נעכטן נאכט זענען פארגעקומען 2 יערליכע דינערס פון צדקת רבי מאיר בעל הנס: אין בארא פארק איז פארגעקומען דער
לאנגיעריגער דינער (באקאנט שוין צענדליגער יארן אלס א' תולדות) לטובת כולל שומרי החומות אין זאל פון עטרת חי' — אין
וומס"ב איז פארגעקומען דער יערליכער דינער (ואס איר דאטום ווערט כסדר געטוישט די לעצטע 10 יאר זייט איר אנהייב) לטובת
כולל חיבת ירושלים אין זאל פון ויואל משה.
נשלח ב-20/11/2009 19:24
מיטן קלויזענבורגער האט ער זיך אזוי ווארים געטראפען - (דאכט זיך מיר אז ער איז גאר א תלמיד פין זיין טאטען)
אין מיט רז''ל נישט..................
לויט ווי ס'קוקט אויס, וויל ער נאכטוהן פשעווארסקע רבי שליט''א
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/11/2009 19:31:04
נשלח ב-20/11/2009 19:21
נשלח ב-20/11/2009 07:56
גייט פרעג די סאטמארע אינגעלייט אין ירושלים אהרונים זאלונים וכו', צו זיי באקומען 1 דאלער פון שמורי החומות ווען זיי מאכן חתונה וכו', די מענטשען לעבן און יעדער קען זיי פרעגן.
קיין איין פעני באקומען זיי נישט!!
פארוואס? ווייל מען ענטפערט זיי די נאצישע תירוץ אז סאטמאר באלאנגט צו רומעניע, ממילא קענען זיי נישט באקומען קיין פעני.
אבער דא אין אמעריקא מיזן די סאטמאר רומענישע זיי געבן געלט...
זאגט מיר א סאטמארער איד, אז ער איז אריין געגאנגען צו כולל שומרי החומות אפיס אין ירושלים בעטן געלט ווייל ער מאכט חתונה און די מצב איז ביטער ווי א זית, ער האט שוין געוואוסט אז זיי געבן נישט פאר א סאטמאר איד, אבער ער האט געטראכט אולי וועט ער קענען באהאלטען דעם פלעק אז ער איז א סאטמארער.
פרעגן זיי אים פון ווי שטאמסטו? זאגט ער אז זיין עלטער זיידע האט געוואוינט אין קאלוב וואס איז אין אונגארן, פרעגן זיי אים און ווי האט זיין זיידע געוואוינט? זאגט ער נאך די חתונה אין פוטנוק וואס איז אויך אין אונגארן. און דיין טאטע? זאגט ער אויך דארט. אקעי טא אלעס שטימט א מחי' אונגארן שבהונגריה.
די וועלט זאגט "אויב די קענסט נישט קיין עברי כאפ נישט דעם ברעטל"...
יענקל, יונה, וואלן, ענק זענען עמייראצים פון ערשטן קלאס ווען די נושא איז כולל רמבה"נ!
ביידע סיי חיבת און סיי שמורי החומת האבן אין זייערע כוללים אלעס אין איינעם אפשר 50 אינגעלייט!
די נאמען איז טאקע "כולל" אבער דאס ארבעט נישט אזוי ווי די כוללים וואס די קענסט, זיי ארבעטן אויף א סיסטעם ווי יעדער נצרך יעדע אלמנה יעדע אינגערמאן וואס מיטשעט זיך קען אויספילן א "פראגע בויגן" מיט די נעמען פון זיין גאנצע משפחה מיט די קינדער מיט די נומערן פון "תעודת זהות" (סאשעל סעקיורעטי נומער), און די כולל טייטל 4 מאל א יאר טשעק'ס, נישט קיין חילוק אין וועלכע כולל מ'לערנט, אין אפילו מ'לערנט נישט אין כולל בכלל! מ'קען אפילו זיין א מלמד אין ליבאוויטש אדער א עסיסטענט קינדערגארטן רבי אין ברסלב, ווילאנג דער זיידע דיינער איז געווען א אונגארישער און די בעטסט ביי שמורי החומות באקומסטו 4 מאל א יאר א טשעק די סכום איז געוואנדען לויט וויפיל קינדערלעך די האסט און לויט וויפיל די פארדינסט. און ווילאנג דיין זיידע איז געווען א גאליציאנער באקומסטו פון חיבת ירושלים כנ"ל...
א סאטמארער אינגערמאן באקומט פון שומרי החומות!
ענקערע אלע אנדערע הגהות זאלט איר מיר מוחל זיין איז קינדיש און נאריש איך גיי נישט ענטפערן בפרט וועגן ניק.
כולל שומרי החומות גיט נישט פאר סאטמארע אינגעלייט !
זיי האבן א תירוץ, סאטמאר איז ראמעניע, און שומרי החומות איז נישט קיין רומענישער כולל !
סתם ליצים, צו פרעסן און מעלקן דעם ציבור זענען זיי דא, צו געבן, איז שוין בעסער שלמה מייער'ס טאש !
נשלח ב-18/11/2009 17:11
נפל כתב:
מ'קען זיך טענה'ן 500 שעה און נישט פערטיג ווערן.
למעשה האבן ביידע געהאט א עולם און ביידע האבן געהאט א שיינע הכנסה. נישט דאס איז די עיקר ווייל דאס פארגעסט מען גאנץ שנעל און ס'איז נישט נוגע למעשה וואס ס'איז יא נוגע למעשה איז אז סוף דבר איז דאס ווייטער א פארלוסט פאר די ארוינים און דאס אלעס מיט זייערע אייגענע מעשים. סאטמאר קען זיך נישט ערלויבן צו שטיצן חיבת ווייל דאס איז א גאליציאנע כולל, ווען א סאטמארער אינגערמאן אין ארץ ישראל בעט ביי זיי תמיכה שיקט מען אים לופטערן. די פאלץ ווי א סאטמארער באקומט תמיכה איז שומרי החומות א סאטמארער איז ביי שמורי החומות די אונגארישע כולל און דאס האבן די ארוינים יעצט גענצליך פארלוירן, ס'איז נישט אפגעפרעגט אז די כולל וועט מער נישט געבן תמיכה פאר ארוינים צוליב דעם וואס ארוינים שטיצן זיי נישט. דאס מיינט אז א ארוינישער אינגערמאן אין ארץ ישראל קען זיך געזענגענען פון רמבה"נ תמיכה פון אלע צדדים. יעצט איז שוין ר' אהרן זיכער גערעכט פארן זאגן אז מ'דארף שטיצן די "סאטמארע כולל אינגעלייט" און נישט די רמבה"נ כוללים.
דער נפל כשמו כן הוא, איך ווייס נישט צו ער איז דרייסיג טאג אלט, אבער רעדן רעדט ער ווי א תינוק בן יומו, האבן טאקע אלע קוינסער בויעס אזא פראצענט איי קיו
ווער קען מיר שרייבן דא איין נאמען פון א סאטמארע יונגערמאן וואס לערנען אין כולל שומרי החומות
פאר א סיבה איז דאך דא דער כולל מצוינים, און ביי די זאליס דער כולל יטב לב
אין אנדערע ווערטער, א סאטמארע אינגערמאן, אפגעזען ווי ער באלאנגט, קען ער ערווארטן שטיצע פון כושה"ח אזויפיל ווי פון חיבת ירושלים
נאר וואס, מען האט עס געשטיצט אלס עניי א"י, איז דאך חיבת ירושלים פונקט אזוי עניי א"י בנוסף לזה אז זיי שפילן נישט קיין פאליטיק
נשלח ב-18/11/2009 04:50
חובת ירושלים זאגט אזא סוקסעס האט ער זיך נישט געראכטן
די בילד איז געכאפט פין די לינקע זייט, אין מ'זעהט נישט די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען אויף די רעכטע זייט גלייך ווי מ'קומט אריין
כ'ווייס נישט אויב חיבת ירושלים האט שוין געהאט אזא עולם ביי זייער וומ''ס דינער
נשלח ב-18/11/2009 01:38
כ'האב אמאל נישט פארשטאנען די אויסדריק: די רעדסט ווי א נפל
נשלח ב-17/11/2009 23:42
מ'קען זיך טענה'ן 500 שעה און נישט פערטיג ווערן.
למעשה האבן ביידע געהאט א עולם און ביידע האבן געהאט א שיינע הכנסה. נישט דאס איז די עיקר ווייל דאס פארגעסט מען גאנץ שנעל און ס'איז נישט נוגע למעשה וואס ס'איז יא נוגע למעשה איז אז סוף דבר איז דאס ווייטער א פארלוסט פאר די ארוינים און דאס אלעס מיט זייערע אייגענע מעשים. סאטמאר קען זיך נישט ערלויבן צו שטיצן חיבת ווייל דאס איז א גאליציאנע כולל, ווען א סאטמארער אינגערמאן אין ארץ ישראל בעט ביי זיי תמיכה שיקט מען אים לופטערן. די פאלץ ווי א סאטמארער באקומט תמיכה איז שומרי החומות א סאטמארער איז ביי שמורי החומות די אונגארישע כולל און דאס האבן די ארוינים יעצט גענצליך פארלוירן, ס'איז נישט אפגעפרעגט אז די כולל וועט מער נישט געבן תמיכה פאר ארוינים צוליב דעם וואס ארוינים שטיצן זיי נישט. דאס מיינט אז א ארוינישער אינגערמאן אין ארץ ישראל קען זיך געזענגענען פון רמבה"נ תמיכה פון אלע צדדים. יעצט איז שוין ר' אהרן זיכער גערעכט פארן זאגן אז מ'דארף שטיצן די "סאטמארע כולל אינגעלייט" און נישט די רמבה"נ כוללים.
נשלח ב-17/11/2009 22:20
די נ''מ איז פשוט, ווי יעדער פארשטייט
יענע מוסד, האט קלאר געוויזען אז פאר אים איז וויכטיגע צו ניצען די געלט וואס קומט אריין אין שטיצען א שמיציגע צייטונג, נא! אינזער געלט זאל ער נישט ניצען פאר דעם.
אין דאס איז געווען נאך א קלארע בריוו פין קהל אין ק''י עטליכע וואכען פאר די תקנה איז אריין אין קראפט
משא''כ דא רעדט מען פין מוסדות וואס האבען אפגעמאכט אז אין ליכט פין די תקנה, ''הערן זיי אויף צו לייגן אין צייטונגען'' אין וויבלאד זיי גייען נישט לייגען אין דער איד גייען זיי אויך נישט לייגען אין דער בלאט, אין זיך האלטן ''גענצליך נייטראל פינקט ווי פארדעם''
סוי זייער גאנצע חטא איז: זיי האבען נישט אדווערטייזט אין דער איד............