בית פורומים כל העולם כולו

העכסט געלונגענע פארטי אין אנטווערפען פאר סאטמארע כולל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2009 15:37 לינק ישיר 
העכסט געלונגענע פארטי אין אנטווערפען פאר סאטמארע כולל

איצט הער איך אז פארגאנגענע וואך מוצש"ק פ' וירא איז פארגעקומען אין אנטווערפען א גאר העכסט געלונגענע מסיבה לטובת כוללינו "ויואל משה" ד'סאטמאר, וואס שם'ט מיט איר גוטן נאמען.

די הערליך עלעגאנטע פארטי איז פארגעקומען אין גרויסן "בית רחל" זאל, אין די צופלוס פון מענטשן איז געווען געוואלדיג! מען האט כסדר צוגעשטופט טישן און בענק צוליב די געוואלדיגע צופלוס פון מענטשן.

איינע פון די סיבות אויף די געוואלדיגע שטראם פון נשים צדקניות איז געווען וויבאלד הרבנית הצ' תליט"א אשת הגה"צ אב"ד קהלתינו בווימסב"ג שליט"א איז ספעציעל געקומען צו פארן, און אויך אויפגעטרעטן מיט א מייסטערהאפטע רעדע.

די מסיבה איז אריבער גאר געלונגען, און געגעבן גרויס חיזוק פאר די הנהלת הכולל.

אויף צומארגנס זונטאג איז די חשובע רעביצין אריבערגעפארן קיין לאנדאן, ווי זי האט אויפגטראטן מיט "פינף" דרשות פאר פרויען און מיידלעך.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2009 19:14 לינק ישיר 

הייסט עס אז די סיגוט-אנטווערפן-וויליאמסבורג רעבעצין גייט שוין אין קאמפעטישן מיט איר שווער און וועט מעסטן וויפיל דרשות זי זאגט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 19:42 לינק ישיר 

רבותי איך פארשטיי די ווייטאג פון דוד
איהם באזערט נישט די מסיבה לטובת דעם וועלט-בארימטן כולל אדער די ערשיינונג פון סאטמאר-וומ"ס רעבעצין תליט"א
איהם באדערט א אינערליכ-זאלוינישע ווייטאג
נעמליך אז די פארטי איז פארגעקומען אין די זאל פון די גע'אסר'טע "בית רחל" וועלכע נעמען נאך אלס געלט פון די שטאט טראץ די "סוקסעספולע גרויסארטיגע" פאר-יעריגע נסיעה פון מהרז"ל קיין אנטווערפן מיטן ציהל דאס אפצושטעלן

נישט די אנטווערפן-סאטמארער כולל קוועטש יעצט פאר דוד נאר די גע'אסר'טע בית רחל וואס פייפן זיך אריין אין מהרז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 19:45 לינק ישיר 

אה יעצט פארשטיי איך

דיך באדערט אז דער בית רחל גייט אן מיט פולן קראפט טראצדעם וואס ענק אהרונים האבן געמיינט אז דער חשובער לאנגיעריגער מנהל הרב החסיד ר' מרדכי שטויבער שליט"א וועט אריבערקומען צו ענקער צד און ענק וועלן איבערנעמען בית רחל.

דערווייל ווערט בית רחל (און אזוי אויך די תלמוד תורה) ווייטער געפירט דורכן חשובן מנהל תחת נשיאות כק מרן אדמו"ר מהרי"י שליט"א!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 22:58 לינק ישיר 

 

דוד
ערשט'נס ס'קען גאר זיין אז דו וויסט נישט די ארגינעלער טייטש פון "בנשיאות"
נשיאות פון א מוסדות מיינט אז מ'האט די לעצטע ווארט אין די מוסדות צום ביישפיל פסק'ענען אויף א זאך מותר אדער אסור
יעצט פיהר אליין אויס... אז דער עומד בנשיאות הייסט אויפהערן צו נעמען שטיצע פון די רעגירונג און די הנהלה נעמט ווייטער וואספארא נשיא איז דאס שוין ?

