בית פורומים כל העולם כולו

פירות פין פארדארבענע חינוך אין 82 מוסדות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2009 03:08 לינק ישיר 
פירות פין פארדארבענע חינוך אין 82 מוסדות

כ'טערף יעצט א מלמד אין 82 מוסדות, פארציילט ער מיך א ספעקטאל וואס האט זיך אפגעטוהן אין לאנטש רום פארגאנגענע וואך אין טרופ עוו' ביי לאנטש
ר' אברהם ישעי' ווייס, וועלכע רעדט אויף די מייק האט זיך (בטעות) ארויסגעכאפט עפעס א ווארט - רעדענדיג פין עפעס א הלכה האט ער צווישען אנדערע געזאגט: ''ר' געציל זאגט אז.... ''
מער האט נישט אויסגעפעלט, אין די לאנטש רום איז געווען אויף רעדער
שמיציגע לאזונגען פין די תינוקת של בית רבן, האבען זיך אנגעהויבן מיט קולו קולות, (כ'וויל עס נישט נאכשרייבן, ווייל נאך אלעם זענען זיי נאך קטנים וואס האבען נאכנישט קיין דעת) קעגן קרית יואל'ע דיין שליט''א מיט א עקעלדיגע מאס חוצפה
די הארץ האט וויי געטוהן ווען אזעלכע יונגע מוחות זענען שוין אזוי מלמדי מלחמה, ווי יעדער יונגעל האט פראבירט נאכצומאכען זיין טאטען'ס קללות וואס ער הערט שבת ביי די סעודה
אזש מ'האט די קינדער נישט געקענט שטיל מאכען, אזש ר' משה מנהל איז אראפגעקומען טיילען פעטש (ווער געדענקט נאך ווען ער ווערט ווילד?) אין מ'האט שווער באראויגט די ''אנגעצויגענע געמיטער'' אין פארשטילט די שמיציגע פיסקעס קעגן דעם ת''ח.

דער מלמד ווייזט מיר אן אז דאס נאר א דוגמא, וואס מ'הערט דארט קינדער פארציילען נאך וואס זיי הערן זיך אלס אין זעהן אויף די ווענט אין ראדני (א שטייגער ווי די זכור את אשר עשה לך עמלך צעטליך וכו' וואס הענגן אויף די ווענט אין ראדני, ווי אלע תשב''ר האבען זיך געשטיפט עס צו ליינען, כדי צו באקומען א גלעט פין זיין טאטע, ר'''ל)

יענער מלמד מערקט מיר אן אינטערסאנטע פוינט, אז נאך אלעם האבען נישט די זאלונים קיין שום ערנסטע טענות קעגן ק''י דיין, ווייל די ארונים האבען פין קיינמאל ועד היום בכלל נישט געניצט זייערע דיינים פאר קיין שמיץ אדער נעגעטיוו
עס איז נשיט בנמצא קיין איין פאשקעוויל פין סיי וועלכע דיין פין די ארונים, קיין שום חתימה ''קעגן'' די זאלי'ס, ממילא זעהט מען נישט פאר וואס זיי זאלען האבען א חוצפה'דיגע האס קעגן ק''י דיין
נאר וואס דען.......... דאס קרענקט זיי
אזא גדול בתורה ויראה, וועלכע איז אזוי ארויפגעגקוקט אין די גאנצע וועלט, אין ''האלט אנדערש ווי די.......ר''ל''
איז ער נישט קיין???

וויי פאר אזא חינוך.....

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו

(פין אימעיל)

וועט מיך איינער פרעגן, וואס עפענסטו א אשכול אויף דעם?
האבען די קינדער געשריגען קעגן ק''י דיין! דאס איז דאך ס''ה פארט קינדער, קטנים.
אבער ווען מ'זעהט/הערט מיט וואס פאר א שנאה אין האס די קינדער האבען געשריגען, ווי שמיציגע אין נידריג זיי האבען ''נאך''געשריגען, מיט א ''איינגעבאקענע שנאה'' טוט די הארץ וויי, וואס פאר א דור פין נעימות המידות דא וואקסט אויף.
ד' ישמרנו.

 





תוקן על ידי rebyankel ב- 10/11/2009 3:14:32




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 19:26 לינק ישיר 

זעליג אין צבי הירש
כ'האלט מיך אינטער מיט ענקערע תגובות
א מציאות קען נישט לייקענען - אויב איינער פראבירט קוקט ער אויס ווי דער איראנער פרעזידענט מיט די אראבער בנוגע די וו' מלחמה

אפאר גאסען אוועק פין טרופ עוו' איז דא א ריזיגע ת''ת געביידע ווי עס ווערן נתחנך א מספר עצום תשב''ר בליעה''ר, אין אויף זייערע טאטעס ווילן ענק אנלייגען אלע שמיץ וואס ענקער א''ג רבי'ס גבאי האט אלע יארען אפגעטוהן, ווי צווישען אנדערע האט ער נישט געשוינט די חינוך פין די דעמאלטסטיגע תשב''ר.
אין דארט אויף ווייט עוו' הערט מען נישט פין קיין קינד קיין נעגעטיוו ווארט קעגן רז''ל וכת דיליה - בדרך כלל, אויף די ווענט פין די בתי מדרשים ווי זיי דאווענען שב''ק זעהן זיי מודעות פין שיעורי תורה וכי',
יא! די קינער זענען נישט אויסגעטוהן פין די קהילה, זיי ווייסען פינקטליך די הידורים פין די ק''י שחיטה אין גסות שחיטה אין מהודר'דיע ווייץ, זיי ווייסען אפי' די תורה וואס די רבי שליט''א האט געזאגט ביי די הקפות, וכו'
אבער דארט אויף טרופ עוו' ווי עס לערנען די קינדער וואס (די מערהייט פין) זייערע טאטע'ס האבען אויסגעקליבן דעם געוועזענעם משתב''ק אלס פירער זייערע, דארט זענען די קינדער ''תשב''ר'' אנגעגסן מיט שנאה קעגן יעדן ערליכע יוד וואס גייט נישט אין שפאן, זיי קומען שב''ק אין ביהמ''ד אין זעהן די ווענט פין שול איז יעדע וואך אפ טו דעיט מיט אלע פאשקעווילן פין היידפארק אדער פינעם שמיציגען צייטונג זייערע, אין מ'קייט עס דערנאך איבער שבת ביי די סעודה.
נו! וואס קען פין אזא חינוך ארויסקומען?
וואס טראכט אזא קינד ווען ער ווערט עלטער?

(אגב, ווייסט איינער פארוואס אזא גרויסע פראצענט פין קווינס בחורים פאר'ן נאכדעם לערנען קיין א''י? (אין די צייט וואס אין ק''י ישיבה איז דאס כמעט נישט בנמצא) - אז די חינוך האט אזעלכע יסודות, נו! פארוואס זאל דער בחור נישט ווערן אויפגעקלערט?)

------------

די ווילסט לייקענען אז די זאלי'ס רייסען אראפ ק''י דיין, אין די אנדערע דיינים?
אוודאי, זיי האבען נישט קיין ערנסטע טענות קעגן זיי, נאך אלעם האבען מיר פין זיי ''קיינמאל נישט געבעטן קיין חתימה קעגן די זאלי'ס''
אין  ווען די סאטמערע דיינים זאלען טרעטן אויף די תורה אזווי די זאלי'ס דיינים וואלט זיי  שוין געמאכט גענעראל פארזאמלונגען אין ברכה סימא אין געזאגט אז מ'טאר ביי נישט טרונקען א גלעזעל וואסער אזווי מ'האט געטוהן ווען די נאווארדיקאווע בי''ד האט געהאט די חוצפה אננצומען צו שיקען א הזמנה פאר די וועלטס גזלנים, אדער וואלט מען געמאכט א באל אין מאריאט האטעל אזווי מ'האט געטוהן ווען הג' ר' אליקום שלעזינגער שליט''א האט זיך דערוואגט צו פארהאנדלען מיט די שפאנישע רעגירונג סוקסעפול, נאכדעם וואס די צוויאת'ניקעס האבען מיט זייער צידרייטע מלחמה אין ערגעץ נישט אנגעקומען נאר פארקערט, אין שאדען געמאכט. {אבער ב''ה כי לא יניח שבט וכו'- אין מ'האט ציריק מקבר געווען אלע עצמות ווי שוין באקאנט}
אין אזווי מ'האט געטוהן מיט יעדע ערליכע יוד אין ת''ח, וואס איז זיי געשטאנען אין וועג.

