צום יארצייט
פון קדושי מומביי: מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!
אונז שטיי מיר יעצט פונקט א יאר פון
ווען כלל ישראל איז געווען איננגעהילטאין
אנגעצויגנקייט און שפאנונג, מ'האט זיך געזארגט און איינגעריסן לטובתםולישועתם פון די פארכאפטע אידן און מומביי, און שפעטער
ווען ס'איז ליידערנגזר
געווארן די גזירה מן שמים און די קדושים זענען ליידער אוועקגעריסןגעווארן פון אונז, האט דאס יעדער איד געפילט, יעדער איז
געווען צובראכןאון
פארטרויערט אויף די אומגליק וואס האט פאסירט מיט אחינו בני ישראל, יעצט איז די פאסיגע צייט ארויסצוברענגן א נקודה וואס
ברענגט ארויס אויף א געוואלדיגע פארנעם דעם "מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ".
איךרעד נישט דא
פון די חלק החסד מיט וואס כלל ישראל איז באשאנקן, אז איין אידוועט גיין אין פייער און אין וואסער א טובה טוהן א
צווייטן איד אפילו ערהאט נישט
קיין השגה ווער דער צווייטער איז! איבער דעם נקודה קען מעןשרייבן
גאנצעטע ביכער און ס'וועט נישט זיין גענוג! איך וויל דאארויסברענגן
א צווייטע נקודה, דאס אז אידן בכל מקומות מושבותיהם, אפילומ'איז
צו'זייעט און פארשפרייט בין ארבע כנפות הארץ, זענען מיר "גוי אחד", מיר זענען איין פאלק! ווען פאר איין איד גייט שווער, ער
איז אין א עת צרה, פילט דאס די גאנצע כלל ישראל!
יעדער זארגט זיך, יעדער איז אינטערעסירט צווויסן
די וואוילזיין פון דעם באטראפענעם, יעדער איז מתפלל אויף א ישועה! אויב מ'קען ארויסהעלפן מיט עפעס וועט מען דאס געוויס
טוהן, אבער אפילואויב מ'קען
אין מציאות נישט העלפן, מ'איז נישט ביכולת, זארגט מען זיךאבער,
און יעדער פילט דאס ווי אן אייגענעם צרה.
דאס האט זיךארויסגעזעהן
אויף א זעלטענעם פארנעם אין יענע שרעקעדיגע שעות, דיאנגעצויגענע
טעג, ווען 5 מאחינו בני ישראל זענען געווען פארכאפט אינעםאידישן
צענטער, דער חב"ד הויז, אין מומביי!
צו העלפן איז נישטגעווען
שייך, מיר זענען געזיצן ווייט ווייט אוועק פון די ארט ווי דיאינצידענט
איז אנגעגאנגן, אבער מיר זענען אלע געווען דארט! די הארץ, מוח, מחשבה, געפיל, אלעס איז געווען דארט אין די דריטע וועלט
לאנד אינדיע!
> די קול מבשר טלפון ליניע איז געווען ביזי ווי קיינמאל אין
זייער 5 יעריגעעקזיסטענץ!
מ'האט געברויכט רופן 20 צו 30 מאל ביז מ'איז ענדליךאדורכגעקומען
צום ליין, און איינמאל מ'איז שוין געווען קאנעקטעט האט מעןבשום
אופן נישט געוואלט אראפלייגן, ווייל אפשר אין 5 מינוט וועט זיין א פרישע באריכט,
און איך וויל דאס נישט פארפאסן.
> די
אדמיניסטראציע פון "ישיבה וועלט" האבן איבערגעגעבן אז זיי האבןקיינמאל נישט געהאט אזויפיל מענטשען אויף איינמאל אויף
זייער זייטל, וויאין יענע
אנגעצויגענע ליל ששי וואס הונדערטע אידן האבן געפראוועטוואך-נאכט,
זיך נישט אוועקגערירט פונעם סקרין, ווייל ווי קען מען זיךלייגן
שלאפן רואיג ווען מיינע ברועדער געפונען זיך צווישן לעבן און...