צווייטנס אויב זאגסטו אז מיר וואלטן געדארפט דעם מ. שטויבער איז מסתמא קאנסטו איהם נישט, פאר מער אינפארציע פרעג זיך נאך ביי זיין בלוט-שונא הערשל דרעזנער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 23:16 לינק ישיר 

ער האט נישט גע'אסר'ט דאס נעמען געלט

ליין איבער זיין בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 23:36 לינק ישיר 

נישטא ווער זאל לאכען פון דעם שו. דוד 46

די ארוינים וואלטען צו גיצאהלט געלט פאר די זאליבאנצעס אז זיי זאלען האלטען דעם מרדכי שטויבער!!!

די מציאות איז אז די בית רחל נעמט ווייטער געלט פון די שטאט, צילוב די איין סיבה!!!

ווייל עס איז נישטא קיין געלט!!!

דער בלאפערישער זאלי איז געקימען צו פליען פון ניו יארק, און פארשפראכען אז ער העלפען די בית רחל מיט געלט, אז זיי זאלן נישט דארפען נעמען קיין געלט פון די שטאט,

ביזדערווייל האבן נאך די זאליבאנצעס בראש פון דעם טיפוש ''ליפעלע קרויס'' געהאט די חוצפה, צו בעטען געלט פון די הנהלת הבית רחל פאר די פארענשעס וואס מען האט געדארפט אומפארטירען פון מעבר לים, אז דער ר' זלמניו זאל האבן פארענשעס!!! און געלט? ווער וועמען? א הויקער האט מען באקימען!!! ניסח זאלי!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 01:54 לינק ישיר 
רבם דקרו....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 02:13 לינק ישיר 

עס איז נישט במציאות קיין שום אנטווערפענען מוסד זאל זיך אויסהאלטען נאך פון לאקאלע געלט, עס איז היינט זייער א ארימע שטאט ווי א גרויסע עולם האט נישט קיין פרנסה אין מען דארף צוקומען צו אמעריקע אין לאנדאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 14:59 לינק ישיר 

די נסיעה פ' ויקהל ווען א געוויסער אדמו"ר פון ניו יארק האט געזאלט קומען קיין אנטווערפען טיילן געלט (איר הערט גוט?...), איז נאך די געלעכטער אין שטאט אנטווערפען ווען ער האט נישט אריינגעברענגט קיין גרינע גרייצער, נאך געבליבן שולדיג חובות פארן צעטל-הענגער און שפילער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 01:20 לינק ישיר 


איך האב געהערט פון אַ קראנטער קוואל אז לעצטנס ווערט געטהון מאסיווע פעולות
אז די אנטווערפנ'ע בית רחל זאל זיך גענצליך אפהאקן פון די רעגירונג'ס שטיצע
אשריכם !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 01:25 לינק ישיר 

איך הער עס שוין זייט די אויסגעשפילטע בעיבישע נסיעה מיט די העליקאפטער'ס אין שיפן
אין וויפיל יאר איז שוין אריבער זייט דעמאלטס?

זייט דעמאלטס וואקסט יערליך די פרומע מיידעל שולע, וואס איז געגרינדעט געווארען פאר די אלע וועלכע ווילן שוין נישט ווארטן אזוי לאנג אויף די הבטחות מיט אשריכם'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 15:29 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

איך האב געהערט פון אַ קראנטער קוואל אז לעצטנס ווערט געטהון מאסיווע פעולות
אז די אנטווערפנ'ע בית רחל זאל זיך גענצליך אפהאקן פון די רעגירונג'ס שטיצע
אשריכם !


עס ווייסט יעדער איינער אז ס'איז שקר וכזב, און עס ווערן נישט געטוהן קיין שום מאסיווע פעולות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 22:59 לינק ישיר 

 אגב, כ'הער אז
די וואך האט די סאטמאר וומ''ס רעביצין תליט''א אפגעהאלטן אין וומ''ס א פארטי פאר די מוסדות יט''ל אין ארה''ק ביי איינעם אינדערהיים אין עס אריינגעקומען א רעקארד הויכע נומבער ב''ה, ווייט פין וואס א פרויען פארטי ברענגט אריין.
אסאך דינער'ס וואלטען געקענט באשטיין אנצוקומען צו דעם נומבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העכסט געלונגענע פארטי אין אנטווערפען פאר סאטמארע כולל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext