| נשלח ב-16/11/2009 14:42 |
|
| |
קלארקייט בנוגע די "בית רחל" שולע אין אנטווערפען
קושט דברי אמת
אזוי ווי איך זעה אז דער עולם איז אוועקגעפארן פון די ארגינעלע נושא, וועל איך אי"ה מיך צוריקקערן וואס טוט זיך בנוגע די 'בית רחל' מיידע שולע אין אנטווערפען.
איך גיי דא שרייבן בקוצר אמרים, די אמת לאמיתו, און כ'וועל מיך אי"ה "נישט" צוריקקערן אפענטפערן יעדעם'ס בויך וויי און שטוסים, ודי בזה.
עס איז א דבר ידוע, און א שם דבר בכל מקום אשר דבר המלך, מלכו של עולם, ודתו מגיע, איבער די טייערקייט און הייליגקייט פון די "בית רחל" שולע אין אנטווערפען, און לאמיר מעתיק זיין וואס דער געטרייער מנהל הרה"ח ר' מרדכי שטויבער שליט"א האט געזאגט אום מוצש"ק פ' בשלח ביי א סעודת מלו"מ לטובת דעם בית רחל: "געלויבט השי"ת ס'זענען שוין צוויי דורות נתחנך געווארן, די דורות רוקן זיך, ס'איז א גרויסע ירידת הדורות ליידער אין די גאנצע וועלט, מ'הערט אזעלכע זאכן ליידער ווי מ'האט פריער דערמאנט, אבער ב"ה אונזערע קינדער זענען גארנישט ווייניגער ווי די מאמעס, דער יונגער דור איז גארנישט ווייניגער ווי דאס עלטערע דור, און אפשר אין געוויסע זאכן נאך בעסער. מ'זעהט ב"ה מ'גיבט ארויס פירות וכל רואיהם יכירו כי הם זרע ברך ה'. ס'איז געווען יעצט א חתונה, הרה"ג ר' יצחק אהרן פילאף האט חתונה געמאכט, עס זענען געקומען פון אמעריקע געסט וואס ארבעטן דארט אין חינוך, נשים צדקניות, האבן זיי זיך געוואונדערט און געשטוינט אז דאהי איז נאך ד אזעלכע איידעלע חסיד'ישע מיידלעך.
און נאך פארשידענע זאכן, יעדער ווייסט, אונזערע קינדער, אונזערע מיידלעך, פארן קיין אמעריקע אין קעמפ, ס'זעהט זיך ארויס. מ'קען דערציילן אסאך זאכן, איך וועל נאר דערציילן איין מעשה. אונזער א תלמידה איז געווען אין אמעריקע מיט איר משפחה צוזאמען אין איין הויז, זייער א חסיד'ישע הויז, זיי גייען צעפ, שווארצע שטרימפ. עס איז געווען אין זומער, איין נאכט זענען זיך צוזאמגעקומען אסאך מיידלעך אין א ליידיגע הויז און געשלאפן צוזאמען, האט איינער פון די אמעריקאנער מיידלעך געזאגט פאר די אנדערע מיידלעך, דאס אנטווערפענער מיידל איז עפעס אנדערש ווי אונז. וואס הייסט? מער ערנסטער, אלע האבן זיי מודה געווען. ב"ה מ'רעדט נישט ח"ו פון קיין נישט ערליכע קינדער, אלע ב"ה כולם אהובים כולם ברורים, אבער דאך מוז מען מודה זיין און מ'זעהט אז די חינוך פון בית רחל ב"ה האט א עקסטערע סייעתא דשמיא, א עקסטערע הצלחה, א עקסטערע שמירה עליונה, ווי מ'האט פריער געזאגט.
איך וועל זאגן א זאך. מיר זענען געווען יעצט אין לאנדאן ביי א היימישע שידוך פון איינער מאנ"ש, ס'איז געווען א גרויסע סענזאציע אין לאנדאן, אז א היימישע מיידל האט ברצונה הטוב אנגעטוהן א שפיצל ווען די מאמע גייט נישט א שפיצל. א סענזאציע איז געווען אין לאנדאן, א שמחה אין אלע עולמות. ב"ה דא אין אנטווערפען איז עס נישט קיין סענזאציע. איך ווייס אדרבה, ס'זענען געווען מיידלעך וואס האבן זיך געוואלט אנטוהן שפיצלעך און די טאטע'ס האבן נישט געלאזט. א טאטע האט מיר געזאגט, איך שעהם זיך אפילו עס איבערצוזאגן 'איך וועל עס איר אראפציען אינמיטן די גאס' איז ער געווען אויפגערעגט, ב"ה אז מ'האט זיך אנגעטאן, די קינדער זענען בעסער ווי די עלטערן, ס'איז נישט קיין שום רבותא ווען מ'גייט צניעות'דיג אנגעטאן. איך האב געהאט ביי מיר פאריגע וואך דער רב פון תולדות אהרן שליט"א אינאיינעם מיט זיין זוהן, זאגט ער מיר: "איך האב געזעהן דא אין אנטווערפען צעפ", זאגט ער "צעפ אין אנטווערפען? נאכמער ווי אין חינוך ירושלים! אפי' אין ירושלים איז נישט דא אזוי!". ער איז געווען אינגאנצן ערשטוינט, האב איך דערציילט, ב"ה ס'איז נישט קיין חידוש, נישט קיין רבותא.
איך וועל זאגן נאך שיינער, איך וועל נישט רעדן בגנות פון קיינעם, און איך וויל נישט אנרירן קיין נושאים וואס איז נישט נוגע, איך וויל נאר דא איין זאך זאגן, ס'איז א גרויסע כבוד פאר בית רחל אז מ'האט מגדל געווען אזעלכע ווייבלעך וואס זאגן אז בית רחל איז שוין נישט גענוג גוט, ס'איז א גרויסע כבוד אז מ'האט מחנך געווען אזא פרום דור אז מ'קען שרייען אז בית רחל איז שוין נישט גענוג גוט, געלויבט דער אויבערשטער. מ'האט אמאל געהאלטן פארקערט, אז מ'האט געשריגן, מ'האט אוונז סעקירט אז bullet proof זאקן דארף מען אנטאן דא אין בית רחל, און נאך אזעלכע סארט דיבורים, געלויבט דער אויבערשטער, חסדי ה', השי"ת זאל העלפן ווייטער", עכ"ד פון ר' מרדכי.
און ווער עס האט קרובים פון-אין אנטווערפען קען זיך נאכפרעגן אז דאס איז 100% די ווארהייט, די "בית רחל" שולע שמ'ט אין די גאנצע וועלט, אלס א בית חינוך ווי מען איז מגדל אידישע טעכטער אויפן ריינעם אויסגעטראטענעם דרך כפי שהורה לנו זקן. און מ'קען זיך דאס נאכפרעגן ביי אלע צופרידענע עלטערן, (ליידער אנדערש ווי די ת"ת סאטמאר אין אנטווערפען ווי עס איז ווי א שיף אן קיין רודער, וד"ל).
פרשת ה'סובסידיע'ס
אום תש"מ איז בית רחל געווען אין א שווערע מצב, און מען האט דאן פארהאנדלט אריינצוגיין און באקומען שטאטישע פראגראמען (דאס זעלבע וואס אלע היימישע מוסדות התורה באקומען אין אמעריקע און לאנדאן), דער מנהל ר' מרדכי איז געווען א גרויסער מתנגד דערפון און איז געשטאנען אקעגן מורא האבנדיג אז ס'וועט פאר'גוי'אישן דעם שולע, איז מען דאן אריבערגעפארן צו רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל, עס זענען געפארן ר' מרדכי שטויבער ר' יעקב אליעזר טויב און ר' עוזר פריעדמאן, און דער רבי האט געהאלטן אז מ'זאל יא נעמען, נישט נאר ער האט געהאלטן מ'זאל יא נעמען, נאר ער האט געבעטן: "וועסט זעהן ס'וועט נישט שאטן פארן חינוך, פרוביר אויס" האט ער געזאגט. וכן הוה אזוי איז דאן געווארן און ב"ה מ'נעמט ביז היינט די שטאטישע געלטער, וואס עס איז קלאר ווי די טאג שווארץ אויף ווייס אז אן קען דער בית רחל נישט שטיין אפילו אויף אן איינציגער טאג.
