די זאליבאנער האבן קוים געפארטיגט מיט ר' מאיר בעל הנס פין זינבערגען
האבן זיי שוין א פרישע מערכה ר' מאיר בעל הנס חבת ירושלים
די וואך האבן זיי פריש אראפ געפליקט אלע סיינס אין ראדני
ארויס געשינטען פין לוח המודעות דעם עד פין חבת ירושלים
מאיר ראטה האט אויס געשייגצט אין ראדני הרה"צ ר' משה לאבין שליט"א אבדק"ק חרדים
אז ער גייט רעדן ביי חבת ירושלים מאיר ראטה האט אים געזאגט אז טאמיר ער גייט רעדן האט ער מער נישט קיין דריסת הרגל אין ראדני שיל
ס'איז דא געוויסע זאליס וואס פירן די מערכה מיט חבת ירושלים ווייל פעשווארסקער רבי שליט"א איז די נשיא
ווייל ער איז געווען ביי רבינו שליט"א ווילן זיי עס אינטער ברענגן
בקיצור די זאליס זענען פיל מיט מערכות
נשלח ב-16/11/2009 00:37
דיין נביאות געפעלט מיר, ווען די קענסט זאגען פאקטען וואס זענען קיינמאל נישט געווען קענסטו זאגען נביאות אויך, אן קיין שום האפט.
דאס וואס איך האב געהערט פין איינעם וואס איז געווען אנוועזענד ווען ר' משה לאבין האט פארדאמט די זאלי'ס בנוגע דאס בויקאטען חיבת ירושלים, קענסטו אים אליין פרעגן.
צום ענין: כ'ווייס אז ר' משה שטיצט די כולל, אין די כולל'ס אפיס איז סטאנצירט אין זיין בילדינג אויף ראדני, אין ער גייט אפי' אויפטרעטן היינט נאכט ביים דינער
אין ער האט ענק אריינגעוואשען פרייטוג פאר ענקער בויקאט קעגן כולל חיבת ירושלים לצדקת רמעבה''נ
____________________________
צום ענין: נאר ווער עס קען א זאלי'ס וועט עס פארשטיין, ווי זיי האבען די רשעות צו טשעפן מיט עני א''י, פאר קיין שום חטא, ''נאר ווייל ער שטעלט זיך אהער נוטראל'' ווי כמעט אלע מוסדות וואס ווילן מאכען געלט פין ביידע צדדים.
דאס איז טראץ וואס כולל חיבת ירושלים האט פראבירט זיך אהערצושטעלן די מאקסימום נאטראל, ווען די אויסוואל פין די רעדנער'ס זענען פין ביידע צדדים.
נשלח ב-15/11/2009 22:03
רעביאנקעל האק נישט אין טשייניק די אלס אהרויני ווייסט וואס דער אין יענער האט געזאגט פאר יענעם און דער אין ראדני יעדן צווייטען טאג אנדערע נעמען מיט אנדערע מעשיות. רוב לאבין'ס זענען זאלי'ס אויך ר' אהרן מאיר דער "סוספעקטיד" צוואה שרייבער פון ברך משה און זיי שטיצן דעם כולל מיטן גאנצן הארץ.
נשלח ב-15/11/2009 21:57
נפל, וואס מאיר ראטה האט געזאגט וואס איך נישט
כ'ווייס אבער וואס ר' משה לאבין האט געזאגט ווען ער איז געקומען פרייטוג אין מקווה אין געזעהן אלע צעטלך אראפגעריסען, אין אויסגעשניטן די לוח המודעות
א אנוועזענדער האט מיר פארציילט, אז ער האט ענק אזוי באוואשען, ווי ער האט צווישען אנדערע געשריגען, ענק טשעפען עני א''י פאר קיין שום סיבה, ענק שרייען אז זיי זענען חיות אין דא זענען נארמאלע מענטש, דאס הייסט נארמאלע מענטשן?
פונקט ווי איהר פארשטייט אז און גורער ביהמ"ד וועט איהר נישט טרעפען נישט שומרי נישט חבת נישט זיבענבערגען נישט כולל חב"ד און אויך נישט כולל מונקאטש כאטש די אדמורי"ם לבית גור זענען נישט גיטשעפעט גיווארען דורך זיי
יעדער דארף געבען ווי עהר באלאנגט
היינט איז די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זצ"ל וואס איז גיווען נשיא חבת און שטארק מקושר צו רמבעה"נ
פלעגט שטענדיג הייסען לייגען געלט און ר' מאיר'ס פושקע פלעגט ער זאגען פאר אוגארישע דו זאלסט לייגען און די אוגארישע פושקע לתולדותם לבית אבותם
נשלח ב-15/11/2009 21:29
סאטמאר גיהערט אדער צו זיבענבערגען אדער צום מארמארישער כולל
די מאמארשער כולל האט זיך צוטיילט פאר בערך 100 יאהר צוריק
אדער צום וויזניצער כולל ןןאס רופט זיך היינט צוטאג כולל אהבת ירושלים וואס איר הויפט קואטיר און אמעריקא איז און די משביע קאך און בארא פארק
אדער דער סיגעטער כולל וואס שטייט בנשיאות הגה"צ מוהרש"א ט"ב שליט"א און רופט זיך כולל עצי חיים ע"ש דער נשיא הכולל
נשלח ב-15/11/2009 20:52
איך האב גערעדט מיט א זון פון חרדיםער רב און ער זאגט מיר אז די מעשה אז מאיר ראטה האט געשריבן אויף זיין טאטע איז שקר
נשלח ב-15/11/2009 20:44
היינט האט די פאשקאוויל דבר יום ביומו, געדריקט 2 מיני צעטלען.
איינס מיט די עד פון כולל חבת ירושלים און איינס פאר די זאליס אן די עד.
אין די זאלי בתי מדרשים איז עס געווען אן די עד פון כולל חבת ירושלים, ווייל זיי האבן באקומען א באפעל פון די זאליס, אז אין די זאלי בתי מדרשים טאר ער נישט לייגן די עד.