וויי פאר אזא חינוך, פאר אזעלכע דורות, פאר אזעלכע פירות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 18:54 לינק ישיר 

צוריק צו ר' יענקל'ס מעשה:

די מעשה מאכט נישט קיין סענס, די תשב"ר טיען נאר וואס זיי זעען ביי די עלטערן, כו"ע מודה אז מ'הערט נישט קיין ווארט זלזול אויפן ק''י דיין שליט"א, נישט אינעם איד, נישט אפי' אויפן פארק.
איך וואלט געוואלט זעען וואס געשעט ווען מ'דערציילט עפעס פון הגה"צ רז"ל פילאפף שליט"א ביי די ווייט עוו. חדר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2009 18:25 לינק ישיר 

הייסט אזוי.

ווייל מרן רביה"ק האט אויפגענומען די עסקנים ראזענער און משה מאנרא'ער דארפן זיי בלייבן לעולם ועד?

און למשל אז יוחנן כהן גדול איז געווארן אויפגענומען דורך די סנהדרין אלס "כהן גדול" און האט משמש געווען 80, און דערנאך האט נישט געטויגט מיט אים, דארף מען האלטן?

בכלל פרעגט זיך, האבן די זאליס געהאלטן בנימין הערש בערקאוויטש, ווייל דער רבי זצ"ל האט אים ממנה געווען?

אזעלכע שטותים וואס דער צבי הירש רעדט, און האט נאך טענות האט מען האט געווארפן די מענטשן וועלכע האבן בארויבט מיליאנען דאלאר פון מענטשן וועלכע האבן געקויפט לאטס אין קרית יואל. איך ווייס פון מערערע מענטשן וועמען משה מאנרא'ער און משה מעכל האבן ריכטיג בא'גנב'ט מיט פראפערטיס, עד היום הזה, והדברים ידועים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 17:54 לינק ישיר 

צבי הירש
100 פראצענט גערעכט

לייג נאר צו איין שורה
אפילו ער הייסט ר' אהרן ט"ב

כלומר, ער מעג אויך האבן זיין מיינונג, און ער מעג מתקן זיין תקנות לטובת הדור, ווען ער האלט אז ס'איז איסגעהאלטן על פי תורה

יעדער רב קען זאגן זיין מיינונג ביי זיך אין די קהלה, אז זיינע בני קהלה זאלן נישט אזוי טון
אבער נישט זאגן אז יענער וואס טוט אזוי איז אוכל חמץ בפסח אדער כפירה ומינות וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 17:15 לינק ישיר 

דער דיין הר"ר געציל בערקאוויטש שליט"א איז א תלמיד חביב פון רביה"ק זי"ע ער פלעגט שטיין ביים פארהערן אלס אינטערזאגער. ער איז אויפגענומען געווארן פאר דיין נאך אין די צייטן פון רבינו הק' זי"ע דער בעל ויואל משה ודברי יואל.
אלע 3 דיינים והצעיר שבתוכם הר"ר געציל זענען טייערע אידן און טראץ די אלע קריטיק האט מען נישט קיין רעכט מזלזל זיין בכבודו.
איך בין אליין געוועהן דארט בי די מעמד נורא און לדעתי וואלט ער לכתחילה געדארפט ארויס שרייען דעם אמת ווייל ער איז א לעבעדיגער עד ראי' אז רבינו הק' זי"ע האט געזאגט ביום ב' פ' ראה שנת תשל"ח (בערך א יאהר פאר די פטירה) אז ער איז ממנה די 7 מענטשן אלס ז' טובי העיר און זיי זאלן האבן דעם כח פון א בית דין אויף מחליט צו זיין יעדע זאך אין די שטאט קרית יואל. רבינו הק' זי"ע האט נאך צוגעלייגט אז די שטעטל און קהלה האט ער אליין אויפגעשטעלט און ער קען אליין ממנה זיין די טובי העיר אנדערש ווי אנדערע קהלות ווי מ'דארף אויסוועלן די טובי העיר. אלע 3 דיינים ה"ה הר"ר ישראל חיים מנשה פ"מ שליט"א און הר"ר יחזקאל ראטה שליט"א והר"ר שלו' א' געציל שליט"א זענען דארט געשטאנען ווען רבינו הק' האט זיי אנגעזאגט אז ער וויל אז די 7 טובי העיר ובתוכם ר' עזריאל גליק און ר' שלמה מיכל ראזנער און ר' משה פרידמאן (ברי"מ) וועלכע זענען נאך בחיים איתנו און זיי האבן געהאט די זכי' צו ווערן נתמנה דורך דעם אויסשליסליכן בעל הבית ומייסד פון קרית יואל.

