|
|
| נשלח ב-17/11/2009 23:42 |
|
| |
מ'קען זיך טענה'ן 500 שעה און נישט פערטיג ווערן.
למעשה האבן ביידע געהאט א עולם און ביידע האבן געהאט א שיינע הכנסה. נישט דאס איז די עיקר ווייל דאס פארגעסט מען גאנץ שנעל און ס'איז נישט נוגע למעשה וואס ס'איז יא נוגע למעשה איז אז סוף דבר איז דאס ווייטער א פארלוסט פאר די ארוינים און דאס אלעס מיט זייערע אייגענע מעשים. סאטמאר קען זיך נישט ערלויבן צו שטיצן חיבת ווייל דאס איז א גאליציאנע כולל, ווען א סאטמארער אינגערמאן אין ארץ ישראל בעט ביי זיי תמיכה שיקט מען אים לופטערן. די פאלץ ווי א סאטמארער באקומט תמיכה איז שומרי החומות א סאטמארער איז ביי שמורי החומות די אונגארישע כולל און דאס האבן די ארוינים יעצט גענצליך פארלוירן, ס'איז נישט אפגעפרעגט אז די כולל וועט מער נישט געבן תמיכה פאר ארוינים צוליב דעם וואס ארוינים שטיצן זיי נישט. דאס מיינט אז א ארוינישער אינגערמאן אין ארץ ישראל קען זיך געזענגענען פון רמבה"נ תמיכה פון אלע צדדים. יעצט איז שוין ר' אהרן זיכער גערעכט פארן זאגן אז מ'דארף שטיצן די "סאטמארע כולל אינגעלייט" און נישט די רמבה"נ כוללים.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:38 |
|
| |
כ'האב אמאל נישט פארשטאנען די אויסדריק: די רעדסט ווי א נפל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:43 |
|
| |
ביים חיבת ירושלים דינער
באקומען אין אישי
עטליכע בילדער
די בילד איז געכאפט פין די לינקע זייט, אין מ'זעהט נישט די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען אויף די רעכטע זייט גלייך ווי מ'קומט אריין
כ'ווייס נישט אויב חיבת ירושלים האט שוין געהאט אזא עולם ביי זייער וומ''ס דינער
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:45 |
|
| |
כ'האב פראבלעמן מיט די אנדערע בילדער - קוקט אויס ווי עפעס גייט פאר מיט היידפארק סערווער
כ'האף עס שפעטער ארויף צו לייגען
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 04:50 |
|
| |
חובת ירושלים זאגט אזא סוקסעס האט ער זיך נישט געראכטן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 17:11 |
|
| |
| נפל כתב: |  | מ'קען זיך טענה'ן 500 שעה און נישט פערטיג ווערן.
למעשה האבן ביידע געהאט א עולם און ביידע האבן געהאט א שיינע הכנסה. נישט דאס איז די עיקר ווייל דאס פארגעסט מען גאנץ שנעל און ס'איז נישט נוגע למעשה וואס ס'איז יא נוגע למעשה איז אז סוף דבר איז דאס ווייטער א פארלוסט פאר די ארוינים און דאס אלעס מיט זייערע אייגענע מעשים. סאטמאר קען זיך נישט ערלויבן צו שטיצן חיבת ווייל דאס איז א גאליציאנע כולל, ווען א סאטמארער אינגערמאן אין ארץ ישראל בעט ביי זיי תמיכה שיקט מען אים לופטערן. די פאלץ ווי א סאטמארער באקומט תמיכה איז שומרי החומות א סאטמארער איז ביי שמורי החומות די אונגארישע כולל און דאס האבן די ארוינים יעצט גענצליך פארלוירן, ס'איז נישט אפגעפרעגט אז די כולל וועט מער נישט געבן תמיכה פאר ארוינים צוליב דעם וואס ארוינים שטיצן זיי נישט. דאס מיינט אז א ארוינישער אינגערמאן אין ארץ ישראל קען זיך געזענגענען פון רמבה"נ תמיכה פון אלע צדדים. יעצט איז שוין ר' אהרן זיכער גערעכט פארן זאגן אז מ'דארף שטיצן די "סאטמארע כולל אינגעלייט" און נישט די רמבה"נ כוללים. |
|
דער נפל כשמו כן הוא, איך ווייס נישט צו ער איז דרייסיג טאג אלט, אבער רעדן רעדט ער ווי א תינוק בן יומו, האבן טאקע אלע קוינסער בויעס אזא פראצענט איי קיו
ווער קען מיר שרייבן דא איין נאמען פון א סאטמארע יונגערמאן וואס לערנען אין כולל שומרי החומות
פאר א סיבה איז דאך דא דער כולל מצוינים, און ביי די זאליס דער כולל יטב לב
אין אנדערע ווערטער, א סאטמארע אינגערמאן, אפגעזען ווי ער באלאנגט, קען ער ערווארטן שטיצע פון כושה"ח אזויפיל ווי פון חיבת ירושלים
נאר וואס, מען האט עס געשטיצט אלס עניי א"י, איז דאך חיבת ירושלים פונקט אזוי עניי א"י בנוסף לזה אז זיי שפילן נישט קיין פאליטיק
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 18:43 |
|
| |
ס'איז שוא ושקר:
כולל שומרי החומות גיט נישט פאר סאטמארע אינגעלייט !
זיי האבן א תירוץ, סאטמאר איז ראמעניע, און שומרי החומות איז נישט קיין רומענישער כולל !
סתם ליצים, צו פרעסן און מעלקן דעם ציבור זענען זיי דא, צו געבן, איז שוין בעסער שלמה מייער'ס טאש !
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 18:55 |
|
| |
די וועלט זאגט "אויב די קענסט נישט קיין עברי כאפ נישט דעם ברעטל"...
יענקל, יונה, וואלן, ענק זענען עמייראצים פון ערשטן קלאס ווען די נושא איז כולל רמבה"נ!
ביידע סיי חיבת און סיי שמורי החומת האבן אין זייערע כוללים אלעס אין איינעם אפשר 50 אינגעלייט!
די נאמען איז טאקע "כולל" אבער דאס ארבעט נישט אזוי ווי די כוללים וואס די קענסט, זיי ארבעטן אויף א סיסטעם ווי יעדער נצרך יעדע אלמנה יעדע אינגערמאן וואס מיטשעט זיך קען אויספילן א "פראגע בויגן" מיט די נעמען פון זיין גאנצע משפחה מיט די קינדער מיט די נומערן פון "תעודת זהות" (סאשעל סעקיורעטי נומער), און די כולל טייטל 4 מאל א יאר טשעק'ס, נישט קיין חילוק אין וועלכע כולל מ'לערנט, אין אפילו מ'לערנט נישט אין כולל בכלל! מ'קען אפילו זיין א מלמד אין ליבאוויטש אדער א עסיסטענט קינדערגארטן רבי אין ברסלב, ווילאנג דער זיידע דיינער איז געווען א אונגארישער און די בעטסט ביי שמורי החומות באקומסטו 4 מאל א יאר א טשעק די סכום איז געוואנדען לויט וויפיל קינדערלעך די האסט און לויט וויפיל די פארדינסט. און ווילאנג דיין זיידע איז געווען א גאליציאנער באקומסטו פון חיבת ירושלים כנ"ל...
א סאטמארער אינגערמאן באקומט פון שומרי החומות!
ענקערע אלע אנדערע הגהות זאלט איר מיר מוחל זיין איז קינדיש און נאריש איך גיי נישט ענטפערן בפרט וועגן ניק.
נ.ב. מיין ניק האט גארנישט מיט א נפל, דאס איז א ראשי תיבות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 23:21 |
|
| |
פארצייל ביטע ווייטער אויך......
וויפיל געבן זיי פער מענטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 01:48 |
|
| |
reyankel
א גרויסן שכח פארן ברענגען דעם מעכטיגן בילד פון חיבת דינער. איך אין דיין פלאץ וואלט זיך געשעמט צו ברענגען אזא בילד וואס דארף הייסן אלס א הצלחה.
קוק אין "אתרוג" וועסטו זען אז זיי האבן קיין איין בילד פונעם עולם, זעט אויס ווייל עס איז געווען צו א גרויסע הצלחה...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 01:52 |
|
| |
טאקע אויס געשפילט געווען ווייל אתרוג האט נישט קיין בילד.
דוד'ל זע דיין ביק זאל אדווערטייזן זיין טיש פרייטאג צי נאכט'ס א יעדע וואך אין דער איד
דעמאלס וועט זיין ברור אז ער וועט האבן מיליאנען מענטשן.
אין נישט מיזן האבן קיין בושות וואך איין אין וואך אויס פין פיסטע ליידיגע טישן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 07:56 |
|
| |
גייט פרעג די סאטמארע אינגעלייט אין ירושלים אהרונים זאלונים וכו', צו זיי באקומען 1 דאלער פון שמורי החומות ווען זיי מאכן חתונה וכו', די מענטשען לעבן און יעדער קען זיי פרעגן.
קיין איין פעני באקומען זיי נישט!!
פארוואס? ווייל מען ענטפערט זיי די נאצישע תירוץ אז סאטמאר באלאנגט צו רומעניע, ממילא קענען זיי נישט באקומען קיין פעני.
אבער דא אין אמעריקא מיזן די סאטמאר רומענישע זיי געבן געלט...
זאגט מיר א סאטמארער איד, אז ער איז אריין געגאנגען צו כולל שומרי החומות אפיס אין ירושלים בעטן געלט ווייל ער מאכט חתונה און די מצב איז ביטער ווי א זית, ער האט שוין געוואוסט אז זיי געבן נישט פאר א סאטמאר איד, אבער ער האט געטראכט אולי וועט ער קענען באהאלטען דעם פלעק אז ער איז א סאטמארער.
פרעגן זיי אים פון ווי שטאמסטו? זאגט ער אז זיין עלטער זיידע האט געוואוינט אין קאלוב וואס איז אין אונגארן, פרעגן זיי אים און ווי האט זיין זיידע געוואוינט? זאגט ער נאך די חתונה אין פוטנוק וואס איז אויך אין אונגארן. און דיין טאטע? זאגט ער אויך דארט. אקעי טא אלעס שטימט א מחי' אונגארן שבהונגריה.
און ווי באלאנגסטו? זאגט ער ער גייט ווי אימער. ווי דאוונסטו? שוין קיין ליגענט טאר מען נישט זאגן, זאגט ער אונטערן נאז, אין משכנות הרועים צומאל. און ווי נאך קומט די ביטערע שאלה? אין סאטמאר...! אהא זאגן זיי מיט א ציניסטישען שמייכל. און ווי שיקסטו דיינע קינדער? אין סאטמאר.
אהא אזוי!!! זענט איר דאך א רומענישער... ווייל סאטמאר איז אין רומעניע, טא מיר קענען נאר געבן לויט די תקנת פאר אונגארישע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 19:21 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 19:24 |
|
| |
מיטן קלויזענבורגער האט ער זיך אזוי ווארים געטראפען - (דאכט זיך מיר אז ער איז גאר א תלמיד פין זיין טאטען)
אין מיט רז''ל נישט..................
לויט ווי ס'קוקט אויס, וויל ער נאכטוהן פשעווארסקע רבי שליט''א
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/11/2009 19:31:04
|
|
|
|
|