למעשה ווען די שטאט האט אנגעהויבן צו פארלאנגען אז מען זאל לערנען געוויסע לימודים, וועלכע עס זענען ליידער נישט כפי רוח התורה ורוח המסורה, האט מען ארויסגענומען די עלטערע קלאסן פון די שטאטישע סובסידיע'ס איז ס'זענען געבליבן נאר דיי יונגערע קלאסן, ווי מען לערנט נאר וואס מען דארף צו לערנען, און די שטאט פארלאנגט נישט ביי זיי צו לערנען וואס מען טאר נישט ח"ו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 22:33 |
|
| |
אזויפיל שטוסים צו שרייבן...
ביטע ליינט איבער מיינע ווערטער, וואס כ'האב פריער געשריבן.
ר' מרדכי שטויבער האלט אויך אז מ'דארף ארויסגיין פון די שטאטישע שטיצע, אבער "נישט" צוליב די בלבולים און אויסגעטראכטע השמצות, "נאר" צוליב דעם אז מ'זאל נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער גוי'אישע שטיצע.
כ"ק אדמו"ר ר' לייביש מפשעווארסק איז א פרומער ממילא שיקט ער זיינע אייניקלעך דארט, אבער "נישט" ווייל ער האלט אקעגן דעם הייליגן "בית רחל", ווייל ווען ס'איז אמת די אלע נארישע בלבולים וואלט ער דאך ווי פארשטענדליך ארויסגעקומען בקול רעש גדול ובמלחמת חרמה, (ווי ער האט שוין געטוהן כמ"פ אין די פארגאנגעהייט ווען ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג), און ר' לייביש איז כסדר מכבד ר' מרדכי שטויבער, און איז זיך אויך געקומען משתתף זיין ביים היי-יאריגן דינער פון מוסד הק' "בית רחל".
כהיום יום: די מוסד בית רחל איז פון די סאמע-סמעטענע וואס סאטמאר פארמאגט אין די וועלט, און פירותי' מעידות עלי', השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 22:02 |
|
| |
זיי מוחל ליין איבער די תקנות! דער מנהל
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 23:22:59
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 23:23:37
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 21:52 |
|
| |
| אךטוב כתב: |  | | רבי יונה איר זענט גערעכט, דברים של טעם, ס'איז דא קנאים וואס זייער קנאות נעמט זיך פון יראת שמים וכדו' און ס'איז דא קנאות וואס קומט פון מדות רעות, וד"ל.
|
|
ח"ו מ'טאר נישט זאגן אז ערליכע אידין קומט זייערע קנאות פון מידות רעות די מעשה דא איז אז מענטשען בעלי מחלוקות נישט פון היינט סיי פון אנטווערפן און בעיקר פון לונדון אמעריקא האבן זיך ארויף געכאפט אויף'ן וואגן פון די ערליכע אידין די שלעכטע מענטשען זיי שרייען די זעלבע ווערטער ווי די ערליכע אידין אבער לאו מטעמי
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 19:02 |
|
| |
רבי יונה איר זענט גערעכט, דברים של טעם, ס'איז דא קנאים וואס זייער קנאות נעמט זיך פון יראת שמים וכדו' און ס'איז דא קנאות וואס קומט פון מדות רעות, וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 17:56 |
|
| |
דאס אז ר' לייבוש שוקט זיין איינקליך צו די נייע שולע איז זיכער ער שוקט אפי' זיין איידעם נאך געלט פאר די נייע שולע און עם מיט געגעבן אן המלצה א זאך וואס ס'איז כמעט נישט דא, - המלצות פון ר' לייבוש
ווער ס'פרעגט ר' לייבוש אויב צו שוקן אין די נייע שולע הייסט ער אהין צו שוקן אפי' פאר הגאון ר' שלו' יצחק שעהר אן איידעם פון חבר הנהלת בית רחל האט ער געהייסן אהין צו שוקן
אבער נישט צו צאלן שכר מלומדות פאר די וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן האלטן די טעכטער אין בית רחל האט ר' לייבוש נאך קיינמאל נישט געזאגט, און וועט נישט זאגן ווייל ווען מען האט נישט קיין ברירה און מ'מוז עסן דבר אחר פלייש בשעת הדחק אדער לצרכי רפואה וכדו' איז נישט דא קיין הווה אמינא אז מען מעג אריין גיין אין געשעפט און נעמען אן צו באצאלן
די גאנצע נושא פון בית רחל איז יעצט ארויף געקומען דורך קזסכסטאן פון לונדון ווייל דארט אין לונדון קומט פאר אין די טעג א געלט אקציע פאר בית רחל אנטווערפען
שטעלט זיך די שאלה אויב טאר מען טאקע נישט געבען קיין געלט פאר בית רחל צו קענען ווייטער מחנך זיין די קינדער פון די ערליכע אידין וואס שרייען אז מען טאר נישט געבן קיין געלט?
די אלע ערליכע אידין אין אנטווערפן וואס שרייען ארויס פאר די וועלט אז די פירצה איז איום ונורא און זענען מוערר אלע רבנים אויף די וועלט אויף די שעדליך קייט פון די עתיד (און הווה) פונם חינוך דארפן זייער קינדער נישט האבן קיין חינוך ביז דערווייל? דארפן זייער אידישע לערערינס (וואס ווערן נישט סובסיד) נישט באקומען זייער געהאלט צו קענען ביזדערווייל מחנך זיין זייערע קינדער (ביז די נייע שולע וועט זיך ענטוויקטלען ביז ארויף)
דארפן די חשובע ערליכע עלטערן מחליט זיין ווילן זיי אז בית רחל זאל מחנך זיין זייער קינדער וואס זענען נאך דארט ביזדערווייל, אויך אויב שפירן זיך זייער ידידים אחים לדעה אן עריבות אז יענע קינדער זאל באקומען א חינוך איז וואס איז די שאלה אויב מען מעג געבען געלט אדער נישט
ממילא ארויף זעצן מרדכי שטויבער אויבן אן געבן עם כבוד אז ער איז דער געטרייע "סאטמארע" מנהל נא! קען מען אפשר!?! דן זיין פ.וו. אפשר, ווייל למעשה כהיום מיט די מצב אז מען דארף אנקומען צו עם, האט קיינער נישט ארויס גענומען און געשוקט קיין בעלא אדער וויזניץ מיט א הווה אמינא אז וואס איז א חילוק ווער נעמט פון די גוים נאר יעדער איז געבליבן אין בית רחל ווייל זיי האבן געוואלט בלייבן ביי מרדכי שטויבער אלץ הבוחר רע במעוטו איז א הכרת הטוב, "סאטמאר" מנהל איז ער נאך אלץ
מען דארף פרעגן דש"ב אפשר האלט ער אנדערש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 22:35 |
|
| |
וועגן ר' לייבוש'ס טעכטער האב איך נישט קיין אנונג און מסתמא איז רבי יונה גערעכט אז ס'איז פשוט נישטא קיין כתה פאר איר איז דאך דאס א בחינה פון רע במיעוטו, אבער איך ווייס אז ער האט אייניקלעך דארט אזוי האט מיר זיין איידים מסביר געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 21:02 |
|
| |
קינדער פארברענגט ערגעץ אנדערש!
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 00:41:07
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 20:18 |
|
| |
די גערודערייען פון אמעריקע
למעשה ערגעץ אין די ס' יארן, ווי עס איז דא פריער געווען אראפגעברענגט דעם בריוו פון הגה"צ מקאשוי זצ"ל און הגה"צ ממאנטווידעא זצ"ל, האט זיך אנגעהויבן א שמוציגע מערכה קעגן דעם הייליגע בית רחל שולע, די זעלבע 'פרומע' וואס מיינען נאר כבוד שמים...
עס האט זיך אנגעהויבן מיט געשמאקע אויסגעבאקענע שקרים וכזבים, מדי יום ביומו, און עס איז ליידער א ביטער געלעכטער ווען די אויבנדערמאנטע רבנים שרייבן "והכל על ידי בירור גמור וכו'", ווען אלעס איז געווען מיוסד אויף שקרים וכזבים.
כדי להצדיק את הצדיק, מוז קלאר ארויסגעזאגט ווערן אז לגבי דעם קאשוי'ער רב ז"ל זענען עס געווען זיינע קינדער וועלכע האבן אים כסדר געזוכט אנצורייצן (וויסנדיג אז זיין הארץ ברענט פאר אידישקייט) און אריינמישן אין פארשידענע מערכות, און פרשת "שערי חמלה" יוכיח, ווען די הנהלת המוסדות פון קר"י איז אריבערגאנגען צו אים ווי נאר זיי האבן געהערט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען, און די הנהלה האט אים געזאגט אז זיי ווילן אריבערקומען אינאיינעם מיטן קרית יואל רב מסביר צו זיין דעם ענין, און קאשוי'ער רב האט מבטיח געווען אז ער גייט טאקע נישט רעדן בעפאר ער הערט על מה הדברים מיוסדים, און נעקסטער טאג איז געפלויגן דעם איסור.
למעשה לענינינו, האט מען פארקויפט אין אמעריקע אז אין "בית רחל" שולע ביי ניי-יאר (ביי די גוים) איז דא אין שולע דעם גרינעם בוים וואס די גוים שטעלן אויף (ווי מ'רופט עס קראצמעך בוים), ווען די זאך איז געווען משקר יסודו, און רופט ארויס א געלעכטער ביי יעדן וואס איז נאר אמאל אריין אין די בית רחל שולע. אין יענע צייט ווען הגה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דער אנטווערפענע דיין איז געווען אין אמעריקע האט ער גאר שטארק פארגעהאלטן הגה"צ ר' אליעזר חיים בלום מקאשוי היתכן אז ער פארשפרייט אזעלכע שמוציגע שקרים וואס לא מיני' ולא מקצתי'.
די הנהלת המוסדות (וואס איז דאן געווען איין קאסע די ת"ת און די בית רחל, געפירט דורכן מנכ"ל ר' הערשל דרעזדנער) האבן פארשטייט זיך שארף אפגעלייקענט די זאכן, און ווען א בעל דרשן – וועלכער איז געווען געפיטערט מיט פאלשע אינפארמאציע – האט גערעדט אקעגן די שולע, איז דאן ר' הערשל דרעזדנער ארויסגעקומען מיט א שארפן בריוו בשם די הנהלת המוסדות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 19:28 |
|
| |
| שכלדיג כתב: |  | רבי לייבוש שליט"א האט טאקע ארויסגענומען זיינע קינדער פון בית רחל און ער שטיצט די נייע מוסד
|
|
אין וועלעכע כתה האט ער זיי געשוקט
די נייע שולע האט נאר ביז כתה א'
די יונגסטע טאכטער פשעווארבק'ע רבי איז שוין לאנג נאך כתה א'
תוקן על ידי רבי_יLנה ב- 17/11/2009 19:29:07
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 19:05 |
|
| |
רבי לייבוש שליט"א האט טאקע ארויסגענומען זיינע קינדער פון בית רחל און ער שטיצט די נייע מוסד
אבער אבסעלוט נישט וועגן עפעס אַ שוואכקייט אין די ניווא פון בית רחל נאר וועגן די ענין פון נעמען געלט פון די רעגירונג
עס איז נישט קיין שום מצוה סתם צו באשמיצן אַ הייליגע מוסד מיט איהרע געטרייע לאנג-יאריגע הנהלה אין שפיץ פון הרה"ח המפו' ר' מרדכי שטויבער שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 18:52 |
|
| |
האט פשעווארסק'ע רבי טאקע ארויס גענומען זיינע טעכטער פון בית רחל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 18:34 |
|
| |
מזלמזל גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 02:00 |
|
| |
זייט מיר מוחל ר' לאעליכם:
אבער איך האב אליינס געהערט פון א תלמידה פון 'בית רחל' אנטווערפן געוויסע געפערליכע זאכן וואס איז דארט פארגעקומען אין די לעצטע 6 יאהר, איך געדענק נישט יעצט פונקטליך וואס איך וועל פראבירן עס צו מברר זיין און עס שרייבן דא, אבער לדעתי דאס אליינס אז כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק, וואס וואינט אין אנטווערפן און איז מסתם גוט באקאנט אין די פרטי הדברים, האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק לטובת 'תורת אמך' אזש ער האט געשיקט זיין איידים ארומפארן נאך געלד פאר דעס דאס שרייט דרשני!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 15:07 |
|
| |
איך וויל מיך אנטשולדיגן פארן עולם, אז רוב וואס מיר האבן ארויפגעלייגט איז אויפגעקומען אין קלענערע אותיות. אויב איינער קען מיר מעלדן וואס טוהן אז ס'זאל מער נישט געשעהן, קען איך עס נאכאמאל ארויפלייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 14:52 |
|
| |
"אעפ"כ רבותי! איך זאג עס נישט קעגן דעם אז מ'זאל נישט ארויסגיין פון די סובסידיעס, איך זאג עס וועגן דעם אז מ'זאל פארשטיין אז ארויסגיין פון די סובסידיעס פאדערט זיך מסירות נפש! און איך פרעג יעצט די שאלה, ווי זענען די בעלי מסירת נפש?!, ווי איז דא נאך א מרדכי שטויבער וואס האט זיך מוסר נפש געווען 30 יאר?! איך בין ארומגעפארן אין די גאנצע וועלט, איך האב מיר מפקיר געווען מיין משפחה, איך האב מיר אליין מפקיר געווען, איך וואלט אויך געקענט זיין אין א כולל, איך וואלט אויך געקענט זאגן א שיעור, איך האב נאך צו יעדע צייט ב"ה אזא גוטע מויל ווי אנדערע אינגעלייט, איך האב מפקיר געווען מיין גוף און מיין נשמה פאר בית רחל. ווען מען האט געבויעט דעם בנין איז געווען איין ווינטער ווען מיין רעביצין תחי' האט געהאט געזונטהייט פראבלעמען, זי איז געפארן, און בסך הכל איין שבת בין איך געווען מיט מיין רעביצין אינאיינעם א גאנצן ווינטער פון ר"ח חשון ביז ר"ח ניסן צוזאמען אין שטוב, איין איינציגן שבת דעם גאנצן ווינטער! אזוי בויעט זיך חינוך!
איך קען נישט פארגעסן, ווען מיר האבן חתונה געמאכט א אונגארישן בחור מיט א כלה פון בית לפליטות, איך בין געווען דעמאלטס ביי ר' שלמה פאפנהיים שליט"א, האט מיר ר' שלמה פאפנהיים'ס רעביצין דערציילט, ווייסט וויאזוי אונז האבן געבויעט בית לפליטות? מיין מאן איז אוועקגעפארן ר"ח אייר און איז אהיימגעקומען חצי אלול, ער איז אוועקגעפארן ר"ח חשון און איז אהיימגעקומען ר"ח ניסן. אזוי האט ר' נפתלי ראזענפעלד שליט"א געטוהן, אזוי האט ר' משה ערנטאהל ז"ל געטוהן, אזוי האט מען געבויעט חינוך. וואו זענען די בעלי מסירת נפש? לאמיר זעהן עס זאלן אויפשטיין פינף אינגעלייט און זאגן, אונז וועלן זיך אריינלייגן ביז מען וועט פארשאפן די מיליאנען ארויסצוגיין פון די סובסידיעס. ס'איז דא געלט אין די וועלט... ס'איז דא מיליאנען אז מען וויל, אונז דארפן האבן מסירת נפש, אדרבה, זאלן קומען די קנאים און זאגן, אונז וועלן נישט רוען ביז מען וועט צוזאמענשטעלן געלט אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די סובסידיעס, שרייען? מיט שרייען קען מען נישט ארויסגיין נאר מיט געלט.
רבותי! ס'איז ידוע, דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אין די ערשטע יארן פון די הקמת המדינה הציונות, איז געווען אן אראבישע ליגע אין אמעריקע וואס זענען געקומען שלוחים, אז זיי ווילן ארבייטן צוזאמען מיט סאטמאר קעגן די ציונים, האט דער רבי דעמאלטס געזאגט א ווערטל, נישט פאר זיי, זיי האט ער גע'פטר'ט. האט ער געזאגט, אז די בעל הבית'טע כאפט מייזלעך, אמאל איז געווען מער מייזלעך ווי היינט, אבער היינט איז נאך אויך דא. די בעל הבית'טע כאפט מייזלעך און דער קאץ כאפט מייזלעך. די חילוק איז, אז די בעל הבית'טע וויל ס'זאל נישט זיין קיין מייזלעך, זי זאל נישט האבן וואס צו כאפן. די קאץ וויל עס זאלן יא זיין מייזלעך, זי זאל יא האבן וואס צו כאפן. האט דער רבי געזאגט, דער חילוק צווישן אונז און זיי להבדיל, אונז ווילן עס זאל נישט זיין קיין מדינה כדי עס זאל נישט זיין אויף וועם צו האקן, זיי ווילן עס זאל יא זיין א מדינה מ'זאל האבן מיט וועם צו פירן א מלחמה.
ווער עס וויל מ'זאל טאקע ארויסגיין פון די סובסידיעס זאל ארויסווייזן מסירת נפש, אלא מאי, מ'וויל קענען באשמוצן בית רחל, וויאזוי מ'רופט עס מיטן לשון "די טריפה'נע סובסידיעס", ס'איז זייער א גרויסע חכמה צו באשמוצן, מ'באשמוצט נישט יענעם, מ'באשמוצט זיך אליין. קיינער פון די אלע וואלטן נישט געהאט אזעלכע שיינע שטיבער ווען נישט בית רחל, קיינער, אין גם אחד.
...און איך פרעג טאקע פון דא ווי זענען די בעלי מסירות נפש?! נאר וואס דען, איך האף, מען האט געהערט די שמועה אז דער רבי שליט"א קומט אהער אויף שבת קיין אנטווערפען, ער וויל מאכן א גרויסע קאמפיין, אדרבה, הלואי, לאמיר עס שוין זעהן, מ'וועט קומען מיט א חלק כאטש, מיט העלפט פונעם געלט, דעמאלטס קען מען אנהייבן צו רעדן, אבער מיט גארנישט?!, קומען דארט ווי מען ווייסט אז ס'האנדלט זיך אין מיליאנען, זענען מיר עפעס הפקר מענטשן מ'זאל מפקיר זיין אזא מוסד, גיין זאגן אז מ'זאל עס צושפארן?!", עכ"ד הנוגע לענינינו.
די דיבורים זענען געזאגט געווארן מוצ"ש בשלח תשס"ח, היינט ווען מיר האלטן שוין קרוב צו צוויי יאר שפעטער, איז שוין פאר יעדעם גוט באקאנט אז די גאנצע נסיעה איז געווען א שטיק ליצנות, מ'האט גיין געלט נישט געברענגט, קיין געלט נישט געטיילט, די "מעמד חינוך הטהור" איז געבליבן די געשפרעך פון טאג ביי יהדות אנטווערפען ווען מ'האט געפאמפט-גערעדט-פארפירט און אלעס איז געווען א ליצנות, אן קיין שום ערנסטקייט!
די בית רחל ווערט ווייטער סובסידירט פון די שטאט, און עס ווערן ווייטער נתחנך אין אירע ווענט נשים כשרות וצנועות, ווי עס פאסט פאר א סאטמארע מוסד. כה יתן ה' וכה יוסיף.
און מיט דעם האב איך געענדיגט מיינע ווערטער, הגם אז אין יעדן פרט ופרט קען מען פיהל מער מאריך זיין, אבער עכ"פ אויפן שפיץ גאפל ווי מ'זאגט. און כ'וועל מיך אי"ה נישט צוריקקערן פארענטפערן אלע ליצנות'ער און נארישע גערעדעכצער, יעדער וואס זיכט דעם אמת קען עס געפינען אין די ווערטער וואס מיר האבן יעצט געשריבן.
 |
|
|
|
|
|