די אלע היינטיגע שישקעס אין קרית יואל ובפרט די מושלי העיר ושולטים על הציבור בקרית יואל זענען נישט נתמנה געווארן קיין איינער פון זיי, זיי אלע זענען מושל על הציבור נגד ההלכה און דער חשובער דיין האט ליידער מורא ארויס צו זאגן דעם אמת ווייל ער האט ערפאהרונג פון די חברה וואס מ'האט געטוהן מיט 20 יאהר צוריק אין אזעלכע פעלער, ער פלעגט בשנת תש"מ נאך פון צייט צו צייט זיך אריינכאפן און דאווענען ביי די רעבעצין ע"ה. ובפרט ביי די סעודות וואס זי פלעגט פראווען ל"ג בעומר איז ער געזיצן בראש המסובים. נאר מחמת פחד אויף זיך אליין זינט מ'האט עהם געגעבן א ווינק פון אויבן אז מ'קען עהם נאך אויך מסדר זיין, מוז ער נעבעך שווייגן.

שולדיג זענען ליידער די וואס האבן די לעצטע 30 יאהר ארויף געווארפן א אימה אויף די דיינים און אויף אלע מחנכים אז מ'מוז שווייגן. דער דיין הר"ר ישראל חיים מנשה האט אויך געציטערט פאר די מושלים ביז די קהלה האט זיך ב"ה צוטיילט אויף 2 און די וואס ווייסן דעם אמת קענען שוין ארויס זאגן אז ליידער איז דער חינוך געוועהן נפגם קרוב צו 20 יאהר. מ'האט נאכגעשריגן ערליכע אידן און נאכגעווארפן שטיינער ווייל מ'האט געוואלט זיין א מושל בכיפה.

יעדער איד דארף איינלערנען זיינע קינדער אז היינט איז ליידער נישטא קיינע נביאים און נישט קיינע בעלי רוח הקודש, דערפאר מעג יעדער ערליכער איד האבן די רעכט צו זאגן א דעת תורה לויט ווי ער האט געלערנט. יעדער חסיד זאל זיך געזונטערהייט האלטן מיט זיין רעבין אדער מנהיג. אבער דער אנדערער מנהיג האט אויך א רעכט צו לעבן און צו האבן א מיינונג. דעם נערישן מיינונג אז מיין רבי איז גרעסער, אדער ער איז רבי אויף די גאנצע וועלט איז א פארפוילטער חינוך. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 17:02 לינק ישיר 

דער זעליג איז א פאלנער ''זאלי'' (ליגענער)

קיקט איבער אייער אשכולות וואו איר שרייבט אויף

הגה''צ אב''ד קהלתינו הק' מוויליאמסבורג שליט''א
הרה''ג לייבוש טייטעלבוים שליט''א
הרה''ג  משה פריעדמאן שליט''א
הרה''ג אפרים שמעון לייכטאג שליט''א
הרה''ג אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א
הרה''ג  העניך אשכנזי שליט''א
הרה''ג שלמה זאבעל שליט''א
הרה''ג אברהם וואלף שנעבאלג שליט''א
הרה''ג הערש לייב בערנשטיין שליט''א
הרה''ג משה ראזענפעלד שליט''א
הרה''ג דוד הירש שליט''א
הרה''ג מנחם זאב שטערן שליט''א
הרה''ג יושע געלב שליט''א
הרה''ג יוסף אשר זילבערשטיין שליט''א
הרה''ג ר' בנציון לאויב שליט''א
הרה''ג אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א

דאס איז נאר א קליין חלק פון אונזערע דיינים שליט''א וואס האבן געליטען פון די רדיפות און השמצות פון די זאליבאנעס

משא''כ די ארוינים האבן קיינמאל נישט געשעפעט אדער חוזק געמאכט פון די ערליכע זאלי דיינים וואו הרה''ג ר' לייבוש פריעדמאן שליט''א
הרה''ג הרב ליבערמאן שליט''א
הרה''ג הרב מאן שליט''א

מיר רייסען נאר אראפ די נידריגע מעשים פון די 4  זאלי דיינים, וואס באגייען ערענסטע פארברעכען קעגען די מענטשהייט, און קעגען די הייליגע תורה, און קעגען דעם נותן התורה!!!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 10/11/2009 17:03:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 06:01 לינק ישיר 

ר' זעליג ביסט נישט גערעכט, ווען רעב געציל זאל טון פאר די זאלונים דעס וואס די אנדערע דיינים האבן געטון פאר די ארונים וואלטן זיי אים פונקט אזוי געשאלטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 05:48 לינק ישיר 

יענקעלע שרייבט

..................אז נאך אלעם האבען נישט די זאלונים קיין שום ערנסטע טענות קעגן ק''י דיין, ווייל די ארונים האבען פין קיינמאל ועד היום בכלל נישט געניצט זייערע דיינים פאר קיין שמיץ אדער נעגעטיוו 
עס איז נשיט בנמצא קיין איין פאשקעוויל פין סיי וועלכע דיין פין די ארונים, קיין שום חתימה ''קעגן'' די זאלי'ס, ממילא זעהט מען נישט פאר וואס זיי זאלען האבען א חוצפה'דיגע האס קעגן ק''י דיין 

מ'האט נישט גענוצט, אדער ער האט זיך נישט געלאזט פון ענק אויסנוצן.........

אינטערעסאנט דעם רבין ר' אהרנ'ס אייגענע קינדער האט מען נישט אזוי געשוינט ויי מ'שוינט דעם דיין, און מ'האט זיי יא געניצט ביי די טרויריג בארימטע קאורט קעגן דעם ברך משה....!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2009 05:37 לינק ישיר 

קינדישע געבעקסן דארפן נישט מיין פירכא.


וואס מען זעהט יא איז די ווייטאג ביי די ארונים, 
פאקט איז ביי יעדן (רעכטדענקער) אז רבי ישראל חיים מנשה, אזוי אויך רבי געציל, רבי שלמה לייב, און רבי זלמן לייב, רבי חיים דוד וכו' זענען יודן ריזן אין הלכה, יודן וואס יעדער לומד צו פון עמודי ההוראה, כולל צו דיינים רעכענען זיך מיט זייערס א ווארט, אבער ווען ס'קומט צו כבוד אכט גיבן אויף ביזיון תלמיד חכם זעהט ביי די זאלונים אויפ'ן העכסט'ן פארנעם אנגעהויבן ביי די מיטל עידזש און געענעדיגט ביי די נידריג ראנגיגע היידפארק שרייבערס, מ'הערט נישט קיין קרום ווארט, ווער רעדט נאך פון א צו-נאמען אויף ר' געציל, משא''כ די ארונים'ס אויפגעפיראכטס אין דעם ענין איז אזוי נידריג שבנידריג אז ס'איז נישט אין די וועלט זייט משה קיבל תורה אזא 360 דעגרי יו טורן אויף גאונים וצדיקים, אלעס ווייל ער וויל נישט זאגן ליגנד אז ר' אהרן דארף איינעמען די וועלט!





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פירות פין פארדארבענע חינוך אין 82 מוסדות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext