בית פורומים כל העולם כולו

הרה"ק מטאהש קומט צוריק פון אפרוה.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2009 20:09 לינק ישיר 
הרה"ק מטאהש קומט צוריק פון אפרוה.

אין קרית טאהש גרייט מען זיך צום שמחת בית צדיק ווי עס וועלן גיין אינטער די חופה די עלטסטע 2 איר אייניקלעך פון רביה"ק שליט"א, נכדי חדב"ק כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א.

עס האבן זיך משדך געווען צווישן זיך הרה"צ ר' הערשל בן חדב"ק מיט זיין שוואגער הרה"צ ר' אליעזר דוד קאהן חתן חדב"ן בן הרה"צ מ'סענטדשארדש חתן הרה"צ ממאנטיווידעא ז"ל.

די חתונה איז געפלאנט סוף חנוכה, עס איז נאך נישט דא די פונקליטכע טאג.

די רבי שליט"א וועט צוריק קומען פון אפרי ווי ער געפינט זיך יעצט, און וועט וויילן אין שטעטל בקרב חסידיו לכבוד די געהויבענען יו"ט חנוכה הבעל"ט און די ימי שמחה דערנאך.

נאך די שבע ברכות וועט רבינו שליט"א צוריק אפפארן אויף אפרי ביז פורים.

צוליב די קורצע ווייל פון קארגע 2 וואכן במשך דעם גאנצען ווינטער ווי חסידים וועלן האבן די זכי' צו וויילן במחיצת רבינו שליט"א איז ערווארטעט א גרויסע פארעריי.

ומשמחה זו ישפע שפע שמחות לכלל ישראל בכלל לחסידי רבינו שליט"א בפרט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 21:08 לינק ישיר 

יש''כ,גיט  אראפגעלייגט
יעצט לאמיר הערן וואס די אנדערע צד האט צו זאגען.....

ביטע זיך האלטען, נישט רעדן ווילד אין אוואדאי נישט בארעדן קיין יחידים כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2009 20:24 לינק ישיר 

בקיצור הדברים וואס דארט גייט פאר:

דוד פארשנאבסקי:
א זון פונם גנב יוסל איז יארן געווען דער אדמיניסטריטער פון די מוסדות די הנהלה האט איינגעזען אז דער דוד דארף גיין (די סיבות זענען נישט צום באהאנדלען ברבים) לטובת די אינטערעסע און הצלחה פון די מוסדות.

הרב ישראל בנימין לאווען איז יארן לאנג געווען דער "מעיאר" פון שטעטל אויך האט מען אים אסאך יארן באטיטלט אלס איינער פון די ראשי קהלה, אויך איז ער געווען דער גרינדער און פירט נאך עד היום הזה די "הצלה" פון קרית טאהש.

די ניימאן ברידער:
דארט זענען דא עטליכע, די עיקר זענען ר' שלום און עמרם. די ניימאן ברידער האבן געלערנט אין די בחורישע יארן אין "סאטמאר" קיינמאל קיין טאהש'ע חסידים נישט געווען אפילו זייער פאטער האט געוואינט אין קרית טאהש, די מיט בעסערע זכרונות געדענקען א ווייטאג וואס זיי האבן געהאט אויף די ניימאן ברידער, פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען זענען זיי נישט געגאנגען זאגן גוט שבת פארן רבי'ן אזוי דאס גאנצע ביהמ"ד נאר געבליבן זיצן אויף זייערע ערטער און "געלערענט" דברי יואל, ווען די רבי האט גענדיגט מיט גוט שבת ווינטשן און איז דורך דעם ביהמ"ד אויפן וועג ארויס האבן די ניימאן ברידער א טובה געטון און זיך עטוואס אינטערגעהויבן און געגעבן א שריי "גוט שבת"...
אין זייערע געשעפטן האבן זיי אנגעקניפט גוטע באציאונגען מיט מיט כל מיני ספרדים ספרדים, זיי האבן אנגעהויבן ברענגען די ספרדים אויף טאהש מיטן חשבון אז זיי וועלן זיין "פאנדרעיזערס" אויף גרויסע פראצענטען, די רבי האט בתחילה נישט מסכים געווען אבער נאך די באקאנטע סטראשעריי פון די מאפיא האט די רבי באוויליגט אנצונעמען די געלט, די ניימאנס זענען פון דא און ווייטער געווארן פון "שיינע בעלי בתים" צו "מולטי מיליאנערן", טאהש האט אנגעהויבן לעבן אין א רחבות די ניימאנס האבן געבויעט 4 שיינע בנינים אבער דאס איז אלעס געווען פון קליינע פראצענטן פון וויפיל זיי האבן באמת געשאפט, דער עולם אין טאהש געדענקט זייער גוט ווי די "סיינ'ס" היכל ...... לע"נ...... האבן זיך געטוישט יעדן מאנטיג און דאנערשטיג לויט וועלכע ספרדי ס'איז געקומען קיין טאהש יענעם טאג.

