בית פורומים אידישע געדאנק

רבי יונה: דאסמאל אין עברית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2009 05:00 לינק ישיר 
רבי יונה: דאסמאל אין עברית

א גוטע וואך.

א פרישער ספין מבית מדרשו של חכם הספינערס, און דאסמאל אין עברית.

ווי עס ווייסן אלע האט ווילאמסבורג געהאט די זכי' די וואך שב"ק צו האבן אלס גאסט כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א -- דער סקווירא'ער רבי האט געפראוועט א הערליכן שבת און עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער אידן פון די גאנצע שטאט, און צוגאב צו די הונדערטער אידן - געסט וואס זענען מיטגעקומען מיטן רבי'ן שליט"א.

אט הערט א געשעניש: דאנערשטאג נאכט איז דער טעוועלע וואס חסידי סקווירא האבן אויפגעשטעלט לכבוד רבם פארענט פון זיין אכסני' אויף בעדפארד עוו. אראפגעבראכן געווארן דורך געוויסע עלעמענטן, דערווייל האט די אקציע נאכנישט קיין פאראנטווארטליכע, די אהרונים שרייען אז דאס איז די זאלי'ס, די זאלי'ס זאגן אז דאס זענען די אהרונים וואס ווילן פראוואקאצירן א.א.וו.

ויבוא ר' יונה, און דעם פארום 'בחדרי חרדים' מיט א הימל שריינעדיגע קעפל "מלחמה בווילאמסבורג רז"ל נגד סקווירא", און אט הערט א חידוש פון א ספין, ער שרייבט אז דער סקווירא'ער רבי גייט פירן דעם שבת און ראז קעסיל זאל וואס איז אונטער די בעלות פון יצחק ראזענבערג וואס איז פון די ראשי קהלה ביי די אהרונים דאס האט ביי די זאלונים אויסגערופן בייז בלוט און באשלאסן דאס אפצושטעלן פאר יעדן פרייז -- טא וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט דעם פראבלעם, הערט און שטוינט, מען וועט זיך מיט דעם סקווירא'ער רבין אריינלאזן אין א מערכה וועגן דעם עירוב.
וואס זאל איך איך באמוטשען, ליינט און שטוינט און האלט איך ביי די זייטן

(פרייע איבערזעצונג פון עברית)

די גאסן אין ווילאמסבורג קוקן אויס ווי אינמיטן א שווערע מלחמה, די ארגסטע פאשקעווילן זענען אויף די גאסן, גרויסע פלאקאטן זענען אנגעהאנגען כמעט אין יעדעס ווינקל, פאליציי אין אלע גאסן (חיים אליעזר גראס?!), מחלליה מות יומת, צא טמא, מחלל שבת, חילול שבת וכו'. וואס האט פאסירט? די וואך שבת וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא וויילן אין ווילאמסבורג, ער וועט פירן דעם שבת און די ריזיגע ראז קעסיל זאלן וואס איז אונטער די בעלות פון יצחק ראזענבערג פון די ראשי קהלה פון סאטמאר מהר"א. די לעצטע פאר וואכן האבן די זאליס געמאלדן פאר די סקווירא קהלה אז אזא חוצפה'דיגן אקט פון אפרעכטן דעם שבת אין דעם זאל וועט נישט פארשוויגן ווערן. נאך וואס די זאליס האבן געזעהן אז סקווירא פייפט זיך אריין האבן זי זאליס באפוילן אז סקווירא מוז מפרסם זיין א מודעה בכתי"ק פון סקווירא'ער רבי'ן אז עס איז פארבאטן צו טראגן מיטן עירוב שבת אין ווילאמסבורג. סקווירא האט צו דעם אויך נישט מסכים געווען. די זאליס האבן באפוילן פאר אלע שמשים אראפצורייסן די מודעות פון סקווירא פון זייערע שוהלן סקווירא לא הסכים לזה, און אנשטאט דעם אויפגעהאנגן ריזיגע פלאקאטן קעגן דעם עירוב און קעגן סקווירא. און די ישיבות און אין די ת"ת פון די זאליס האט מען אויסגערופן אז מ'זאל נישט גיין צום סקווירא'ער רבינ'ס טיש. דאנערשטאג נאכט האבן די קווינסטע בחורים געמאכט א פאגראם אין ווילאמסבורג! זיי האבן אראפגעריסן אלע מודעות וואסן מעלדן אויפן באזוך פון דעם סקווירא רבי'ן, צובראכן דעם ברוכים הבאים טעוועלע פארענט פון די אכסני' פון רבי'ן, אנגעפירקלט די שטראזן און אויף ס'הויז פון רבינ'ס אכסני' מיט געמיינע לאזונגען אזוי ווי: מחלל שבת צא טמא וכו', אלע גאסן אנגעקלעפט מיט ריזיגע פלאקאטן, איבערהויפט אנטקעגן די אכסני' פון רבי'ן. פארזעצונג באגלייט מיט בילדער נאך שבת.

יונה, דאס בויך זשומעט מיר פון געלעכטער, איך פארשטיי פארוואס די האסט באשלאסן צו אראפמאלן אזא שווארץ בילד דייקא אין דעם איזרעלישן פארום, הלמאי די חברה דארט האבן א שטארקע סימפאטיע צום סקווירא'ער רבי'ן, און עס וועט זיי אויפברויזן אויף די זאליס, אבער איך מיין אז איך דארף שוין גארנישט מוסיף זיין נאכדעם וואס איינע פון די ניקס דארט האבן מגיב געווען " הערשט א שעה צוריק בין איך אדורך ווילאמסבורג, און איך האב נישט געזעהן קיין אויסערארדענטליכע פאסירונען, אפגערעדט פון א מלחמה פראנט!! אפשר רעדסטו פון די שטארקע ווינטען וואס בלאזן יעצו אין ניו יארק? אויב אזוי האב איך געזעהן א צאל היטן פליען אויף די גאסן אין די בעלי בתים לויפן זיי נאך...."

חוץ מזה ווייסט איינער פון וואס פארא צעטליך דער יונה רעדט וואס זענען געהאנגן קעגן דעם סקווירא'ער רבין? איך האב געזעהן איין צעטיל אינגאנצן וואס כ'קען טראכטן, א ברוך הבא צעטיל פון די אהרונישע קהל...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 01:27 לינק ישיר 

און אויב ער וועט נישט קומען איז ראדני מארגן ר' אהרן'ס???



תוקן על ידי לאפלאש ב- 18/11/2009 02:22:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 01:18 לינק ישיר 

לאפלאש. כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א גייט נאך אלץ גיין באזוכן דיין רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 17:54 לינק ישיר 

מחאה נמרצה!

איך בין מוחה נמרצות אויף די עלבון התורה פון שעדיגן א טאוול וואס באגריסט כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד זיין ערשיינען אויף שבת אין וויליאמסבורג, סקווירא רבי שליט"א איז פון די אנגענומענע חשוב'ע רבי'ס אין אמעריקא, און עס איז א שמחה פאר אלע אנ"ש ווען ער קומט באשיינען די שטאט, בפרט דאס מאל ווען עס זענען מיט געקומען גאר א שיינע צאל חסידים ואנשי מעשה מיטהאלטן דעם גרויסן שבת בראשות דעם רבי'ן שליט"א.

א ספעציעלע געפיל האבן יעצט געהאט חסידי סאטמאר און תושבי וויליאמסבורג ווען עס איז ברייט באקאנט געווארן אז סקווירא רבי שליט"א האט געהייסן אויסרופן אין די כוללים אין שיכון סקווירא אז קיינער זאל נישט טראגן דא אום שב"ק, דעריבער האט דער עולם אנ"ש ארויסגעקוקט אויף דעם שיינעם שבת.

אבער, געוויסע עלעמענטן וועלכע פארטראגן נישט אז ס'זאל דורכגיין אזוי שיין און שטיל, בפרט ווען ס'איז ידוע די פריינטשאפט צווישן כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט סקווירא רבי שליט"א, האבן די גרופע וואס גייט אין געריכטן קעגן די קהילה, און די וואס שלאגן זיך ווי זיי שטייען און גייען, (די יעניגע וואס זיי האלטן יעצט אינמיטן א מיאוס'ע מערכה אין קרית יואל אפצושפארן א ביהמ"ד), מיט אפאר יאר צוריק שמיני עצרת האבן זיי באוויזן וואס אידן האבן נאך קיינמאל פריער, מיט אריינברענגען שחורים איבערקערן בית מדרשינו הגדול והמפואר וכו'

האבן זיי דא געבראכן קאפ, וואס טוט מען דא אריין צו ווארפן א שווארץ קעצל אקעגן די "זאליס" וואס לעבן אזוי במנוחה מיט די קהילה נאה וחסודה סקווירא??  זענען געגאנגען אפאר אפטריניגע און צ'מזיק'ט דעם טאוול וואס הענגט שוין א וואך צייט לשם ולתפארת בבית האכסניא של מרן מסקווירא שליט"א, און זיך געריבן די הענט אז יעצט וועט שוין סקווירא זיכער חושד זיין די זאלונים, און ס'וועט זיין "מישען אקאמפלישד"..

די סקווירא חסידים זענען אבער קלוגער פון דעם, זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין צוזאמענשטויס מיט סאטמאר, דעריבער פארשטייען זיי אז עפעס שטונקט דא אונטער דעם..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 17:26 לינק ישיר 

אין די צייט וואס ר' אהרן פירט אן א בלוטיגן קאמף קעגן א קהלה נאה בישראל,
אין ווייל עס האט זיך אים פארשמעקט א טוילעט אויף מזרח וואנט פון זיין גע'גנב'עטע שול,
פרובירט ער נעבעך מיט אלע כוחות צו געפעלן פאר די פרעמדע גאס, וואס ווייסט נעבעך פון זיינע מחלות.
און ער רעדט זיך איין אז יעצט גייט סקווירא דערקלערן קריג קעגן סאטמאר.......

בנוגע סקווירא,
סאטמאר מיט סקווירא זענען נישט צוקריגט, און סקווירא זוכט דוקא צו זיין וואס נאנטער צו רבינו שליט"א.
פארשטייט זיך אז מיט ר' אהרן זענען זיי נאטורליך נענטער, ווייל זיי זענען ביידע וויזניצער איידעמער
און ר' אהרן גייט צו זייערע שמחות אלס שוואגער, ויבושם להם.

נאך א זאך
ביי סאטמאר ווערט געמאסטן די גרויסקייט פון א רבי'ן, און פון אן ערליכן איד, מיט זיין עבודת השם און אויסגעהאלטנקייט בהשקפה.
ביי די אהרונים ווערט עס געמאסט וויפיל שורות פארענטשעס, מיט וויפיל הארס-פאוער און ספיד מען קלאטש ביי די טישן, און וויפיל פערד מען האט ביי די חופה...

למעשה,
אזוי ווי סקווירא וואוינט דאך נישט אין ארץ ישראל, און דער סקווירא'ער רבי האט נישט אונטערגעשריבן
פאר די בחירות, איז ער נישט פסול אין סאטמאר, און מען האט אפילו פריינטליכע דיפלאמאטישע באציאונגען, אבער פארשטייט זיך אז "עקסיידעט" פאר סקווירא איז מען נישט, ווייל זיי זענען ליידער אנגעשטעקט מיטן דעת ההמון וועלכע זענען פאר'כישופ'ט פאר די מדינה הטמאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 05:35 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין איז דאס געלעכטער עולה עד לב השמים, בו בעת ווען ר' יונה פאררופט זיך אויף א מכמלומר'שטע מלחמה צווישן די זאליס מיט סקווירא, האט א גרויסע סקווירא פערזענליכקייט אנגערופן פאר פיר וואכן צוריק, בעפאר זיי האבן ארויסגעדינגן דעם זאל, איינע פון די קהל'ס לייט און געפרעגט אויב דאס וואס דער סקווירא'ער רבי שליט"א וועט פירן טיש אין ראז קעסיל וועט נישט זיין א פגיעה בכבוד אין סאטמאר'ער רבי רבי זלמן לייב. דער קהל'ס מאן האט אים גענטפערט אז ביי אונז איז די זאכן קיין שום פראבלעם, דער סקווירא'ער רב זאל פירן בכבוד גדול, און ער איז וועלקאם עני טיים צו א באזוך אין שטוב פון סאטמאר רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 05:13 לינק ישיר 

ס'איז א פארט פון די סעריע ''אפערעישן רבנים שווענקינג''


 ס'איז געקומען נאכדעם וואס מ'האט איינגעזעהן אז די תקנות מאכט נישט אויס און זיינע מענטשן ווילן נישט פארגעסן זיין טונקעלע היסטערי פאר אפאר תקנות, איז אפגעשמועסט געווארן אז מ'וועט פראבורן מאכן אויסקקוקן פאר די אייגענע אז 'פרעמדע רבנים' האלטן פון אים..
אבער וויאזוי מאכט מען עס ווען רוב רבנים איז א סוד פאר בראד פארוועם זיי קערן אן, האט מען געהייסן די געדינגענע שרייבערס טוישן דירעקציע אנשטאט האקן אויף רעכטס און לינקס אויף אלע רבנים און פני העדה, זאל מען טוישן ניגון, רבי לייבוש איז מיט אונז..., רבי ישראל חיים מנשה איז מיט אונז...,
 און יעצט א רבי וואס איז זיין שוואגער אבער גיבט אפ וועלטס כבוד ווען מהר''יי קומט מיט אים אין שייכות, זאגט מען מהר''יי האסט אים והא ראי' ס'איז אראפגעפאלן די סיין, און ס'איז דא סטיקערס......

אבער איך מיין ס'איז א שאד די געלט און צייט, איטס א לאסט קעיס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבי יונה: דאסמאל אין עברית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext