינע תקנות דרשות.
אבער ס'קומט למעשה, ווער ס'האט שוין געזעהן רבי חיים יושע'ס זאל, עס איז שוין דא דארט חתונות פון אלול ווערט נבהל ונשתומם, זיינע מוסדות האבן בכלל נישט קיין סורפלוס, און ער איז גרייט אוועק צו גיבן אלע הכנסות פאר יודן וואס זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א וועג אז יעדער זאל קענען זיין אייניג, און זיין זאל איז א פראכט: ריזיג גרויס, הערליך שיין, ער שטעלט צו אינקלאדינג פיקטשערס מוזיק, בלומען, אלעס פאר פיר טויזנט דאללאר א זייט!!
ווייטער כאפט א בליק אויף די נייע הפרדס זאלן, די מוסדות וואלטן זיך מחיה געווען צו האבן די הכנסה פון אזעלכע צוויי מעכטיגע זאלן פאר זיך און זיך מוטשענען א ביסל ווייניגער אויפ'ן בודזשעט- נאכדערצו ווען אין די זעלבע צייטהאבן זיי שאדן ווייל בית רחל און ויואל משה וועלן עס לכאו' א ביסל שפירן, זאגט די רבי ר' זלמן לייב ניין!, אפי' מיין ברודער האלט נישט ביים (אויפ)טוהן אביסל, וועל איך יא אוועקגיבן פון די מוסדות, און איך וועל שווערער ארבעטן אויפצוקומען נדבנים הן פאר'ן זאל, און הן פאר די מוסדות!.
גיבן קרעדיט פאר'ן אנהייבן רעדן פון תקנות, וואלט איך ענדערש געגיבן פאר די עלטערע יוד וואס קלעבט שוין יארן אן די ווענט מיט אזעלכע קאלירטע צאמגעפעיסטע ווערטער ''הרג'עט נישט קיין יונגע טאטעס וכו'...'' ער האט שוין גערעדט דערפון סך, סך פאר ספלעשי רעבבע!
נישט אזוי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 00:28 |
|
| |
אלס איז פיין און וואויל.
אבער עפעס קלינגט מיר נישט אין די אויערן דעם קעפל: אמור מעט ועשה הרבה. איז עס וואר ?
מ'האלט דא ביי די איין און איינציגע פעולה פון ר' זלמן לייב'ן זייט זיין אנהויב רעביסטעווע פאר צמצום הוצאות ביי חתונות, און מ'רעדט שוין נישט אז דער פראיעקט שלעפט זיך שוין באלד 2 יאר, און מ'רעדט שוין נישט אז יעדע 2 וואכן איז געווען אין "איד" בילדער און מודעות איבער'ן זאל, און מ'רעדט שוין נישט אז דער זאל איז שוין געשטאנען פון פריער און מ'האט עס נאר געדארפט איבערפיקסען.
נאר מ'רעדט פון דעם וואס עס איז ערשט יעצט געווען די קביעת מזוזה און מסיבת לחיים, און שוין איז עס דא אין אלע אינטערנעט וועבסייט'ס נאך אסאך מער געדעקט פון די ליובאוויטשער באנקעט.
אמור מעט ועשה הרבה...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 22:01 |
|
| |
אין ליכט פין די צווייטע פאזע, איז די הנהלת המוסדות פין ק''י געווען די נחשונים, נישט קוקענדיג אויף די שאדען, ווייל די זאלען זענען א גיטע אינקאם פאר די מוסדות, אין געשאפט א חשוב'ע נדבן אין הערליך איבערגעפיקסט דעם שוין היינט באקאנטען ''אולם עקשטיין'' (פאר די וואס האבען עס נישט געזעהן – מ'האט דארט געמאכט בערך די זעלבע זאך ווי אין ברכה סימא, נאר מיט ווייניגער פאמפע, ד''ה, געבויט נאך א אריינגאנג, געטוישט די פלאר, נייע קאך, איבערגעפעינט כו' – קען זיין אז ס'האט נישט געקאסט אזויפיל ווייל די בילידינג איז געווען קער גענומען פין פאר דעם אין די פלאר איז נישט געווען שיעף, אבער די ס''ה איז געווען איבער א מיליאן דאללער געשאפען פין 3 קוועלער/נדבנים)
אין דער עיקר: א חתונה קאסט דארט היינט נישט מער ווי 6000$ פאר ביידע צדדים אינאיינעם אין דאס רעכנט אריין ''אלעס''
דער צווייטער זאל איז ווייטער געווען פין די ק''י מוסדות, דאס איז געווען דער עלעגאנטער בית רחל פאראדייס זאל, וועלכע האט אנאנסירט א פעקעזש פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צי די חתונה תקנות וואס קומט אויס בערך 9000$ פאר ביידע מחותנים אינאיינעם אריינגערעכנט ''אלעס''
אינצווישען זענען אויפגעקומען נאך עטליכע זאלען אין ווי ראוז קעסיל אין וומ''ס אין רענעסאנס אין ב''פ אין עטרת חי' שרה אין מאנסי וועלכע האבען אויך אנגעהויבן צוצישטעלט גאר ביליגע פעקעזשעס פאר די וואס וואלען חתונה מאכען מיט די חתונה תקנות, וזכות הרבים תלוי בהם.
נאכדעם קומט דער ברכה סימא זאל, וואס פלעגט אמאל קאסטען בערך 5000$ פאר ביידע צדדים (מיינט נישט א חתונה האט דארט אויסגעקוקט ערגער ווי א........ אריינגערענט, קאלטע עסן, וכו' כידוע)
דאס איז צישטאנד געקומען נאכדעם וואס פילע זאלי'ס האבען אנגעהויבן פארפירן ביי די הנהלה פין זייערע מוסדות ''למה נגרע'' אבער זייער געשריי איז אייביג געפאלען אויף טויבע אויערן,אין אזוי איז דורך א שטיק צייט
ביז עס איז אויפגעשטאנען אפאר עסקנים פין יענע מחנה אין האבען אליין געשאפען א נדבן, (עס קומט זיך פאר זיי קרעדיט אז זיי האבען זיך נישט ציגעהערט צו עטליכע ראשים פין זייער מחנה וואס האבען עדות געזאגט אז די קרעדיט וועט נאך אלעם גיין פאר סאטמערע רבי שליט''א, אין נישט געקוקט אויף דעם) אין נאך לאנגע געשלעגן מיט די הנהלת המוסדות האט מען ענדליך גענדיגט איבעבויען דעם זאל, אבער:
די פרייז איז ארויף צו 9000$ פאר ביידע צדדים, ס'רעכנט טאקע אריין, שפילער & זינגער /MP3, פיקטשערס, פאלטשע בלומען, וכו', אבער פאר די בדחן אין השגחה דארף מען אליין צאלען, סוי ד''מ כאטשיג 10000$ די ליל החתונה, טאקע ביליג אבער.....
אין אנדערע ווערטער ווען איינער זאל חתונה מאכען אין בית רחל אויף העיווארד סט', לויט די היינטיגע אומשטענדן פין ברכה סימא גייט אים א חתונה אויסקומען די זעלבע פרייז אדער נאך ביליגער דו''ק ותשכח.
סוי די ס''ה איז: די הנהלה פין 82 האט קיין פינגער נישט ציגעלייגט צום נייעס זאל נאר פראבירט צו שטערן, אין אפי' נאך אלעם האט מען ארויפגעצויגען די פרייז – אין די צייט וואס די גאנצע געלט איבערצובויען איז געקומען פין א נדבן וואס דרויסענדע עסקנים האען געשאפען, אין די אנדערע זאלען ווי ויוא''מ / בית רחל / עטרת איז געבליבן די זעלבע פרייז ווי ביז יעצט, אין מ'באקומט נישט דארט קיין שום דיסקאונט אפי' מ'שטעלט זיך צו צי די תקנות.
אבער זיי דרייען איבער די שטאט ווי קליינע קינדער, פארדעס פארדעס.... נו! וועם שטערט עס?,
כ'האף נאר אז זיי וועלן נישט איין טאג איינפירן אז זיי געבן עס נאר פאר זייערע מענטשן אדער נאר ווער ס'גיבט א געוויסע סכום דינער געלט, אזווי ביי שמח תשמח.
יעצט בין איך נייגעריג ווען זיין גייען שוין אויך נאכמאכען די ערשטע פאזע פין די חתונה תקנות, אין פארלאנגען זיינע ''חסידים'' זאלען קויפן CZ אדער ליינען תנאים ביים ווארט אינדערהיים, וכו'
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 21:30 |
|
| |
די זאלי'ס זענען העפי
וואס איז, זיי זענען שוין ענדליך מיטן וואגען, ביי זיי מאכט מען שוין אויך חתונה תקנות, טאקע פין די לעצטע, אבער דער למה נגרע הערט מען שוין נישט אזוי שטארק.
לאמיר אביסל צילייגען די נייע זאל, נישט אז ס'קומט זיי נישט קיין קרעדיט, נאר אז זיי מאכען אזא איבערקערענישט ווי קליינע קינדער מיט זייער נייע זאל, דאן לאמיר הערן פין וואס מ'רעדט דא:
ווי באקאנט האט סאטמערע רבי שליט''א אויפגעפאדער א שטיק צייט ציריק זיין הייליגע עדה, מ'זאל אנהייבן איינצופירען פרישע תקנות בנוגע צומצם הוצאת החתונה - טראץ וואס עס זענען שוין איינגעפירט יארען לאנג געוויסע תקנות וואס פריעדיגע רבנים ובראשם רביה''ק בעל ב''מ ז''ל האבען איינגעפירט, אבער במשך די יארען זענען אפירגעקומען פרישע הוצאת אין פרישע משוגע'תן אין די גאנצע סטאנדארט איז מורא'דיג ארויף,
אין פין די אנדערע זייט דארף איך נישט שרייבען ווי שווער ס'איז היינט צו טאגס חתונה מאכען א קינד פאר א עווריזש פארדינער לויטן פאריעריגע סטאנדארט,
מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט עסקנים אין איינגעפירט תקנות
די רעזולטס זענען ב''ה געווען למעלה מן המשוער, אין עס ב''ה געווארען נאכקאפירט ביי רוב ק''ק בישראל
די ערשטע פאזע איז געווען בעיקר אויף ביז די ליל החתונה וואס איז ב''ה שטארק סוקסערסירט, סיי די דיימאנט,שטריימעל,ברעיסלעט, תנאים, וכי'
די צווייטע פאזע איז געווען טאקע די ליל החתונה, וואס דאס מאכט ב''ה פראגערעס חודש'ליך
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 15:45 |
|
| |
די זאל זעהט באמת אויס ווי א פראכט!
ב"ה אז די זאליס האבען זיך ארויפגעכאפט אויפן וואגען פון תקנות
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 05:58 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 23:53 |
|
| |
איין ווארט וואויל איז דער וואס גלייבט!!!
מיר קענען שוין דעם לייזער לאנגע יארען, מיר זענען אים נישט חושד ח''ו אז ער האט אונזון צו העלפען יודען!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 19:57 |
|
| |
געהערט פון מקור ראשון:
אליעזר קעטנבוים האט פאריגע וואך געזאגט מיט התרגשות פאר א באבוב'ער איד (רמ"ד) אז ער דאנקט דעם באשעפער וואס האט איהם חונן דעת געווען צו מנדב זיין די פרדס זאל א זאך וואס מיינט ריין צו העלפן אידן אן קיין שום פאליטיק, און דערמיט שפירט ער אז ער גיבט א קרבן תודה פאר'ן באשעפער אויף די נסים וואס ער איז אריבער אין זיינע ביזנעסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 19:38 |
|
| |
א שטיקעל אנאליז וואו אזוי די זאלי פראפעגאנדע ארבייט,
שנת תשנ''ח – נ''ט ר' זלמניו ווערט רב און ירושלים עה''ק, אלע אנ''ש און ירושלים עה''ק שרייבען א בריוו צו רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, אז מען מיז שיקען ר' זלמניו זאל מ''מ זיין רמ''א פריינד זי''ע, פשוט אז סאטמאר ירושלים זאל האבן א קיום,
סאטמארע חסידים האבן שוין דאן געוויסט וואס ער ווירבעלט אונעם קראנגהאפטיגען מוח פון דעם טעראריסט בן פראדעל, האבן זיי אנגעהויבען אויף קלערען דעם ציבור, א ירושלים איז א בריק קיין וויליאמסבורג,
די זאלי פראפעגאנדע מיניסטעריום, האט זאפארט געפענט א מאסיווע קאנטאר אטאקע, און אפגעשלאגען די שמיעה אז ירושלים זאל זיין א בריק קיין וויליאמסבורג, ח''ו און וויליאמסבורג וואוינט דאך רבינו בעל ברך משה זי''ע,
ח''י סוין תשנ''ט ר' זלמניו ווערט זאב''ד הויעך אויפן נאסען בוידעם אויף 550 בעדפארד עווניו, און עס פאלגט נאך א גאנצע סעריע פון הכתרות, ממש יעדע 10 מינוט איז געווען א פרישע הכתרה,
האט די זאלי פראפעגאנדע מיניסטעריום האנגעהויבן א קאמפיין, למה ניגרע? די לעפקעס די יאקאבאוויטשליך, זענען ארויס געקראכען פון זייערע מייזען לעכער וואו דער ברך משה האט זיי פארשיקט ביי זיין דרשה ו אלול תשל''ט לפ''ק, און אנגעהויבען יאמערען און שרייען מיט קולות וברקים, למה ניגרע? פאר וואס קימט זיך אונז נישט קיין לאקאלער רב?
איי ער קען נישט לערנען ער איז א ניקס,? אבער עס איז דאך דא די דיינים, ר' מנשה, מיט הרב פילאף – מיט הרב וויינבערגער, זיי וועלן אים שטייען צו די האנט מיט די רבנות אלזא וואס איז די פראבלעם? מען האט טאקע תיכף אויף געהאנגען א סיין ''לישכע בד''ץ'' ויהי לבד''ץ,
איי איז דאך שווער, פאר וואס דארף מען דאן האבן דעם ר' זלמניו? עס זענען דאך דא די דייינים, וואס לויט ווי דער מנוח וויגדור, מיט זיין קאלעגע דער רויטער קיטשי, האבן כסדר טראמפייטערט זענען דאך די דריי דיינים פון די עמודי הוראה בדורינו?
אויף דעם איז אויף געקימען די אפעראציע מיטן נאמען ר' לייבוש, דער סקלענער רבי, אד''ג
כאילו ר' זלמניו זיצט אויף זיין געגנב'עטער פאזיציע מיט זייער גוטהייסונג, ח''ו
און דאס יאר האט דאס אויך געקראכט, ר' לייבוש האט דערלאנגט פאר די זאליס א גוטס, וואס זיי האבן זיך נאך נישט באוויזען צוזאם צו קלויבען,
הגריח''מ האלט אונמיטען מאכען א יו טערן,
הגרז''ל פילאף שטעלט זיך ארויס וואו א פאלנער לא ציית לדינא, איז זיין ווארט אדער מיינוג אונגאנצען נישט רעלעווענט, ביי קיין שום יוד וואס איז א שומר תורה ומצות,
בקיצור די גאנצע בניו ווערט צוביסליך ציביסליך צו ווארפען, צו די גרויס צער פון די זאליבאנצעס,
די זאלי פראפעגאנדע מאשין אלעס געטאן צו ראטעווען די סוטעאציע, זיי האבן אפי' פראבירט צו דינגען דעם פישיגער פעלשער הער פארמעגליך, וואס האט פראבירט מסביר צו זיין מיט אלע זיינע כוחות, אז רבינו שליט''א איז עכט א גארנישט, און ר' זלמניו איז עפעס גאר א קליגער גלוגענער מענטש, דאס איז געווען באגלייט מיט עכטע מעשיות, און פאקטען, וואס פארמעגליך האט באקימען און זיין אישי, און אימעל, מען האט דאס פאר טיילט אונעם אלטען ביהמ''ד און ראדני, מען האט עס איבער געטיישט אויף אלע 70 שפראכען, אבער עס האט געהאלפען א מכה,
דאס יאר שמח''ת האבן זיך די זאליס געכאפט, אז ביים נער, איז געווען צענדליגע טויזענטער חסידים, וואס זענען געטאנצען מיט א התלהבות די הייליגע הקפות, און ביים בן החכם, האט דער פוסטקייט, און די דעמאלאזאציע געוועלטיגט ביד רמה, אמת ער האט אויך געהאט מנין, אבער ביי דעם הייפעלע יודען וואס ער האט געהאט, האט זיך נישט דערקענט די פארמעגליך געמויזעכס אויף זייערע פענימער, בקיצור די פארמעגליך דראגס איז געווען אבי ארויס געווארפען געלט!
איצט האבן זיי אנגעהויבן א נייער מהלך, אז און אמת'ן און ר' זלמניו יא א יש, ער קען יא לערנען, ער טיט יא אויף פאר יודישקייט, אד''ג איי קיינער ווייסט נישט דערפון?
אה! דאס איז ווייל ער איז א צדיק נסתר, ער באהאלט זיך פשוט, אונטער די דאכענכע, למשל, ער לערענט א גאנצע נאכט, מען קען אפי' זען וואו די לעקטער ברענט און 550 א גאנצע נאכט, מען דעקט נאר צו די פענסטער אז דער ל''ו צדיק ר' זלמניו זאל חלילה נישט ווערן נתגלה,
ער האט אויף געשטעלט א ביליגע חתונה האל און וומ''ס, (אמור מעט ועשה הרבה) איי קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך אז ר' זלמניו זאל עפעס אונטערסירען, אז יודישע קונדער קענען נישט חתונה מאכען אן קיין הארטץ אטאקעס,? דאס איז נישט, עכט אונטערסירט אים יא! ער האט נאר ''בטבע'' פיינט פראפעגאנדע ( עיין ערך נסיעה באנטווערפען, ניזוויק, וכו')
דער ר' זלמניו איז פוסט און לעהר בתכלית הלעהרקייט, ער איז א ניקסט, וואס אלע ניקסען פון די וועלט קען זיך פארשטעקן פאר אים, ער האט מיט די נייע ביליגע חתונה זאל אזוי ער האט מיט די גמרא,
די זאל האט אויפגעבויעט אונזער אלטער באוויסטער ידיד לייזער קעסטבוים דער באוויסטער בעל הפרדס, דאס האט אונזער לייזער אויף געבויעט להגדיל שמו, צו פארגרעסערן און פארשענערן זיין נאמען, ער זאל פשוט נישט גיין פון דער וועלט מיט אזא נאמען וואס ער האט זיך ערווארבען און די לעצטע יארן,
נאך מער אונזער לייזער האט שוין די חזקה אז יעדער זאך וואס ער טיט לטובת הכלל זאל ער ציריק באקימען בעולם הזה בכפל כפליים (עיין ערך ODA קרית ויואל משה, איחוד העולמי, וכו') פון די דאזיגע זאלען וועט נאך לייזער מאכען א סאך געלט,
אבער מיט ר' זלמניו האט דאס גארנישט, ער האט נישט אריין געלייגט די פונגער און קאלט וואסער פאר דעם ביליגען זאל, ער האט נישט פארמינערט פון זיין שינת צהריים קיין רגע לטובת די זאל, איין זאך וואס ער האט יא געטאן, און עס קימט זיך אפשר קרעדיט, איז אז ער האט אראפ גענימען זיינע לאפעס איינגעהילט און ווייסע שטרימפ, פונעם שלחן, און ער האט איבערגעלאזט זיין ווילא, וואו ער האלט זיך אונמיטען אויסרוען, פון זיך אויסריען, און ארויס געפארען מיט משה וואלף'ס שיינע אוטו קיין ברוקלין צו טרינקען א גלעזעל משקה מיט ר' לייזער'ען און די פרדס זאל,
משה וואלף גיבט איבער אז און די קאר האט ר' זלמניו נישט דעבטעלט די צייט ער האט איידל אויסגעהערט די נייע קאסעטע פון ר' מיכאל זאל לעבן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2009 01:00 |
|
| |
| Isacmandel כתב: |  | |
איך בין געווען ביי א שיינע באלעבאטישע חתונה אין אולם עקשטיין.
און עס האט געקאסט דארט אלעס אינקלודעד 6 טויזענט דאלאר.
אויב דאס הייסט א חאזעריש, איז ויואל משה סאך ערגער.
|
|
6 טויזענט פאר ביידע צדדים ד''מ 3000 פער צד
א שטוינדע ביליגע פרייז, אין דעם איז ''אלעס אריינגערכנט'' MP3 בדחן, בלומען, הכשר, כו'
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2009 00:55 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
די סיבה פארוואס אולם עקשטיין איז אזא שוואכע זאל, איז ווייל די אהרונישע הנהלת המוסדות אין ק"י ווילן נישט צולאזן אז עס זאל ווערן א שיינע זאל וואו אויך באלעבאטישע אידן זאלן קענען חתונה מאכן כדי נישט צו דערלייגן די פאראדייז פרייז חתונות.
וואו איז טאקע דיין צדיקל? פארוואס שטעלט ער דאס נישט אפ? לשיטתו דארף דארט יעדער האלטן די תקנות.
|
|
שוטה דו!
כ'ווייס וויפיל מענטשן האבען זיך געבעטן ביי די הנהלה פין ענקערע מוסדות אז זיי זאלען עס איבערפיקסען אין מ'זאל עס מאכען פאר תקנות אין: זייערע ווערטער זענען געפאלען אויף טויבע אוירען.
ביז ווען לעיזער האט זיי איינגטיילט אין ציזאמען מיט ליפא גפן האט מען אפגעמאכט אז מ'גייט שוין איינמאל פאר אלעמאל פארענטפרן די פילע למה נגרע געשרייען,
אין עס קומט נישט קיין שום קרעדיט פאר די הנהלה פין ענקערע מוסדות אויף דעם גאנצע פראיעקט, יענקי רובין פארציילט פאר יעדן וויפיל פיסלעך די מוסדות האבען אים געהאלטן אין איין אינטערשטעלן אין שטעלן נאך אלס, ווייל זיי ווייסען אז ס'גייט זיי א קאמפעטישען פאר ויואל משה.
ווייטער אין קרית יואל, האבען די הנהלת המוסדות אליין'ס זיך ציגעשטעלט אין ערלעדיגט מיט די נדבן, וכו', אוואדי קענען זיי באשטיין אז מענטשן זאלען ענדערש גיין אין פאראדייס, מ'דארף דאך אויפהאלטן די מוסדות, אין דאך ווען איינער מאכט חתונה אין פאראדייס אין שטעלט זיך צו צי די תקנות באקומט מען גאר א הערליכע דיסקאונט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2009 00:47 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
רעביאנקעל
אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט
אין פרדס וועט איין צד קאסטן (שוין אריינגערעכנט דעם בדחן) 5000 דאלער!!!
און בנוגע אולם עקשטיין:
עס איז א חאזעריי פון א זאל, און טאקע דערפאר וועסטו נישט טרעפן קיין איין באלעבאטישער איד זאל דארט חתונה מאכן.
דער דוד עקשטיין האט "גארנישט" צוגעשטעלט פאר "זיין" זאל אויסער ארויסבויען א שטיקל אריינגאנג. די פלארס איז ביז לעצטענס געווען געמיינע טיילס, ביז ר' ישראל יעקב סופר האט באצאלט מען זאל מאכן פארקעי. א קאך האט מען געשנארט פון די גאווערמענט. נו, וואס נאך?
|
|
פרדס וועט 5000 נישט קאסטען, אדרבה שיק אריין א קאפי פין די קאנטראקט, אין די פאר די פרייז וואס זיי בעטן געבן זיי נישט קיין בדחן אין טשארזשען עקסטער פאר א הכשר
אולם עקשטיין קוקט אויס בערך וויאזוי ברכה סימא וועט אויסקוקען, די זאל איז הערליך אויפגעבויט כלפי וויפיל עס קאסט, וואס א חילוק פין וועם די געלט קומט?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2009 23:58 |
|
| |
און נאך א נקודה:
פארוואס זאל דיין צדיקל נישט זארגן פאר ביליגע דירות?
אין ק"י איז ער דאך(כ'מיין ועד הקרי') וואס מאכט אפ די פרייזן, נו לאמיר זען ער זאל זיין גרייט צו האקן די פרייזן פון די דירות.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2009 23:56 |
|
| |
איך בין געווען ביי א שיינע באלעבאטישע חתונה אין אולם עקשטיין.
און עס האט געקאסט דארט אלעס אינקלודעד 6 טויזענט דאלאר.
אויב דאס הייסט א חאזעריש, איז ויואל משה סאך ערגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2009 23:56 |
|
| |
די סיבה פארוואס אולם עקשטיין איז אזא שוואכע זאל, איז ווייל די אהרונישע הנהלת המוסדות אין ק"י ווילן נישט צולאזן אז עס זאל ווערן א שיינע זאל וואו אויך באלעבאטישע אידן זאלן קענען חתונה מאכן כדי נישט צו דערלייגן די פאראדייז פרייז חתונות.
וואו איז טאקע דיין צדיקל? פארוואס שטעלט ער דאס נישט אפ? לשיטתו דארף דארט יעדער האלטן די תקנות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2009 23:53 |
|
| |
רעביאנקעל
אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט
אין פרדס וועט איין צד קאסטן (שוין אריינגערעכנט דעם בדחן) 5000 דאלער!!!
און בנוגע אולם עקשטיין:
עס איז א חאזעריי פון א זאל, און טאקע דערפאר וועסטו נישט טרעפן קיין איין באלעבאטישער איד זאל דארט חתונה מאכן.
דער דוד עקשטיין האט "גארנישט" צוגעשטעלט פאר "זיין" זאל אויסער ארויסבויען א שטיקל אריינגאנג. די פלארס איז ביז לעצטענס געווען געמיינע טיילס, ביז ר' ישראל יעקב סופר האט באצאלט מען זאל מאכן פארקעי. א קאך האט מען געשנארט פון די גאווערמענט. נו, וואס נאך?
|
|
|
|
|