מסיבת לטובת "קופת טוב וחסד" באולם "פרדס" מאנטאג נאכט
די באוואוסטע הייליגע קופת צדקה וואס ווערט געפירט דורך כ"ק מרו רבינו שליט"א, און טיילט אויס אסטראנאמישע ציפערן פאר צדקה דורכאויס די יאר, פון הכנסת כלה, צרכי רפואה, בעלי חובות, ראטעווען משפחות פון אונטערגאנג, און וואס נישט..
און צו לעצט האט זיך דער הייליגער קופה באקאנט געמאכט מיט'ן צושטעלן די צוויי נייע הערליכע זאלן "פרדס צבי" און "פרדס פיגא", וואס איז געווען א דירעקטע אונטענעמונג פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מיט די עסקנים פון קופת טוב וחסד, שוין א לאנגע צייט וואס זיי זיצן און זענען מטכס עצה וויאזוי מ'קען "למעשה'דיג" איינשפארן געלט פאר די מחותנים וואס בלוטיגן אזוי צו קענען חתונה מאכן, אן קיין גערודער און אן קיין לופטיגע פובליסיטי האבן זיך די עסקנים פון טוב וחסד בראש פון רבי'ן שליט"א אליין אריינגעווארפן אין אויפקומען מיט א פלאן צוצושטעלן א שיינע זאל פאר גאר ביליג, עס טוט פשוט ווי דאס הארץ אז פאר איין נאכט פון די חתונה זאל מען אוועק ווארפן אזויפיל אידיש געלט.
נאך א קורצע זמן האט מען זיך אריינגעלייגט אין איבערבויען און אהערשטעלן די הערליכע צוויי זאלן בבנין "ברכה סימא" די גרויסע מיידל סקול בילידינג פון סאטמאר אויף קיעפ סטריט, און יעצט שטייען מיר ב"ה פאר א פאקט, דער זאל איז הערליך פארענדיגט כלול בהדרו, און די ערשטע חתונה דארט וועט פארקומען אי"ה דינסטאג נאכט ר"ח כסלו הבעל"ט.
צום עפענונג פון דעם זאל וועט פארקומען א הערליכער באנקעט מאנטאג נאכט, אדר"ח כסלו הבעל"ט אין דעם הערליכן זאל, טאקע פאר די קאסע וואס האט אינציאנירט און פאקטיש אהערגעשטעלט די מייסטער ארבעט פון די זאלן מהחל ועד כלה, "קופת טוב וחסד", וואס פון די גיגאנטישע פעולה לטובה וועלן געניסן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, מ'דארף נישט אנקערן צו א געוויסע קהילה צו קענען שפארן טויזענטערס פון די ליל החתונה.
עס איז ערווארטעט א ריזיגער ציבור צו האלפן דעם הייליגן צוועק פון "קופת טוב וחסד", און מיר דארפן וואונטשן פאר די הייליגע חשוב'ע עסקנים בראש וראשון פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א פון טיפן הארצן אז דער רבוש"ע זאל זיי צאלן אויף די ריזיגע פעולות לטובת הכלל, און בפרט פאר די ביליגע זאלן וואס איז א דורכבראך אין וויליאמסבורג און אין גאנץ אמעריקא.
 |
|
|