די וואך געפאלט אויס די ערשטע יארצייט פון די קדושי מומביי,לאמיר זיך דערמאנען פון די שרעקליכע קאשמארע בלוטיגע טעג וואס האט באטראפן כלל ישראל ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח ב-22/11/2009 20:22
די ציוניסטישע צייטנג-משפחה האט אויך אריינגעלייגט די נערישע בילד פון הקדוש לייביש ט"ב הי"ד מיט די שחור, אלץ א אויסשליסליך נאר פאר די משפחה. צו האבן זיי די זעלבע שרייבער???
End of levaya for Rav Gavriel and Rivka Holtzberg, h"yd, Har Hazeitim, Yerushalayim
* width="660" height="405"><*
נשלח ב-17/11/2009 21:47
אין אן אינטערוויא אויף קול מבשר וואס האט מיר זייער צוטרייסלט דעקט אויף איינער
הרב טויב א שאקירנדע אויפדעקונג אז עטליכע פון די קדושים הי''ד זענען קלאר נישט
געהרג'ט געווארן דורך די פאקיסטאנע טעראריסטן נאר דורך די אינדיענא קאמאנדאס
וועלעכע האבן געשטורעמט דעם בית חב''ד מיט א מוראדיג'ע
ווילדקייט, וואס פון דעם זענען עטליכע אידן גהרג'ט געווארן רח''ל.
עס איז אביסל שווער צו גלייבן אז זיי האבן געלאזט עטליכע יודן לעבן מיטן חשבון אז
מיט לעבעדיגע משכונות וועלן זיי קענען עפעס עררייכן ווייל פאר לאנגע שעות פארדעם
זענען זיי שוין נישט געווען פארבינדן מיט קיינעם און נישט געענטפערט קיין טעלעפאנען
ווי אויך אויף די טעיפס פון זייערע רעקאדירטע שמועסן באקומען זיי קלארע באפעלן פון זייערע
אויבערהארן פון פאקיסטאן צו הרגנ'ן איעדן איינעם און פארוואס זאלן די יונגע רוצחים ימ''ש
דען נישט פאלגן??
פון די אנדערע זייט טענה'ט הרב טויב וועלעכער איז געווען זייער אקטיוו אין מומביי נאך די אטאקעס
צו ראטעווען אז מען זאל חלילה נישט מאכן קיין ניתוחי מתים אויף די קדושים הי''ד מיט ראיות ברורות
אז אינדיע קרעפטן האבן אומגעברענגט עטליכע קדושים.