> אין קאווע שטיבל, אין מקוה, אין פאליש, אופן גאס, יעדע קוקפע
איז געוועןפארנומען
אנעליזירן דעם אינצידענט, צו טוען די קאמענדא אקציעס יא ריכטיגצו נישט. פאר קיין געלט האט איר נישט געפינען א קופקע
זיך טענה'נען איבערדי
אנגייענדע וואלן צו איבער סיי וועלכע אנדערע נושא.
לאמיר אייךפרעגן: האט
איר אמאל געקענט איינע פון די צוויי כשרות משגיחים? האט איראמאל
געוואוסט אז ס'איז פארהאן אזא משפחה וואס הייסט האלצבערג? דאכט זיךאז נישט! אויב אזוי: וואס האט דאס אייך אזוי
אינטערעסירט? מענטשען וואסאיר ווייסט
ניטאמאל וויאזוי זי זעהן אויס, נישט פון אייער בית המדרש. פארוואס
ווען קול מבשר האט ארויסגעגעבן די טרויעריג בארימטן מודעה "גדולכים שברינו אוי מי ירפא לנו! ליידער ליידער קענען מיר
זאגען 5 מאך ברוךדיין
האמת!" האט איר געפילט ווי די וועלט גייט אונטער? פארוואס האט זיך אווינטערדיגע שבת פרשת תולדות געפילט ליבערשט ווי א שבת
שחל להיות בתשעהבאב?
ווייסט איר פארוואס? ווייל מיר זענען א "גוי אחד"!
אב אחד לכולנו! בני איש אחד נחנו!
שויןפאר צוויי
און האלב טויזענט יאר צוריק האט דאס המן הרשע געזען און נישטגעקענט
אראפשלינגן: "ישנו עם אחד" ס'איז דא א פאלק וואלס האט זיך באחדות, אפילו ווען זיי זענען "מפוזר ומפורד בין
העמים", אפילו ווען זיי זענעןפארווארפן
אין אלע עקן וועלט!
לאמיר נישט פארגעסן: צווישען דיצענדליגע
אומגעקומענע און מומביי זענען געווען עטליכע אמעריקאנע בירגער, האט מען געזען אז די אמעריקאנע פאפירן זאלן זיין זיין
פארנומען דערמיטווייס איך
ווי לאנג? ניין! מ'האט געדעקט די נייעס, טאקע פארגאסן אביסלטינט
אויף די היימישע וואס זענען פארכאפט און אומגעקומען גאווארן, אבערזהו-זה! פון די אנדערע זייט איז אבער יעדע אידישע
צייטונג, יעדע בלאט, געווען
געווידמעט לזכרון פון די קדושים הי"ד! פונקט ווי די אמעריקאנעפאפירן זענען געווען פארנומען נאך סעפטעמבער 11, ווייל
מ'רעדט פון "אונז", מ'האט באריר
"אונזער" קרוין, פונקט אוזי האבן אויסגעזעהן די אידישע פאפירןנאך יענע ביטערע וואך! פארוואס? ווייל אונז זעמיר
"גוי אחד בארץ"! "עםאחד"!
ווען ס'זאל זיין איינגעפירט ביי די אידען אראפצולאזן דיפענער אלס טרויער אויף אן אייגענע צרה, וואלטן אלע בתי
מדרשים אראפגענומעןדי פרוכת
פונעם ארון קודש יענע פרייטאג נאכמיטאג, פונקט ווי תשעה באב! ווייל
עטליכע פון אנשי שלומינו - אפילו ער געהערט נישט צו אונזער קרייז - איז אזוי טראגיש אומגעקומען!
דאס וועט איר נישט געפונען ביי קייןשום
אומה ולשון! ביי קיין שום גלויבינג וועט איר נישט זעהן אז ווען איינערוואס גלייבט די זעלבע ווי מיר געפונט זיך אין א לאגע
מיינט דאס מיר! זאלזיך די
משפחה זארגן, די קאמעיוניטי זאל זעהן וויאוזי אים צו העלפן, אבערלהבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידישע קינדער איז יעדע
איד בגדר "אחד מןהחבורה"
וואס "ידאג כל החבורה"!
פונקט ווי ווען בירגער פון אגעוויסע
מדינה געפונען זיך אין אן שווערע לאגע, זעט מען אז די מענטשן איןיענע מדינה זארגן זיך, ווען אמעריקאנע דזורנאליסטן ווערן
געהאלטן איןנארט-קאריע
צו סיי ווי, מישט זיך די אמעריקאנע געווערמענט אריין אוןפראבירט
צו טוהן וואס מ'קען זיי ארויסצוברענגן פון דארט, פונקט אזוי וועןאיינער א בן ברית געפונט זיך אין א פרעמדע מדינה אין א
שווערע סיטואציע, פראבירט יעדע איד צו טוהן
אלעס וואס ער קען און אפילו מער, יענעםארויסצראטעווען!
> יעדען טאגקראכן
פליגערס מיט העליקאפטרס צווישן די הרי אררט, אבער ווען ס'רעדט זיךפון א היימישע דאקטאר פון מאנסי, מיינט דאס פאר אונז גאר
עפעס אנדערש! אפילו נישט פאר זיינע
פאציענטן!
> מענטשן ווערן געכאפט יעדן טאגביי
די גרענעצן אריינשמוגלענדיג אומלעגאלע פראדוקטן, אבער ווען די רעדעאיז איבער 3 אידישע בחורים, קען אדורגיין 20 חדשים און
מ'האט נאכאלס נישטפארגעסן פון
זיי.
> מענטשן ווערן פארלוירן אין וועלדער טאגטעגליך
בכל ארבע כנפות הארץ, אין בעסטן פאל לאזן זיך א גרופע געלערנטעזיכער אריין אין וואלד נאכצוזוכען די שפירן פונעם
פארלוירענעם. אבער האטאיר שוין
געהערט אז פילע באסעס פון פשוטע מענטשן, וואס די איינציגע שייכותמיטן באטראפענעם איז אז זיי טראגן די זעלבע קליידער -
און אפילו אויב נישט - זאלן זיך
ארויסלאזן אויף א ווייטע נסיעה צו זיכן דאס פארלוירענעם מיידל?
דערבאטראפענער
מעג געהערן צו אן אנדערן קרייז, ספרדי, אשכנזי, תימני, אפילופון
די עשרת השבטים, זאל ער עסן מאשין מצות און נישט לייגן קיין רבינותם'ס תפילין, דאס האט נישט קיין שייכות אהער, אויב איז
ער אן אייניקל פוןכ"ק
מרנן אבותינו אברהם יצחק ויעקב זצוק"ל, איז ער מיין ברודער, אונזהאמיר דאך צוזאמען געטאנצען ביים גרויסן חתונה פון כנסת
ישראל מיט די תורההקדושה, און
איך זארג מיר פאר זיך וואוילזיין פונקט ווי א נאנטע ידיד!
און דאס איז א
געוואלדיגע קידוש השם!!!
זאל'ןשוין די
געוואלדיגע זכותים און די כוח פון אחדות דערנענטערן די גאולהשלימה,
ווען ס'וועט זיין ובאו האובדים בארץ אשור והנידחים בארץ מצרים, ויקבץ נידחינו מארבע כנפות כל הארץ, און גאנץ כלל
ישראל
וועט פאראייניגטווערן אויף
סאך א שטערקערע און שלימות'דיגע פארנעם, בביאת משי"ח צדקינובמהרה בימינו אמן
(גענומען פון אידישע נייעס)
!
נשלח ב-19/11/2009 23:21
קול מבשר האט עטליכע זייער אינטערסאנטע אינטערוויא'ס
ספעציעל האט ער א מורא'דיגע אינטערוויא מיט הרב טויב, ער זאגט אז ער איז דארט געווען דער ערשטער אין האט זיך אסאך געדארפט שלאגען אויף כבוד המתים
אסאך פראגעס ווערן דארט פארענטפרט, אבער אסאך זאכען ווערן דארט שווער צו פאשטיין,
(למשל פארוואס נאר ער האט געקענט באקומען א וויזא אין א חגא טאג, אזש מ'האט געפענט די עמבעסי אין מאנהעטן נאר פאר אים, אין אלע גיום וואס האבען געוואלט פארען אויף מאמבעי האט מען נישט געגעבן, אין וויאזוי ער האט געקענט שטיין אויף די פיס אזוויפיל שעה אין עסן אין שלאפען)
דריקט 3 דערנאך 1 דערנאך 160# אויף די מעין מעניו,
די אינטערוויא איז מיט ר' שמעון ראלניצקי אין איז זייער גייט אראפגעלייגט מלא טעם