פון פאנדריזער'ס זענען זיי געווארן באטיטלט "ראשי קהלה" און האבן אנגעהויבן צופיל מישן אין די קאשע אין אינערליכע חינוך ענינים, די מגי"ש און ראשי ישיבות האבן זיך געטוישט לויט די גיסטע פון פשוטע בעלי בתים... וכדו'

ביז מען האט זיך געטראפן אין א לאך, טאהש איז אריין אין חובות פון מיליאנען דאלארען צוליב דעם וואס די ניימאנס האבן פארלוירן זייער מזל אין פאנדריעזינג און קיין געלט איז מער נישט געקומען, די עול איז געפאלן אויף די פלייצעס פון רב זז"ג מ'האט אנגעהויבן קומען צו אים מיט טענות מגי"ש מלמדים און טיטשער'ס האבן געשירגן ווי איז מיין וועידש. דער רב האט נישט האבענדיג קיין ברירה זיך אריינגעווארפן אין די זאך אנגעהויבן פארשאפן געלט און "ריסטראקטשערן" די מוסדות און די קהלה, געלייגט אין א זייט די וואס זענען געזעצן אויף געשוואלענע איבער געטריבענע וועידשעס, אויפגעהערט צאלן גראסערי בילס פאר יעדן מעכל מיט רעכל וואס האבן זיך געהאלטן גוט מיט די ניימאנס און זענען געווארן באצאלט פון די קהלה אדער מוסדות קאסע. אויך האט ער געפאדערט אז די בערך 70 משפחות וואס וואינען אין די ישיבה'ס דירות בחינם זאלן אהנייבן צאלן רענט סך הכל בערך $200 א חודש... סתם א געלעכטער פון א סכום אבער פאר די מוסדות מיינט דאס אסאך (דאס איז אויך געווען די ברייט פובליצירטע פרשה ווי מ'טראגט ארויס פריעדמאן א קאשיוער אייניקל פארן נישט באצאלן רענט 2 יאר אין די ישיבה'ס דירה, דאס איז שוין נאכדעם וואס ער איז א שיינע פארדינער און נישט געוואלט צאלן $200 א חודש).

די ניימאנס זענען געווארן ברוגז אז זיי פארלירן דעם "לעצטן ווארט" אויף יעדע ענין און האבן געסטראשעט און געבלאזן אבער זיי האבן יעדעס מאל צוריק באקומען דעם זעלבן תשובה "ברענגט איר געלט הרי טוב, ואם לאו זענט איר אויס קאפעליטש מאכער".

די ניימאן משפחה זענען געווארן פארשטענדי, צו דעם האט די הנהלה אפגעזאגט דוד פארשנאבסקי וועלכע איז געזעצן אויף א געשוואלענעם וויעדש איבער געטריבן מיט עטליכע 100% וועלכע ער האט פארדינט אדאנק די חנופה במשך די יארן צו ר' שלום און עמרם, די הנהלה האט אים געלאזט וויסן אז ער וועט באקומען א וויעדש אין די סכום וואס אנדערע מסודות געבן פאר זיין פאזיציע אבער נישט מער, ווי איידער בייגן די קאפ האט ער זיך אפגעזאגט און זיך ארויפגעזעצט אויף די ניימאנ'ס. דאס האט געברענגט צו א מצב אז די ניימאן ברידער וועלכע זענען מער ווייניגער באזעסענע בעלי בתים זענען געווארן נאך מער געהיצט און גערידערט קעגן דעם רב, דאס האט געמאכט א שילוב פון געלט (נייאמן) מיט א צורידערטער בארדאק (פארשנאבסקי וועלכער האט קיין נארמאלער חינוך נישט באקומעם צוליב דעם וואס זיין טאטע פעלגט ארום לויפן זיך באהאלטן אין כל מיני מדינות, כידוע), פאשקעווילן האבן אנגעהויבן פליען.

דערווייל איז ר' ישראל בנימין לאווען געבליבן בעל הבית אויף די קאסע פון מוסדות וקהלת טאהש, ווי ס'האט זיך נאך געפינען געוויסע סכומום וואס זענען שטארק נויטיג פאר די המשכת המוסודות, אבער ער האט דאס געלט נישט געוואלט ארויסגעבן מיט די טענה אז ער האט אויף זיין פריוואטע נאמען געבארק געלטער און ער וויל דאס באצאלן פון די קאסע. דער רב האט קיין ברירה נישט געהאט ער האט געפענט פרישע אקאונט'ס, אבער לאווען האט ווייטער געפאדערט א געשוואלענעם געהאלט אלס מנהל פון די מיידל שולע און די תשובה פון רב איז געווען בלא איר וועט באקומען דאס וואס מנהלים באקומען אין אנדערע מוסדות, די סעודת לוייתן אין טאהש איז געקומען צו א ענדע, האט זיך לאווען אפגעזאגט פון די מנהל שאפט, (זיין זיך אפזאגן איז געווען א ספעציעלע שמחה אין אסאך טאהשע שטיבער בפרט די פרומע צוליב דעם וואס ר' ישראל בנימין האט זיך ערלויבט זאכן וואס אנדערע מנהלים פון מיידעל שולע'ס ערלויבן זיך נישט, וידוע ליודעים ואכמל"ב וד"ל) דא האט אבער די "מנהלת" געשיקט א מעסעדש אז אויב ר' ישראל בנימין איז נישט מנהל עפענט זיך נישט די שולע צום נייעם יאר, דער רב האט זיך ווייניג דערשראקן און איר געלאזט וויסן אז שולע הייבט זיך אן ווי געפלאנט און אויב וועט זיך נישט זיין אנוועזענד ביים שועל עפענונג נעמט ער דאס אן ווי א אפטריט פון איר זייט און א טאג דערויף וועט ער שטעלן א נייע מנהלת. וכך הוה

צום גרופע פון "ניימאן פארשנאבסקי" איז צוגעקומען "לאווען קרויס", קרויס האט למעשה נישט צופיל גערידערט למעשה איז ער יא א אמת'ע טאהשער חסיד און איז נישט גרייט געווען אזוי ווי די אנדערע צוגרינד צולייגן דעם רבי'נס ארבעט פאר זיין איינגע כבוד ער האט זיך אוועק געצויגן פון טאהש.

לאווען וועלכער איז געווען באליידיגט און האט געטענה'ט אז די מוסדות איז אים שולדיג געלט האט אויף זיין נאמען געהאט די בניני הקהל! און די שטחים ארום טאהש! ער האט געלאזט וויסן אז ער גייט בויען דירות און פארקויפן. די ריווח וועט דעקן "די מוסדות חובות פאר אים", דער רב האט תיכף געשיקט א הזמנה פון ביד"ץ התאחדות הרבנים ווי בי"ד האט ארויסגעגעבן א עיקול א סירוב און א היתר הליכה לערכאות קעגן לאווען, דער רב האט געהייסן די הנהלה אריינצונעמען די זאך אין קארט און די הנהלה האט טאקע אין קארט געווינען די שטחים ווי מ'הייבט טאקע יעצט אן צובויען פרישע דירות.

די בניני המוסודות זענען געבליבן אויף די נאמען פון לאווען!

די איצטיגע גרופע פון ניימאן פארשנאבסקי לאווען האבן זיך געזען אין א ווינקל און האבן מחליט געווען אז די בעסטע זאך וועט זיין "עפענען א אייגענע שול" געלט צו עפענען האבן די ניימאנס נישט געוולט געבן האבן זיי זיך אריינגעצויגן אין די בנין התאחדות אברכים (די וואכענדיגע שול, אין טאהש האט מען יארן געדאווענט אינדערוואכן אלע מנינים שחרית מנחה מעריב אין דעם שול און שבת אין גרויסן ביהמ"ד) דארט האבן זיי אנגעהויבן פירן א אייגן קרעמעל מיט מנינים שבת. דער רב האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט און געלאזט די זאך לויפן, דארטן האבן געדאווענט 99% סאטמארע וואס זענען "אריינגעפאלן" אין טאהש יעדער פאר א צווייטע סיבה.

איינער פון די זאכן וואס די הנהלה האט מחליט געווען אפצושטעלן אין טאהש איז "מקוה בחינם" און "קאווע בחינם", וואס הייסט? אין די גאנצע וועלט איז נישט פארהאן א שול וואס גיבט מקוה בחינם, מקוה קאסט געלט, אבער מיטן ריכטיגען סימן פון א איד (עם קשי עורף) האט דער עולם זיך נישט וויסענדיג געמאכט צו די רופן פון די הנהלה אז מ'זאל באצאלן מקוה געלט, סך הכל 15-20 דאלאר א חודש, האט די הנהלה ארויפגעלייגט "טוירן סטייל" טויערן אויף די מקוה א זאך וואס רוב מקוואות האבן שוין היינט. אזוי אויך האט די הנהלה אויפגעהערט קויפן קאווע אויף זייער חשבון, אויב איז געווען א נדבן יענעם טאג איז געווען קאווע אויב נישט, נישט.

די חברה וואס זענען געווען א חלק פון די אנגעווייטאגטע גרופע אדער אנגעהעצט פון זיי האבן מחליט געווען אז זיי דארף מען יא געבן אלעס בחינם און האבן צובראכן די טורין סטייל געיטס און אויפגעבראכן די שאפע פון די קאווע מיט ציקער, האט די הנהלה מחליט געווען ארויפצולייגן קעמרעס צו קענען אפכאפן ווער די ברעכער זענען, די ברעכער האבן געבראכן די קעמרעס, האט די הנהלה אפגעשפארט אין נאכט דעם ביהמ"ד כדי צו קענען אינסטאלירן פיצי קעמרעס וואס וועלן נישט זיין זעיבאר, די חברה האבן פארשטאנען וואס דא גייט פאר, מ'האט זיך אנגעהויבן שלאגן פאליציי איז געקומען און ... געגעבן גערעכט פאר די חברה ווייל די בנין אין אויפן נאמען פון לאווען, די הנהלה האט נישט געהאט א ברירה און אויפגעגעבן דעם קאמף אבער האבן אויפגעהערט צאלן די לעקטריק בילס, לעקטער און הייס וואסער איז טאקע נישט געווען אפאר טעג, דער עולם איז אריבער דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד. די חברה האבן אריבערגלייגט די יוטילעטי'ס צו זייער נאמען און האבן אנגעהויבן באצאלן די בילס וליהודים היתה אורה.

נאך א שווערע תקופה און לאנגע פארהאנדלונגען האט לאווען מסכים געווען אראפצולאזן די משכנתא געלט וואס ער האט געפאדערט פאר די בנינים פון 18 מיליאן צו געציילטע מיליאן, ער האט דאס געלט באקומען און אלעס איז אריבער צו די נעמען פון די מוסדות. און לאווען האט ארויסגעטרעטן (עכ"פ אפיציעל פון די מערכה) דער רב האט שוין יעצט געהאט דעם פולען בעלות אויף אלע בנינים און נכסי הציבור לרווחת חסידי טאהש, די יוטילעטיס פון די אברכים איז צוריק אריבער צו די מוסדות און די מוסדות האט ווייטער אנגעהויבן באצאלן בילס, ביז... די רב האט באפוילן אז אים איז וויכטיגער די קיום המוסדות ווי איידער די רביסטעווע און ער האט נישט קיין התנגדות קעגן דאס ניצן דעם ביהמ"ד אברכים אבער רענט לעקטער גוי צו קלינען וכדו' דארפן זיי באצאלן (ווער ס'האט באזיכט אין טאהש במשך די איבערגאנג צייט ווייס צו זאגן פון די שלש סעודות וואס פעלגט ליגן אויף די טישן זינטאג צופרי).

זיי האבן נישט געהלאטן דערביי און נאך עטליכע חדשים בעטן און ווארטן האט די הנהלה מחליט געווען אז ס'איז גענוג און אפגעשפארט דעם ביהמ"ד אויף א קרוצע וויילע ביז די חברה וועלן זיך קוואטירן אין א צווייטע מקום און דעמאלטס וועט מען צוריק עפענען לרווחות חסידי טאהש. די גרופע האט זיך פאלצירט אין די בעיסמענט פון עמרם ניימאן'ס הויז נאכדעם וואס פארשנאבסקי האט דאס אפגעקויפט ווען עמרם האט זיך אריבערגעמופט אויף מאנסי.

איך די גאנצע תקופה האבן זיך אפגעשפילט אסאך פרשות און פרשעלעך וועלכע איז נישט יעצט נוגע.

נ.ב. מיט אלע פארווייטאגטע געפילן קעגן די אלע וואס לייגן זייער עגאיזעם פאר אלעם האב איך א געוויסע רעספעט צו ר' ישראל בנימין לאווען, ער האט אסאך אריינגעהארעוועט אין טאהש אין "די שווערע צייטן" און צו ר' שלום ניימאן וועלכער פראבירט מיט אלע כוחות צו שטיין ווייט פון מחלוקות.
צווישן די ניימאן אייניקלעך און די קינדער פון ר' ישראל בנימין זענען פארהאן באמת ערליכע אינגעלייט. ווען ר' ישראל בנימין זאל פארמאגן קינדער איין ביסל ווייניגער חשוב וועלט נאך די לאווען מחלוקה היינט געפלאקערט.

נ.ב.ב. דער וואס האט געשריבן אז אין ניימאנ'ס בעיסמענט דאווענען 200 שטריימלעך ווייסן נישט בחייכון וביומיכון, אין גאנץ טאהש זענען דא הכל בכל בערך 320 שטריימעלך. די נומער 200 איז איבערגעטריבן פון בערך 30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 19:00 לינק ישיר 

לויט מיינע ידועת
קוקען אויס די מענטשן וואס זענען קעגן ר' אלימלך פינקט ווי די רעבעלען גרופעס אין ק''י
ווייל אלע בנינים וכו' זענען אויף ר' אלימלך'ס נאמען
כ'וואלט ענדערש רעקאמנדירט פאר די נארמאלע מענטשן פין זיי, ענדערש אוועקצומופען פין טאהש פאר זייערע אייגענע טובה.

(במאמר המוסגר: קענסט נישט ציגלייכען דאס פארשפארען די רעביצין שול אין ק''י צו די אבריכם אין טאהש, ווייל ווי די ווייזט האבען די רעביצין'ס מענטשן גערופן קהל אין ערכעות, אין ווען זיי וואלטן געווינען וואלטען זיי אויך אינפארסירט זייער געווינס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2009 09:39 לינק ישיר 

עס איז שווער מסביר צי זיין אויף איין פוס וואס עס גייט פאר דארט... אבער בקיצור עס איז נישט אנדריש דארש ווי אסאך פלעצער (אין ביי אינז סאטמאר) בערך 40% פון קרית טאהש האלט נישט פון די רוטמאן פארטיי אדער פון מייליך טאהשער אין זיי ווילען נישט דאווענען אין איין בית מדרש מיט זיי. פאר א לאנגע צייט האבען זיי געדאווענט שבת אין די גרויסע אבריכם בית מדרש אין קרית טאהש. ביז אין מיטען די זימער האט מען עס פארשפארט מיט פאליציי. (בערך אזוי ווי די ארונים האבען געוואלט טון מיט די רעביצען שוהל...) זיי האבען געמיינט מיט דעם אז זיי האבען ציגרינד געלייגט די גאנצע צד שכנגד. אבער עס איז נאר שטערקער געווארען די פייער אין זיי האבען זיך אויף געבויט א נייע אבריכם שוהל אין דער בעיסמענט פון ד.פ. אדרעסס פון הויז 555 בית הלוי. א שיינע נייע בית מדרש געבויט. אין זיי האבען איבער 200 מענטשען. א שיינער פארטיגע קהילה האבען זיי אבער אן א רב.... (סדא וואס זאגען אז דער רביןס אייניקעל וואס מאכט יעצט חתונה ער איז זייער טויגליך... אפשר וועט מען עם אויף נעמען פאר רב..) אבער לעת עתה שפילט ער גיט מיט זיין פעטער וויל ער זיך נישט אריין לייגען אין מחלוקות! אבער די שטעטיל איז שוין ציטיילט אויף צוויי בחייו פון רבין שליט"א. (ענדליך ווי עס איז געוועהן בחייו פון ברך משה זי"ע...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 07:53 לינק ישיר 

זיי מסביר וואס די רעדסט פון די אברכים?

דער עולם דא איז נישט באקאנט וואס דארט גייט פאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 05:22 לינק ישיר 

יעצט אין די טעג וואס הרה"ק מטאהש שליט"א געפינט זיך אויף אפרוה איז דער נייער אבריכם בית מדרש (555) וואס ווערט אנגעפירט דורך ד.פ. געווארען א גרעסערע עולם צילוב וואס דער רבי דאווענט יעצט במילא נישט אין בית מדרש הגדול. די מינים אין די וואכען איז א מנין פאקטארי צילוב דעם וואס די געהעריגע אבריכם האט מען פארשפארט דורך פאליציי. יעצט ערווארט מען ווען די סבא קדישה הרה"ק מטאהש וועט זיך צירוק קערין לביתו נאוה קודש אין דאווענען אין בית המדרש הגדול וועט זיך די בית מדרש צירוק אנפילען אין די נייער אבריכם וואס דאווענען וואס דאווענען שבת דארט קרוב צי 200 שטריימלעך וועט זיך אויס ליידיגען....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרה"ק מטאהש קומט צוריק פון אפרוה.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext