פאלעסטינער גייען אליינס דערקלערן מדינה
די פאלעסטינער האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף אינטערנאציאנאלע שטיצע צו ווערן אליין זעלבסטשטענדיג אן מדינת ישראל'ס הסכמה. זיי האלטן אז מיט אבאמא אין ווייסן הויז וועלן זיי קענען ברענגען אמעריקע צו שטיין פאסיוו אין די זייט ווי לאנג זיי דערקלערן אליין די פאלעסטינער מדינה.
אין פאל דאס פאסירט וועט עס ווערן אן ערנסטער געפאר פאר מדינת ישראל, ווייל זיי וועלן מער נישט האבן מיט וואס צו גיין צום פארהאנדלונג'ס טיש, און די טעראריסטן וועלן זיך מעגליך קענען אויפבויען א לעגיטימען מיליטער הארט ביים גרעניץ פון מדינת ישראל.
|
|