בית פורומים כל העולם כולו

ירושלים: שווארטץ אנגעמקלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2009 08:16 לינק ישיר 

יוסף שווארץ איז גאר א חסיד פארן ברך משה...

עס איז פשוט א מוציא לעז... שקר וכזב...

א טיפיקעל זאלי... יוסף שווארץ איז געווען אזא חסיד פון ברך משה גענוי ווי אלע אהבה מוסתרת חסידים, יאשקע וואלדמאן, קוטשי וואלי, יאקבאוויטשעס, בעק, אלטר משה, שארווינטער וכו'.

גראדע וויל איך דיר זאגן אז נישט נאר איז יוסף שווארץ "געווען" א שונא פאר מרן ברך משה, נאר נאך "היינט" שעלט ער אים צוזאם און רעדט אויף אים כל דבר אסור.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 22:22 לינק ישיר 

 

יעצט באקומען אין אישי עטליכע פרישע פרטים און דעטאלן איבער די לוסטיגע און לעבעדיגע נייעס אין ירושלים, ס'איז ארויף עטליכע שעה צוריק אויפן "אידישן געדאנק", אבער אדאנק די געניטע אויגן פון די געטרייע מנהלים איז דאס גלייך נעלם געווארן.

ווי באוואוסט האט דעם לעצטן דינסטאג חיים הערש זיך אויפגעשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א פייערדיגע דרשה און אנגעשימפט און אנגעזידלט די עלטערע בחורים (19-20) אויף א געפערליכן אופן, באטיטלענדיג זיי אלס "פוחזים וריקים", און "ליידיגייער", און נאך עטליכע פאפולערע טיטלען. ביים ענדע האט ער זיי געווארנט בכח מרא דאתרא זיי זאלן ח"ו נישט קומען דאווענען די וואך אין ישיבה, און זיי זאלן זיך נישט וואגן צו מאכן א מלוה מלכה אליין. (ווי פארשטענדליך אז ס'איז זייער מסוכן אז בחורים פון די סאטמאר ישיבה זאלן זיין אליין אן השגחה ווייל די תוצאות קענען זיין ביטער און פינסטער, און דאס איז געווען די סיבה פון די מחלוקה דעם חוה"מ סוכות דארט)

די ישיבה בחורים בערך ארום 20 חברה האבן טאקע ערליך געפאלגט, און נישט געגאנגען אין ישיבה, וואס זיי האבן אבער יא געטון איז געגאנגען דאווענען אין די לאנדאנער ביהמ"ד "מתיבתא" נישט ווייט פון עזרת תורה געגנט, און זיי האבן געמאכט דארט א מי שברך פארן יונגערן ברודער יעקב בער, צום וואונדער פון אלע מתפללים.

מיט דעם האט זיך נאכנישט געענדיגט די מעשה, מוצ"ש האט זיי אנגערופן א סאטמערער יונגערמאן אייזנבערג פון בית שמש און זיי איינגעלאדנט אויף מלוה מלכה ביי זיך אין שטוב, פארשטייט זיך אז די בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו דעם און זענען גלייך אראפגעפארן אויף בית שמש פראווען מלוה מלכה.

זונטאג צופרי האט אבער חיים הערש זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן קער נעמען פון די מורדים. ר' לייבוש קארניאל פון מתיבתא האט גלייך באקומען א טעלעפאן פונעם נאנט'סטן מענטש צו חיים הערש אונזער באקאנטער איציק'ל90 און האט אים ביטערליך באשייגעצט, היתכן ער איז א נותן יד לפושעים ער לאזט אריין די מתנגדים פון רב אין זיין ביהמ"ד, הרב קארניאל האט אים געפרעגט ווער איז דאס? דער יצחק פונעם אינטערנעט? און גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.

נאכדעם האט הרב אייזנבערג באקומען א טעלעפאן מיט קללות חירופין וגידופין און סטראשונגען אז מ'וועט זיך נוקם זיים אין אים פארוואס ער איז מחזק די צובראכענע בחורים, דער אייזנבערג האט נישט געוואוסט וואס זיי ווילן פון אים, און אויך גלייך פארמאכט דעם טעלעפאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2009 21:15 לינק ישיר 

באקומען אין אישית.

פריש הייסער באריכט

מוצאי שבת האט א יונגערמאן פון בית שמש אנגעפירט  מיט א מלוה מלכה פאר די בחורים,

חיים הערשעלע ההאט געפערליך געווילדיוועט,

נעכטן נאכט איז איז געוועהן א אנגעצויגענע אסיפה פון יוסל שווארטץ מיט יענקי פויגל און משה בן מאיר ראטה און עטליכע פון זייערע נאכשלעפערס וואו מ'האט מחליט געוועהן אז אזוי ווי די שמועה גייט ארום אז ר' יואל וייס דער מנהל הכולל ער האט געגעבן פאר דעם יונגערמאן שטיצע, גייט מען אים ארויסקאפען פון זיין פאסטן, איינמאל פאר אלעמאל.

עס גייט אן א שרעקליכע קאכעניש אין די גאנצע קהלה.

ביטע ארופלייגן איך האב נישט קיין רשות כתיבה.

שכוייח.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 06:45 לינק ישיר 

פרישער באריכט פון ירושלים קומט יעצט אן:

היינט נאכט איז פארגעקומען א ערנסטע מיטונג איבער די שווערע קשיא: וואס טוט מען דא פאר אן עצה ? די גאנצע ירושלימער קהלה דרייט זיך אראפגעלאזט די נאז, און 70 פראצענט וויל נישט ר' חיים הערש אלץ רב אין די קהלה, וואס טוט מען דא ? רבש"ע, וואו געט מען זיך אן עצה ?

האבן די גרויסע קארפן קעפ מחליט געווען (מענדל ואלערשטיין, מיט יאזשעף) אז די עיקר שנאה איז צו יאסל שווארץ און נישט צו ר' חיים הערש, ממילא אז מ'וועט אריינווארפן יאסל'ען אין ים אריין וועלן די שטורמישע כוואליעס איינשטילן אביסל, ובא לציון גואל.

יעצט איז אבער דער עיקר פראבלעם, אז ווען די גאנצע אסיפה איז אריבער צו ר' חיים הערש אין שטוב אים איבערגעבן זייער דעסיזשן, האט ער זיי געלאזט הערן קלאר: אדער בין איך רב און יאסל איז מיט מיר, אדער גיי איך מיט צוזאמען מיט יאסל !!!

יעצט ווייסן זיי נישט וואו זיך אהינצוטוהן, ר' חיים הערש האט אויך געמאכט ביטערע קולות אויף זיי פארוואס זיי האבן נאכנישט ארויסגעווארפן ר' אייזיק ווייס דער מנהל הכולל, נאך וואס ער האט זיך אנגענומען פאר די טמנ'ע בחורים און זיי מחזק געווען.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 16:39:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 08:39 לינק ישיר 

זאלן די בחורים רופן דעם שווארץ צו די''ת... והכל על מקומו יבא בשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2010 17:04 לינק ישיר 

דערמאנונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ירושלים: שווארטץ אנגעמקלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.