| נשלח ב-16/11/2009 19:47 |
|
| |
ירושלים: שווארטץ אנגעמקלט
פרייטאג צונאכטס האבן די עלטערע בחורים פון ר' חיים הערשלע ישיבה אין ירושלים, וואס כידוע געפינט זיך די ישיבה גדולה אין א שרעקליכען נידריגער מצב, לא יאומן כי יסופר, עס איז א בושה וחרפה פאר ר' חיים הערשלע אז ער האט אזא ישיבה.
יוסעלע שווארטץ וואס איז חיים הערשלע אויסערן מיניסטער.. פירט אן די מלחמה קעגן די בחורים, יעדען שבת דאווענען די בחורים באנאזאם, אבער די וואך האט ער אפגעמאכט אז ער שפארט אפ דאס פלאץ ווי זיי האבן איצט געדאווענט, און מען גייט נעמען די קליינע בחורים דאווענען אויף אן אנדערע פלאץ. דער חכם מחוכם איז אויפגעקומען מיט א מורא'דיגען פלאן אז ער גייט נישט דערציילען פאר די עלטערע בחורים ווי די קליינע גייען דאווענען, אזוי האט ער געטאן און שטרענג אנגעזאגט די קליינע בחורים אז זיי זאלן נישט דערציילען ווי מען גייט דאווענען די וואך שבת.
פארשטייט זיך די עלטערע בחורים זענען געוואויר געווארן פונעם גרויסען סוד... אינמיטען שטילע שמונה עשרה פרייטאג צונאכטס האבן זיי אויפגעבראכען די טיר ווי די קליינע בחורים האבן געדאווענט, זיי האבן געכאפט יוסף שווארטץ און אים שווער אנגעמקלט די ביינער, מיט שווערקייטען האט ער זיך ארויס געראטעוועט פון זיי און אנטלאפען מיט די נשמה אין די האנט.
די עלטערע בחורים האבן געמאכט פונעם ביהמ"ד א חורבן צובראכען און צוקנאקט וואס עס איז זיי געקומען אונטער די האנט.
איצט האט ר' חיים הערשלע געגבען א היתר פאר יוסף שווארטץ צו גיין מסר'ן די בחורים ביי די משטרה.
דאס איז שוין נאכדעם וואס חול המועד האבן די בחורים שווער צוקלאפט און אויסגעבראכען 2 שיניים פון חיים הערשלע גבאי יצחק ווייס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 17:04 |
|
| |
דערמאנונג...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 08:39 |
|
| |
זאלן די בחורים רופן דעם שווארץ צו די''ת... והכל על מקומו יבא בשלום
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 06:45 |
|
| |
פרישער באריכט פון ירושלים קומט יעצט אן: היינט נאכט איז פארגעקומען א ערנסטע מיטונג איבער די שווערע קשיא: וואס טוט מען דא פאר אן עצה ? די גאנצע ירושלימער קהלה דרייט זיך אראפגעלאזט די נאז, און 70 פראצענט וויל נישט ר' חיים הערש אלץ רב אין די קהלה, וואס טוט מען דא ? רבש"ע, וואו געט מען זיך אן עצה ? האבן די גרויסע קארפן קעפ מחליט געווען (מענדל ואלערשטיין, מיט יאזשעף) אז די עיקר שנאה איז צו יאסל שווארץ און נישט צו ר' חיים הערש, ממילא אז מ'וועט אריינווארפן יאסל'ען אין ים אריין וועלן די שטורמישע כוואליעס איינשטילן אביסל, ובא לציון גואל. יעצט איז אבער דער עיקר פראבלעם, אז ווען די גאנצע אסיפה איז אריבער צו ר' חיים הערש אין שטוב אים איבערגעבן זייער דעסיזשן, האט ער זיי געלאזט הערן קלאר: אדער בין איך רב און יאסל איז מיט מיר, אדער גיי איך מיט צוזאמען מיט יאסל !!! יעצט ווייסן זיי נישט וואו זיך אהינצוטוהן, ר' חיים הערש האט אויך געמאכט ביטערע קולות אויף זיי פארוואס זיי האבן נאכנישט ארויסגעווארפן ר' אייזיק ווייס דער מנהל הכולל, נאך וואס ער האט זיך אנגענומען פאר די טמנ'ע בחורים און זיי מחזק געווען.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 16:39:29
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2009 21:15 |
|
| |
באקומען אין אישית.
| פריש הייסער באריכט |
|
מוצאי שבת האט א יונגערמאן פון בית שמש אנגעפירט מיט א מלוה מלכה פאר די בחורים,
חיים הערשעלע ההאט געפערליך געווילדיוועט,
נעכטן נאכט איז איז געוועהן א אנגעצויגענע אסיפה פון יוסל שווארטץ מיט יענקי פויגל און משה בן מאיר ראטה און עטליכע פון זייערע נאכשלעפערס וואו מ'האט מחליט געוועהן אז אזוי ווי די שמועה גייט ארום אז ר' יואל וייס דער מנהל הכולל ער האט געגעבן פאר דעם יונגערמאן שטיצע, גייט מען אים ארויסקאפען פון זיין פאסטן, איינמאל פאר אלעמאל.
עס גייט אן א שרעקליכע קאכעניש אין די גאנצע קהלה.
ביטע ארופלייגן איך האב נישט קיין רשות כתיבה.
שכוייח.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2009 22:22 |
|
| |
יעצט באקומען אין אישי עטליכע פרישע פרטים און דעטאלן איבער די לוסטיגע און לעבעדיגע נייעס אין ירושלים, ס'איז ארויף עטליכע שעה צוריק אויפן "אידישן געדאנק", אבער אדאנק די געניטע אויגן פון די געטרייע מנהלים איז דאס גלייך נעלם געווארן.
ווי באוואוסט האט דעם לעצטן דינסטאג חיים הערש זיך אויפגעשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א פייערדיגע דרשה און אנגעשימפט און אנגעזידלט די עלטערע בחורים (19-20) אויף א געפערליכן אופן, באטיטלענדיג זיי אלס "פוחזים וריקים", און "ליידיגייער", און נאך עטליכע פאפולערע טיטלען. ביים ענדע האט ער זיי געווארנט בכח מרא דאתרא זיי זאלן ח"ו נישט קומען דאווענען די וואך אין ישיבה, און זיי זאלן זיך נישט וואגן צו מאכן א מלוה מלכה אליין. (ווי פארשטענדליך אז ס'איז זייער מסוכן אז בחורים פון די סאטמאר ישיבה זאלן זיין אליין אן השגחה ווייל די תוצאות קענען זיין ביטער און פינסטער, און דאס איז געווען די סיבה פון די מחלוקה דעם חוה"מ סוכות דארט)
די ישיבה בחורים בערך ארום 20 חברה האבן טאקע ערליך געפאלגט, און נישט געגאנגען אין ישיבה, וואס זיי האבן אבער יא געטון איז געגאנגען דאווענען אין די לאנדאנער ביהמ"ד "מתיבתא" נישט ווייט פון עזרת תורה געגנט, און זיי האבן געמאכט דארט א מי שברך פארן יונגערן ברודער יעקב בער, צום וואונדער פון אלע מתפללים.
מיט דעם האט זיך נאכנישט געענדיגט די מעשה, מוצ"ש האט זיי אנגערופן א סאטמערער יונגערמאן אייזנבערג פון בית שמש און זיי איינגעלאדנט אויף מלוה מלכה ביי זיך אין שטוב, פארשטייט זיך אז די בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו דעם און זענען גלייך אראפגעפארן אויף בית שמש פראווען מלוה מלכה.
זונטאג צופרי האט אבער חיים הערש זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן קער נעמען פון די מורדים. ר' לייבוש קארניאל פון מתיבתא האט גלייך באקומען א טעלעפאן פונעם נאנט'סטן מענטש צו חיים הערש אונזער באקאנטער איציק'ל90 און האט אים ביטערליך באשייגעצט, היתכן ער איז א נותן יד לפושעים ער לאזט אריין די מתנגדים פון רב אין זיין ביהמ"ד, הרב קארניאל האט אים געפרעגט ווער איז דאס? דער יצחק פונעם אינטערנעט? און גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.
נאכדעם האט הרב אייזנבערג באקומען א טעלעפאן מיט קללות חירופין וגידופין און סטראשונגען אז מ'וועט זיך נוקם זיים אין אים פארוואס ער איז מחזק די צובראכענע בחורים, דער אייזנבערג האט נישט געוואוסט וואס זיי ווילן פון אים, און אויך גלייך פארמאכט דעם טעלעפאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 08:16 |
|
| |
יוסף שווארץ איז גאר א חסיד פארן ברך משה...
עס איז פשוט א מוציא לעז... שקר וכזב...
א טיפיקעל זאלי... יוסף שווארץ איז געווען אזא חסיד פון ברך משה גענוי ווי אלע אהבה מוסתרת חסידים, יאשקע וואלדמאן, קוטשי וואלי, יאקבאוויטשעס, בעק, אלטר משה, שארווינטער וכו'.
גראדע וויל איך דיר זאגן אז נישט נאר איז יוסף שווארץ "געווען" א שונא פאר מרן ברך משה, נאר נאך "היינט" שעלט ער אים צוזאם און רעדט אויף אים כל דבר אסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 00:36 |
|
| |
אויב ס'איז אמת איז עס גוטע נייעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 00:32 |
|
| |
לויט די התנהגות פון דעם יאסל שוואנץ, זעהט ווארשיינליך אויס אז ער וועט נאך מאכן פון די זאלי פארטיי וואס בן פראדל האט (כמעט) מצליח געווען צו מאכן פון גאנץ סאטמאר. ער באנוצט זיך דארט מיט די זעלבע טריקן און טאקטיקן ווי פראדעלע'ס אין זיינע גוטע יארן.
הערט א שטוינענדע געשיכטע פון היינטיגן טאג ! יעצט באקומען אין אישי פון ירושלים.
אין אריבער 25 הייזער אין ירושלים, פון בחורים אין ירושלימער ישיבה, האט היינט געקלינגען דער טעלעפאן, און אויף די אנדערע זייט הערט זיך אזוי:
"אגוטן דאס איז חיים הערש, כ'האב געוואלט זאגן אז ווער ס'וועט טשעפען יאסל שווארץ איז אזוי ווי מ'טשעפעט מיר אליין, כ'האב שוין לאנג געזאגט אז ס'איז ידו כידי נפשו כנפשי רוחו כרוחי, און אלעס וואס ער טוהט איז אין מיין נאמען. ווער ס'וועט זיך וואגן אים צו טשעפען וועל איך זיך נוקם זיין אין אים בזה ובבא. און אלע בחורים אן אויסנאם זאלן דעם שבת גיין דאווענען אין די שטיבעלעך."
איך פערזענליך, וואונטש זיי הארציג "יוס"ף ה' עליכם אלף פעמים ככה".
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 00:51 |
|
| |
עס איז אַ שקר וכזב, ר' יוסל שווארץ רעדט נישט אויפן ברך משה מסאטמאר זצ"ל
ענק זענען סתם מוציא לעז אויף איהם כדי צו באשמיצן זיין נאמען ווי גלייך ער איז עפעס געווען אמאל אַ שונא פון סאטמאר
דאס יא זיין טאטע דער אלטער אויבער-חכם ר' אהרן משה האט נישט געגלייכט דעם ברך משה'ן
אבער דאס האט גארנישט צוטאן מיט זיין זוהן ר' יוסף הי"ו
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 19:10 |
|
| |
א טאטע פון א בחור פון די אויסגעשפילטע ר' חיים הערש ישיבה גדולה, איז צוגעגאנגען צו ר' חיים הערש זינטאג, און אים פארגעהאלטען איבער וואס עס טוט זיך אפ דארט ר"ל.
און ער האט אים געזאגט פארוואס ער לאזט יוסף שווארץ זאל אים פירען, אזא איינער וואס איז געווען א שרעקליכע שונא פון מרן בעל ברך משה זי"ע, און רעדט נאך היינט צוזאם אויף אים כל דבר אסור, פאריגע וואך האט דער שוטה געזאגט אין ישיבה פאר א בחור, אז די ברך משה איז געווען אין אמעריקא דאס וואס קוק איז געווען אין א"י רח"ל.
ר' חיים הערש האט זיך פארגלייזט די אויגען און אים געזאגט אז ער הערט נישט קיין לשון הרע... און ער האט אים געזאגט, אז דאס אז ער רעדט אפען ברך משה, איז דא אסאך גוטע אידן וואס רעדן אויף אים.
שיין דערלעבט.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/11/2009 02:14:25
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 12:50 |
|
| |
עס איז געווען א פאל ווען איינער איז געקומען צום צדיק'ל און פרובירט צו רעדן מיט אים איבער די ענינים פון די ישיבה האט ער אים גענטפערט אז טאמער די רעדסט א ווארט אויף יאס'ל שווארטץ דעמאלסט גיי שוין ארויס פון מיין שטוב דאס איז דברים כהוייתם ממילא ווער עס זאגט אז עס האט נישט צוטוהן מיט צדיק'ל אליןן דער מזויף מתוכו ווייסט נישט בין ימינו ושמאלו .
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:46 |
|
| |
למען הפונקטליכקייט: 7 יאר צוריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:19 |
|
| |
וואס מיינט מנהל הקרי' אויף רחוב דוד?
איז דאס די לאט וואס זיי האבען געקויפט 6 יאר ציריק?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 23:41 |
|
| |
| שכלדיג כתב: |  | |
איך האב דאס שוין מערערע מאל געשריבן דא ברבים און איך שרייב דאס נאכאמאל צוליב איהר ווארהייט
די מערכה אין די ירושלימ'ער ישיבה האט נישט צוטאן מיט הרב רבי חיים צבי שליט"א פרסענאל, עס איז אַ אינערליכע ויכוח צווישן די הנהלת הישיבה מיט אַ קליינעם טייל פון די בחורים.
|
|
ר' שכלדיג נ"י
איר האט זיך שוין מערערע מאל געמאכט צונאר ברבים, און איך בעט אייך מאכט זיך נישט נאכאמאל צונאר, און שרייבט נישט קיין זאכן וואס צווישן זיי און די ווארהייט איז נישט פארהאן קיין שום שייכות.
יעדער איינער פארשטייט אליין אז ווען די גאנצע זאך וואלט נישט געהאט צו טוהן מיט ר' חיים הערש'ן וואלטן די בחורים נישט געווען משוגע אריינצוזינגען אינמיטן זיין תורה אום יו"ט סוכות, נאר זיי וואלטן ענדערש אראפגעגאנגען צו יאסל שווארצ'ן אין שטוב און אים גוט מסדר געווען ער זאל זיי געדענקען לעד ולנצח, און אז זיי האבן זיך געוואגט און געטוהן אזא שריט און מבזה געווען זייער אייגענעם רב אויף אזא געפערליכן אופן, קען מען זיך פארשטעלן אז ס'האט געהאט א ריכטיגע סיבה.
און לידיעתך, ווער עס ווייסט אביסל וואס ס'טוט זיך אונטער די קוליסן אין ירושלים, ווייסט אז דער עיקר בראך פון ר' חיים הערש'ן איז, דער פאלגענדער פאקט, אז:
יאסל שווארץ איז, ראש הקהל, מנהל המוסדות, מנהל הכולל, מנהל פון די מיידל שולע, מנהל וועד החינוך פון די מוסדות, מנהל הקריה אין רח' דוד, מנהל התאחדות האברכים, בעה"ב אין ביהמ"ד אין רח' יואל, בעה"ב אין ביהמ"ד אין קרית ויואל משה, און אחרון אחרון חביב יד ימינו ונאמן ביתו גבאי ומשמש און יועץ פרטי פון ר' חיים הערש'ן.
און צו דעם אלעמען וויל ער נאך זיין ראש ישיבה, און באקומען געהאלט 2,500 $ א חודש, נו זאגט איר מיר אליין, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס אלעס גייט דארט מיטן פוטער אראפ ?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 19:40 |
|
| |
איך פארשטיי נישט
איז ר' חיים הערשלע נישט ראש הישיבה דארט?
איז יוסף שווארץ נישט זיין יועץ הראשי?
איז יצחק ווייס נישט זיין גבאי און א יוצא ונכנס ביי אים?
ווען ווילסטו דא איין רעדן דיינע שטותים.
ר' חיים הערשלע קוקט אויס ווי די בת היענה, שטעקט זיך די קאפ אין דער ערד, עס האט גארנישט מיט מיר... און מיינט אז ער נער'ט אפ יעדעם און קיינער זעהט אים נישט.
קענסט שוין זאגן בעסער אז ר' שמואל זאנוויל פויגעל איז שולדיג...
|
|
|
|
|