בית פורומים אידישע געדאנק

איך מיין אז דעס וועט העלפען אקעגען דע רשעים אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2009 19:45 לינק ישיר 
איך מיין אז דעס וועט העלפען אקעגען דע רשעים אין ק"י

אזוי ווי יעדער ווייסט האבן זיך דע כת רשעים אין קרית יואל דע אזוי געריפענע קהל יטב לב זיך אין די לעצטע פאר חדשים זיך ציפירט די הענט אין טיילען אויס רשעות פאר וועם זיי קענען נאר ווי א שטייגער כולל שמרי החומת- ר' עיזיאל פערלשטיין ע"ה - ארויס געווארפן אינזערע מיידלעך פין סקול- בית יואל פרשה - יעצט ווילן זיי אנהייבן קארט'ס אקעגען אינזער קהילה קהל יטב לב קרית יואל  - ועוד

איך וואלט פארגעשלאגען א פלאן פאר אינזער עולם אין קרית יואל בפרט אין אלע אינזערע אנ"ש אין נ.י. ווי יעדער ווייס האבן מיר ב"ה א שיינע ציבור אין קרית יואל בפרט אין בכלל אין נ.י. זאלן מיר אלע אנאויסנאם פין היינט אנגעהויבן נישט קויפן קיין שים זאך וואס איינע פין דע אזוי געריפענע קהל'ס לייט פארקויפן אין די זעלבע זאך נישט איינקויפן אין זייערע געשעפטן

תוקן על ידי ychtzel ב- 15/11/2009 19:46:38




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2009 03:45 לינק ישיר 

פארשטייצעך, כ'גיי מארגן רופן די פאסט אפיס אין געוואר ווערן וואס מען קען טוען פטור צו ווערן פון זייער איבל'דיגע בלעטליך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 03:23 לינק ישיר 

איך ווייס נישט דעם געזעץ, אבער וואס קען געשען אויב מען נעמט די אהרוינישע פאסט און מען שרייבט ארויף

JUNK MAIL - RETURN TO SENDER
איך זאג נישט מען זאל עס טאן, ווייל איך קען נישט דעם סיסטעם, אבער אפשר איז דאס אן עצה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 03:08 לינק ישיר 

פרישקייט כ'וועל נישט מחולק זיין אויף דעם און ווי די ווי די זעסט האלטן רוב בני יואל און זאלי'ס נישט פון קיין באיקאטן (נישט ווייל עטס שטעלסט צו בעסער קאסטומער סערוויס, אדער נישט, נאר ווי מיר זענען מער אידישליך געשטימט)

אבער, בנוגע די צייטונג וועל איך יא מחולק זיין, מיר באקומען נישט ענקערע צייטונגען ווייל עס איז בעסער, מיר באקומען עס ווייל עטץ שיקט עס בחינם, והא ראיה די קאמיונטי קאנעקשאן קומט אויך אן צו יעדעם.

די הינטערשטער שורה, האלט איך טאקע מער פון די שיטה אז אנשטאט באיקאטירן זאל מען צושטעל א בעסערס און פארטיג, טעלעפאון ביכל יוכיח, עטס האטס ענק אויפגעפירט ווי חיות אין נישט געליסטעט מענטשן וואס ס'איז ענק נישט געפאלן, האבן מיר צו געשטעלט אן אלטערנאטיוו, און די מארקעט האט געווינען היינט שטעלט עטס שוין אויך צו "קאסטומער סערוויס"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 02:16 לינק ישיר 

זאליס בני יואל

אז ענק זענען א באנדע לוזערס באשולדיגט נישט אונז.
קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון געווינען די וואלן, ענקס זענען רוב? געווינטס!
קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון עפענען א גראסערי!
קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון עפענען א צייטונג!

ענק האבן פרובירט צו עפענען א צייטונג און ס'איז דוכגעפאלן, זענען מיר שולדיג???
עטץ האט נישט קיין טויגליכע חברה, דאס איז א מציאות.

ענק קומען נישט איינקויפן ביי אונזערע געשעפטן, ווייל עטץ ווילן אונז שטיצן,
נאר ווייל די געשעפטלייט שטעלן צו קאסטומער סערוויס.
און דאס וועט עטץ ווייטער טרעפן נאר ביי אונז

ממילא זענען ענקערע בויקאטן סתם שטותים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2009 01:36 לינק ישיר 

נפל כתב:

גאנץ א קינדישע מהלך נאך אלע מעשיות זענען די ארוינים א רוב אין קרית יואל אויב וועלן ענק מאכן אזא בויקאט וועלן די ארוינים מאכן די זעלבע בויקאט אויף ענק און ענק וועלן פארלירן מער



דאס איז נישט קיין פחד אז זיי וועלן נישט איינקויפן און מיר וועלן פארלירן, ווייל זיי קויפן סייווי נאר ביי זייערע מענטשן, זיי פארמיידן אונזעער געשעפטן פאר יעדן פרייז, אבער איך האלט דאך אז דער מהלך פון בויקאטירן איז א ריכטיגער ארונישער מהלך פון אנהויב ביז'ן סוף.

מילא איינער שפירט ער וויל שטיצן אייגענע, ס'איז א געפיל צו שטיצן א פריינד, בפרט ער ווייסט אז אזוי בלייבט די געלט אין היימישע פלעצער און איינער איז מחזק דעם צווייטן, אונז האמיר ב"ה א ריזיגן ציבור אין קרית יואל, אונז דארפן צו זיי נישט אנקומען. אבער מאכן א כמו בויקאט "ניטש איינצוקויפן ביי דעם און יענעם" איז ארוניש און נישט אידיש, און מ'דארף אזא זאך הערן פון א שטארקע תורה אויטאריטעט כדי צו טוהן אזא פעולה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2009 00:10 לינק ישיר 

יחצל, ס'איז שוין דא א פעדעראלע קלאגע קעגן די ווילידזש, די ווילידזש האט שוין געהאלטן אט אט ביים פארמאכט ווערן, אבער צוליב די אומגעהויערע דרויסנדיגע דרוק (מיר האבן שוין פארגעסן ב"ה וואס עס מיינט ריכטיגע דריק אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט ווען סאטאמר איז נאך געווען איינס) האט זלמן לייב וו"מ אין זיין ברידער יוסל געמוזט איינגיין אויף א פשרה אין נאכלאזן דעם קעיס.

די קעיס עקזיסטירט נאך און מען קען עס נאכאמאל עפענען, פארבינד דיך מיט יוסל וו"מ וועט ער דיר זאגן מער פרטים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 23:59 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס איז די פרעצודאר פין אריין געבען א לאסוט אקעגן איינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 23:56 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
איך ווייס נישט אויב יחצלס מהלך איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז זיכער אז אויב מען זיך צוזאמענעמען און אנהייב מלחמה האלטן מיט די ווילידזש וועט מען ווייט אנקומען.

לאמיר נישט פארגעסן, עס איז דא א ווילידזש, וואס איז אומלעגאל פארנומען צו דיסקרימינירן א האלבע שטאט. א רעגירונג וואס איר הויפט אויפגאבע איז אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון האלב איינוואוינער, פאר איין סיבה:
ווייל מיר לאזן זיך!
עס איז דא גענוג און נאך וועגן וויאזוי ארויסצורופן א קול מלחמה במחנה.
זיי דערביטערן אונז דאס לעבן, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט צוריקכאפן...


100% גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 23:52 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב יחצלס מהלך איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז זיכער אז אויב מען זיך צוזאמענעמען און אנהייב מלחמה האלטן מיט די ווילידזש וועט מען ווייט אנקומען.

לאמיר נישט פארגעסן, עס איז דא א ווילידזש, וואס איז אומלעגאל פארנומען צו דיסקרימינירן א האלבע שטאט. א רעגירונג וואס איר הויפט אויפגאבע איז אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון האלב איינוואוינער, פאר איין סיבה:
ווייל מיר לאזן זיך!
עס איז דא גענוג און נאך וועגן וויאזוי ארויסצורופן א קול מלחמה במחנה.
זיי דערביטערן אונז דאס לעבן, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט צוריקכאפן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 23:10 לינק ישיר 

ווער סהאט א ליסטע פין די אזוי געריפענע ראשי קהילה וואס לאזען צי דע אלע רשעות זאל עס ביטע דא ארויף לייגן ישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 21:24 לינק ישיר 

לויט מיין וויסען קען מען נישט אפהלטן יענעם פין שיקען די צייטונג'ען צי אינזערע שטיבער יעדער מעג שיקען צי וועם ער וויל ממילא וועט ער זיך נישט רעכענען מיט אינז אבער אויב וועט מען לייגען דערוק אויף דע וואס אדוועטייזען דארט אז זיי זאלען נישט אדוועטייזן דארט וועגען דע סיבה וועלן די פאר אינגעלייט וואס פירען דע צייטונג זיך מעגליך איבער טראכטן ווי אזוי זיי שרייבן זייער נייעס

אבער ביי דע ווע מיין איך אז סאיז ארויס געוואפן צי טרייען זיך צי שלאגן מיט זייערע צייטונגען ווייל דע אלע צייטונגען באקימען גרויס געלט פין אינזער VILLAGE וואס אלע תשבי קרית יואל צאלן טעקס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 21:13 לינק ישיר 

ychtzel כתב:
אין די זעלבע פארלאנגען די אלע ביזנסער וואס ווילן אינזער ביזנעס זאלן נישט דארט אדווערטייזן


אויטאמאטיש אז אונזער עולם וועט נישט באקומען זייער צייטונג וועט אונזער עולם נישט ספענדן קיין געלט צו עדווערטייזן דארט.

כ'ווייס גאנץ גוט א דאס וועט גיין אהין און צוריק, זיי וועלן צוריק טוען דאס זעלבע פאר אונז, די חילוק איז אז אונזערע ביזנעסער פירן זיך אויף מענטשליך צו זייערס, אבער זיי פייפן זיך אריין און רעכענען זיך נישט מיטט אונזער געפילן (נוסח אהרונים). דאס באיקאט אויף זייער צייטונגען וועט האפענטליך צווינגען זיי זאלן זיך אויפירן אביסל מענטשליך און נישט אזוי אפען אין פרעך בלאזן זייערער פארטייאישע מיסט, און פארשטיין (געצווינגענערהייט) אז האלב קרית יואל איז נישט נייגעריג צו וויסן ווי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז געקומען אין געגאנגען, אין וועלכע "מעכטיגע" זאך איז פארגעקומען דעם וואך אינערהאלב די קיט"ל קרית יואל מהר"א ארגענעזאציע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 21:07 לינק ישיר 

למעשה ווי אזוי פירט מען דאס אויס, ס'דארף זיך טרעפן א אינגערמאן וואס איז גרייט צו טוען דערין, אויסגעפינען ווי אזוי מען קען ליגעלי סטאפן די צייטונגען פון שיקן זייער שמוץ צו אונז, כ'האב שוין אפאר מאל געבעטן זיי זאלן אויפהערן שיקן עס אבער זיי פייפן זיך אן, אז א אינגערמאן קען ארום גיין שאפן חתימות פון אונזער עולם קען מען מסתמא זיי סטאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 21:01 לינק ישיר 

אין די זעלבע פארלאנגען די אלע ביזנסער וואס ווילן אינזער ביזנעס זאלן נישט דארט אדווערטייזן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 20:54 לינק ישיר 

יחצל, איך האלט אויך אז דאס איז זייער א האקעל'ע זאך, ס'איז נישט אזוי פשוט, מען דארף האבן א דעת תורה אויף יעדן ביזנעס עקסטער וואס די ווילסט באיקאטירן.
אבער דאס ביך איז זיכער אז מען זאל זיך פארלייגן אויף זייער צייטונגען, מען דארף זיך אלע אנ"ש צוזאמען נעמען און סטאפן זייערע צייטונגען פון אונצוקומען צו אונזערע הייזער, ביידע צייטונגען זענען די קול שופר פון זייער פארטיי, און ס'באלאנגט נישט אין אונזערע הייזער. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איך מיין אז דעס וועט העלפען אקעגען דע רשעים אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext