די נייע תקנה אז ווער עס וועט אדווערטייזן אין דער איד וועט מער נישט קענען מאכן קיין שום אקציעס אין די בתי מדרשים פון קהל יט"ל לב איבער די גארער וועלט.
ווי דא שוין באריכטעט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2659540&forum_id=16386
אליבא דאמת איז די תקנה 100% גערעכט ווייל אויב אין דער איד שטייט דברי דופי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מיט כל ערליי שעלטונגען און מיסע לשונות, וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן אז דאס זאל מען שרייבן אויף א איד וואס דאווענט 3 מאל א טאג, און היט תרי"ג מצוות, איבערהויפט אויף א רב בישראל, מעג (און "מיז") זיין קהלה טוען שריט צו מאכן א בויקאט אויף דעם צייטונג, א שטייגער ווי מען האט אייביג געמאכט, לדוגמא אויף די פארווערטס, המודיע וכדו'.
אבער!!!
אז מען מאכט אזא תקנה מיז מען קודם אין אכט נעמען אלע קאנסקעווענצן וואס דאס וועט מיט ברענגן, און ווי אזוי מען וועט זיך באגיין דערמיט, זעהט אויס אז דא איז עס געווען אביסל אן איבער געאיילטע שריט, ווי עס וועט דא ערקלערט ווערן.
פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.
אבער דערווייל!!!
די ערשטע דורכפאל די ערענסט ארויפגעקוקטע און אנגענומענע צדקה "כולל שומרי החומות" וואס שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, ותחת נשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, האט זיך נישט דערשראקן פון די נייע תקנה, און אנגעגאנגען ווייטער ווי ביז היינט און אדווערטייזט און דער איד, און אזוי אויך אין דער בלאט.
שנעל איז פארופן געווארן א מיטונג ע"י חברי הקהלה, צו זעהן כדת מה לעשות, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די חוצפה זאל זיך נישט ווייטער פארשפרייטן, און מען האט באשלאסן כולם פה אחד, אז, מען וועט תיכף מקיים פסק זיין, "למען ישמעו ויראו", און טראץ וואס עס איז עומד תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וועט מען דאס מוזן פארקוקן און "שוין" אראפ נעמען זייערע פושקעס פון אלע בתי מדרשים וואס זענען תחת קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פונעם אהל רבותינו הקדושים, האפענדיג אז דערמיט וועט זיך דער זאך שליסן.
אבער דערווייל!!!
ווידער א פראבלעם, דער בית המדרש אהל פיגא אין קרית יואל, וויל זיך נישט צושטעלן צום באשלוס, וואס איז, עס געפונט זיך אין בית מדרש א חשובע מתפלל הרה"ג ר' שלמה מאיער שליט"א, וואס איז אויך פון די הנהלה פון "כולל שומרי החומות", און ער גיבט אסאך געלט פארן ביהמ"ד, ע"כ וויל די הנהלה זיך נישט קרוגן מיט אים, און מען האט עס נישט אראפגענומען, אפי' נאכדעם וואס איינע פון די מתפללים האבן פרובירט אליין אויסצופורן די תקנה און עס אראפ גענומען, איז דער גבאי געגאנגען און עס צוריק געלייגט.
ווידער א פראבלעם!!!
"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".
שוין ווייטער גייט עס נישט ווי געטראכט!!!
יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).
וואס וועט יעצט זיין!!!
וועט דער איד ווייטער ממשיך זיין מיט זייערע דברי דופי?
ווער עס האט עפעס אן עצה זאל ביטע מודיע זיין!