בית פורומים כל העולם כולו

הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2009 22:01 לינק ישיר 

  אין ליכט פין די צווייטע פאזע, איז די הנהלת המוסדות פין ק''י געווען די נחשונים, נישט קוקענדיג אויף די שאדען, ווייל די זאלען זענען א גיטע אינקאם פאר די מוסדות, אין געשאפט א חשוב'ע נדבן אין הערליך איבערגעפיקסט דעם שוין היינט באקאנטען ''אולם עקשטיין'' (פאר די וואס האבען עס נישט געזעהן – מ'האט דארט געמאכט בערך די זעלבע זאך ווי אין ברכה סימא, נאר מיט ווייניגער פאמפע, ד''ה, געבויט נאך א אריינגאנג, געטוישט די פלאר, נייע קאך, איבערגעפעינט כו' – קען זיין אז ס'האט נישט געקאסט אזויפיל ווייל די בילידינג איז געווען קער גענומען פין פאר דעם אין די פלאר איז נישט געווען שיעף, אבער די ס''ה איז געווען איבער א מיליאן דאללער געשאפען פין 3 קוועלער/נדבנים)
אין דער עיקר: א חתונה קאסט דארט היינט נישט מער ווי 6000$ פאר ביידע צדדים אינאיינעם אין דאס רעכנט אריין ''אלעס''

דער צווייטער זאל איז ווייטער געווען פין די ק''י מוסדות, דאס איז געווען דער עלעגאנטער בית רחל פאראדייס זאל, וועלכע האט אנאנסירט א פעקעזש פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צי די חתונה תקנות וואס קומט אויס בערך 9000$ פאר ביידע מחותנים אינאיינעם אריינגערעכנט ''אלעס''

אינצווישען זענען אויפגעקומען נאך עטליכע זאלען אין ווי ראוז קעסיל אין וומ''ס אין רענעסאנס אין ב''פ אין עטרת חי' שרה אין מאנסי וועלכע האבען אויך אנגעהויבן צוצישטעלט גאר ביליגע פעקעזשעס פאר די וואס וואלען חתונה מאכען מיט די חתונה תקנות, וזכות הרבים תלוי בהם.

נאכדעם קומט דער ברכה סימא זאל, וואס פלעגט אמאל קאסטען בערך 5000$ פאר ביידע צדדים (מיינט נישט א חתונה האט דארט אויסגעקוקט ערגער ווי א........ אריינגערענט, קאלטע עסן, וכו' כידוע)
דאס איז צישטאנד געקומען נאכדעם וואס פילע זאלי'ס האבען אנגעהויבן פארפירן ביי די הנהלה פין זייערע מוסדות  ''למה נגרע'' אבער זייער געשריי איז אייביג געפאלען אויף טויבע אויערן,אין אזוי איז דורך א שטיק צייט
 ביז עס איז אויפגעשטאנען אפאר עסקנים פין יענע מחנה אין האבען אליין געשאפען א נדבן, (עס קומט זיך פאר זיי קרעדיט אז זיי האבען זיך נישט ציגעהערט צו עטליכע ראשים פין זייער מחנה וואס האבען עדות געזאגט אז די קרעדיט וועט נאך אלעם גיין פאר סאטמערע רבי שליט''א, אין נישט געקוקט אויף דעם) אין נאך לאנגע געשלעגן מיט די הנהלת המוסדות האט מען ענדליך גענדיגט איבעבויען דעם זאל, אבער:
די פרייז איז ארויף צו 9000$ פאר ביידע צדדים, ס'רעכנט טאקע אריין, שפילער & זינגער /
MP3, פיקטשערס, פאלטשע בלומען, וכו', אבער פאר די בדחן אין השגחה דארף מען אליין צאלען, סוי ד''מ כאטשיג 10000$ די ליל החתונה, טאקע ביליג אבער.....

אין אנדערע ווערטער ווען איינער זאל חתונה מאכען אין בית רחל אויף העיווארד סט', לויט די היינטיגע אומשטענדן פין ברכה סימא גייט אים א חתונה אויסקומען די זעלבע פרייז אדער נאך ביליגער דו''ק ותשכח.

סוי די ס''ה איז: די הנהלה פין 82 האט קיין פינגער נישט ציגעלייגט צום נייעס זאל נאר פראבירט צו שטערן, אין אפי' נאך אלעם האט מען ארויפגעצויגען די פרייז – אין די צייט וואס די גאנצע געלט איבערצובויען איז געקומען פין א נדבן וואס דרויסענדע עסקנים האען געשאפען, אין די אנדערע זאלען ווי ויוא''מ / בית רחל / עטרת איז געבליבן די זעלבע פרייז ווי ביז יעצט, אין מ'באקומט נישט דארט קיין שום דיסקאונט אפי' מ'שטעלט זיך צו צי די תקנות.

אבער זיי דרייען איבער די שטאט ווי קליינע קינדער, פארדעס פארדעס.... נו! וועם שטערט עס?,
כ'האף נאר אז זיי וועלן נישט איין טאג איינפירן אז זיי געבן עס נאר פאר זייערע מענטשן אדער נאר ווער ס'גיבט א געוויסע סכום דינער געלט, אזווי ביי שמח תשמח.

יעצט בין איך נייגעריג ווען זיין גייען שוין אויך נאכמאכען די ערשטע פאזע פין די חתונה תקנות, אין פארלאנגען זיינע ''חסידים'' זאלען קויפן CZ אדער ליינען תנאים ביים ווארט אינדערהיים, וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 00:28 לינק ישיר 

אלס איז פיין און וואויל.

אבער עפעס קלינגט מיר נישט אין די אויערן דעם קעפל: אמור מעט ועשה הרבה. איז עס וואר ?

מ'האלט דא ביי די איין און איינציגע פעולה פון ר' זלמן לייב'ן זייט זיין אנהויב רעביסטעווע פאר צמצום הוצאות ביי חתונות, און מ'רעדט שוין נישט אז דער פראיעקט שלעפט זיך שוין באלד 2 יאר, און מ'רעדט שוין נישט אז יעדע 2 וואכן איז געווען אין "איד" בילדער און מודעות איבער'ן זאל, און מ'רעדט שוין נישט אז דער זאל איז שוין געשטאנען פון פריער און מ'האט עס נאר געדארפט איבערפיקסען.

נאר מ'רעדט פון דעם וואס עס איז ערשט יעצט געווען די קביעת מזוזה און מסיבת לחיים, און שוין איז עס דא אין אלע אינטערנעט וועבסייט'ס נאך אסאך מער געדעקט פון די ליובאוויטשער באנקעט.

אמור מעט ועשה הרבה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext