| נשלח ב-18/11/2009 00:33 |
|
| |
פאול: ווי לאנג נאך וועלן די סאטמורים אפזיצן און קארטס
זייט די אויסבראך פון די מחלוקה, זענען שוין געשווענדעט געווארן מיליאנען דאלארן אידיש געלט פון ביידע צדדים,
ביז די אלבעני פסק זענען די אהרוניס געווען די תובעים, די לעצטע יארן זענען די זאליס, קיינער האט נאך קיינמאל געווינען עפעס ממשות, און כהיום יום איז מען נאך טיף טיף פארזונקען אין קארט, יעדער שרייט תורה הק', יעדער שרייט מסרבים לדין, די וועלט שטייט און א זייט אדער לאכט אריין א גוטס, אדער זענען פארווייטאגט
מיין שאלה איז ווען וועט מען שוין איינזעהן אז גענוג איז גענוג, וויפיל יאר נאך וועט מען זיך אויפוועקן אז קארט ארבעט נישט.
דא איז די אויסוואלן ביז וועלכן יאר מ'עט נאך אלס רעדן "ברעיקינג" קארט נייעס אויף היידפארק:
א. תשע"ה
ב. תש"פ
ג. תש"צ
ד. ת"ת
ה. תת"י
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 01:06 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | | די דריטע בי"ד איז געווען הרב מאנדל, די זאלוני רב אין מאנרא, ער איז געווען פון די וואס האבן מקדש געווען זייער ביה"ח אין מאנרא |
|
אין די בי''ד האבען זיי געקליבן, ווייל יעדער געדענקט ווי אלע רבנים בראשות מרן רבינו שליט''א האבען שארף פארדאמט זיינע פעולות ביי די גיורת סקאנדאל, ביי די אסיפה וואס רבינו שליט''א האט פאררופן ווי עס האבען זיך באטייליגט די גרעסטע רבנים פין אמעריקע
אין האט נאכגעפאלט מיט א אסיפה דורך התאחדות, (ווי רז''ל האט זיך נעבעך אזוי צינארגעלייגט ביי די קול קורא)
עכ''פ, ענק האבען פארגעשלאגען תנאים וואס ענק האבען געוויסט אז קיין איין בע''ד וועט אויף דעם נישט איינגיין
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 08:09:14
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 00:29 |
|
| |
די דריטע בי"ד איז געווען הרב מאנדל, די זאלוני רב אין מאנרא, ער איז געווען פון די וואס האבן מקדש געווען זייער ביה"ח אין מאנרא
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 08:08:59
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 23:57 |
|
| |
נפל די לייקענס פשוט'ע פאקטען!!!!
די ווייסט גאנץ גיט אז מ'האט ענק גערופן צו די''ת אין וומ''ס אין ענק האבען מסרב געווען, מיט ת' וואס איז נאך פאר קיין איין נתבע נישט בייגעפאלען,
(וואס די זאגסט אז ענק האבען געגבן א אויסוואל פין 3 בתי דינים, 1) ענק האבען א קורצה צייט דערנאך ציריקגעצויגען ווי פערלשטיין האט מודה געווען ברבים 2) דארט האט מען געקענט זעהן ווער ענק זענען אין ווי שטארק ענק ווילן נישט די''ת, ענק האבען מציע געווען ''משפט שלום'' וואס יעדער ווייסט וויפיל פיטער אויפן קאפ זיי האבען נאכדעם וואס די 10 שטערקסטע בתי דינים אין אמעריקא זענען אפען ארויסגעקומען קעגן זיי, ואין כאן מקומו להאריך ווייל זייער לעטערהעד האט שוין היינט נישט קיין שווית אפי' ביי ענקערע מענטשן,
ר' יחזקא' ראטה'ס בי''ד, האבען ענק מציא געווען ווייל ענק ווייסען ווי שטארק ר' יצחק שטיין האט אינז ליעב ציליב זיין טאטען'ס מעשים, אין מיר האבען געזאגט אז מיר זענען גרייט אבער זעלבס פארשטענדליך אז ער קען נישט זיין פין די דיינים, אין די דריטע בי''ד געדענק איך נישט ווער ס'איז געווען אדרבה דערמאן מיך)
די ווייסט גאנץ גיט אז ווען ענק האבען ג'טענה'ט איז מיר זענען אין קארט שלא ברשות בי''ד האט מען זיך פארגליכען דורך ר' ישראל דוד צו ווייזען די היתר פאר ווינער רב, אין עד היום הזה שעלטן ענק ווינער רב פאר'ן עס באשטעטיגען.
די ווייסט גאנץ גיט אז אין ב''פ און ב''ב אין און אלע אנדערע פלעצער האבען מיר פין די ערשטע מיניט געזאגט אז מיר זענען גרייט צו גיין צו די''ת, ווי טאריטקאווע בי''ד אין בד''ץ בני ברק זאגען אויף אינז עדות, אין דאך האבען ענק געקלאגט אין קארט.
די ווייסט גאנץ גיט אז ענק זענען יעצט אין קארט אויפן ביה''ח אן דעם וואס איר זאלט רופן די ח''ק צו די''ת
די ווייסט גאנץ גיט וויפיל נאך ליגענטס די ווארפסט אריין אין די לעצטע פאר תגובות,
אין אלע רבנים אין עסקנים וואס האבען שוין פראבירט צו ברענגן די סוכסוך צו די''ת זענען געבליבן ביים זעלבן אויספיר אז ''צד רז''ל וויל נישט גיין צו די''ת''
צו באשטעטיגען קענסטו זיי אליין פרעגן, צו הג''ר ישראל דוד הארפענעס, צו הרב שווייד, צו סיי ווער ס'געווען אינוואלווד.
והעיקר:
קהל האט ענק מציע געווען, א פארשלאג
ענק האבען דאך טענות, אויב ענק זענען מחיוב בכלל זיך צו שטעלן ביי א ערליכע בי''ד, אין נאך משונה'דיגע ת',
נו! לאמיר צאמשטעלן א זבל''א פין 3 חו''מ דיינים, אין הערן וואס דער שו''ע זאגט
בנוגע: אין נזקקין, תהלוכות הקהילה, וכי' אין לויט ווי יענע דיינים וועלן פסק'נן וועלן מיר אויסוועלן א בי''ד והכל על מקומו יבא בשלום אין מ'וועט זיך שטעלן צו די''ת.
אין מ'ווארט נאך היינט אויף א ענטפר פין ענק.........
דריי נישט קיין קאפ, ענק האלטן נישט ביים דערלייגען אלע בנינים אין וומ''ס אין ענק האלטען נישט ביים דערלייגען די גאנצע די''ת אין די גאנצע וועלט וועט זעהן אז דיין רבי ובית דינו זענען פיסטע גנבים וגזלנים.
אגב, זיי מיר מסביר פארוואס אויב איז דא סוכסוך לגבי די בנינים אין וומ''ס, זאל מען מיזען זיך מפשר זיין נאר דורך ענק געבן בילדינגס אין ק''י? וואס זענען די ק''י יודן שילדיג?
אז איר האט א תביעה אין ק''י קענט איר זיי גערן רופן צו די''ת כ'גלייב זיי וועלן גלייך גיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 19:30 |
|
| |
זאג, וואס איז נייעס און טאהש?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 19:22 |
|
| |
הה"ד ווען מען קומט אן צו א דעד ענד
טאקע וועגן דעם האב איך זיך נישט געוואלט לאזן אריינציען אין קינדישע וויכוחים, זייט איך בין אויף הייד פארק האב איך געזען אז דאס איז א אפיציעלע מהלך... פארדרייען די שמועס זיך נעמען רעדן וועגן אנדערע נושאים... ווייל ווען מ'בלייבט שטיין אויפן פינטל... בלייבסטו מיטן צינג אינדרויסן.
איך האב נישט ערווארטעט אז די זאלסט אנדערש ענדיגן די שמועס.
די האסט טאקע נישט ערווארטעט איך זאל פארשטיין און עס איז נישט דא "וואס" צו פארשטיין, מ'רעדט דא פון "פאקטן" נישט פון "הבנות"
איך האב שוין גערעדט דא מיט רוב אהרוינים קיינער האט מיר נאך נישט געקענט ברענגען א "כתב סירוב" אדער א "היתר הליכה לארכאות" קעגן די זאליס...! דאס מיינט אז ווען איינער דא שרייבט אויף די זאליס מסרבים לדין איז דאס א "רצון" מער ווי א "מציאות".
אדרבה, ברענג מיר א "היתר הליכה לערכאות" אדער א "כתב סירוב" און איך פעקל זיך איין. (חוץ נאווארדיק אזוי ווי אויב דערמאנט).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 19:10 |
|
| |
איך האב נישט ערווארטערט אז דו זאלסט פארשטיין,
און מיט דעם ענדיג איך!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 18:55 |
|
| |
פארשטיי די האסט גארנישט מוסיף געווען. "יעדער" ווייסט מאכט נאך נישט קיין פאקטן, איך ווייס אז די ארוינים האבן אריינגעשלעפט סאטמאר אין ערכאות שלא ברשות בי"ד! ווילאנג די איבערצייגסט מיך נישט מיט א "היתר עראות" קענסטו נישט טוישן די פאקט!
נ.ב. איך מיין אז מיט די פאר שורות האב איך גענטפערט אויף דיין גאנצע תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 18:37 |
|
| |
עכט שהעם איך מיר זייער זיך צו פארמעסטען מיט הרב נפל,
איין קליינע נקידה,
די אהרוינים ''זאגען כאטש'' אז זיי ווילען גיין צו די ד''ת:
די זאליס זאגען קלאר אז זיי ווילען ''נישט'' גיין צו די ד''ת,
ווייל דער ברך משה האט געזאגט אז דוד עקשטיין איז א גוי, ממלא דארף מען נישט,
אדער ווייל דער וויל נישט אונטער שרייבער און יענער וויל נישט, דייני קהלתינו, ב''ד חקר הלכה, אד''ג,
דו אונטערשטע שירה איז אז דער זאלי שרייט הויעך אז ער וויל נישט קימען צו די תורה, און ער וויל נאר גיין און קארט,
און דער אהרויני הערט נישט אויף צו ברעטעשענען אז ער וויל נאר ד''ת!
אלזא וואס איז די וויכיח דא?
2 דער נפל איז א נייער דא, דעריבער ווייסט ער נישט אז מען האט שוין די דאזיגע זאכען אויסגעקנעטען טיזענטער מאל דא אויפן פארק, און עס איז ביי רוב שרייבער און ליינער ארוינים און זאלוינים צו גלייך, ברור כשמש ווער עס וויל יא גיין צו ד''ת, און ווער נישט,
ר' נפל'לע איז גוט אויסגעקנעטען און די טאהשער פאליטיק, זיין עקספערטיז פארלאנג זיך ביי די טאהשער מחלוקה,
וואס עס טיט זיך און סאטמאר, צו ווער עס וויל יא, און ווער עס וויל נישט, גיין צו ד''ת, לאז פאר די וואס קענען דער סיגיא
החותם בכבוד מר' פארשטיי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 18:08 |
|
| |
אויב פארשטייסטו נישט אויפן ווינק וועל איך זאגן קלאר, איך גיי זיך נישט וויסענדיג מאכן פון קינדישע אטאקעס און קליין קעפיגע וויכוחים ווי לדוגמא דאס וואס די שרייבטס "זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?" מארגן גייען פראטעסטירן "בני יואל" דיין שרייבן "געווינער זאליס" איז א קינדישע שכל, א אופן פון מישן אין טאפ צו פארדרייען א קאפ, די מארגענדיגע פראטעסט האט מיטן ביה"ח קיין שום קשר. דאס איז א אינערליכע בני יואל-ארוינים פאליטיק.
אויב וועל איך זיך אפשטעלן גלייך צומאכן די פאקטן וועל איך נישט אנקועמן אין ערגעץ דעריבער וועל איך איגנארירן די קינדישע טאקטיקן.
[quote]א גיט מארגן הער נייפעלע!!!
וויאזוי זאגסטו? די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה ווייל...
אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג,
אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע
צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס,
נייפעלע, זאג דאס נאכאמאל איבער שטאטעלעך, און האלט די איין פין לאכן,
זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?, ווער אפיעלט די קארט דעסיזשאנס,
די פארלירער די אהרונים, אדער די געווינער די זאליס, הא?,
ווער שעלט יומם ולילה די פארלירער די אהרונים אדער די געווינער די זאליס?,
נעם דיר אריין אין קאפ, מיר זענען ב''ה זייער צופרידן כמו שהוא,
מיר זענען זייער שטארק גרייט פאר א סיס פייער פאר א וואפן אפשטאנד,
דאס פארלאנגן צו גיין צו דין תורה איז נישט ווייל מיר זענען נישט צופרידן,
נאר ווייל אזוי האט די תורה הקדושה געהייסן,
''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'', איז נישט עפעס א איסור אויף בני יואל,
וואס עקספייערט (לדעתכם), ס'איז נישט עפעס א שטיינזאלץ חומרה, וואס
האט שוין לאנג אויסגעוועפט, ס'איז נישט עפעס א הלכות עירובין וואס איז שוין
נישט שייך בזמן הזה (לדעתכם הכוזבת), ניין די תורה איז א ניצחית,
און פון דעי וואן, פונעם ערשטן טאג האבן מיר געשריגן, לאמיר גיין צו דין תורה,
אין יעדן קארט פאפיר האבן מיר געשריבן שווארטץ אויף ווייס אז מיר ווילן נישט זיין
דא לפני עכו''ם, מיר ווילן גיין צו דין תורה און איר האט גענטפערט אז איר ווילט נישט
גיין צו דין תורה, סא, ווער איז דער מרים יד בתורה משה?, ווער איז דער נקרא רשע?
וואס מיינסטו די וועלט קאלעכט שוין?, די וועלט ווייסט נישט דעם אמת? יעדער ריכטער
ווייסט היינט צו טאג אז די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה און די זאליס ווילן נישט,
יעדן טאג האבן זיי א פריש געבאקענעם תירוץ, איינמאל איז דאס תהלוכי הקהילה,
איינמאל הייסט דאס אביסעלע טינט, איינמאל הייסט דאס אין נזקקין, אבער הצד השווה
שבהן, איר ווילט נישט גיין צו תורה, סא, האסט א ברירה, אדער ברעכסטו דיך און וועסט
בדלית ברירה עובר זיין אויף די עבירה החמורה בתורה און גיין צו דין תורה, אדער קענסטו
שרייען חי וקיים, גזלנים חמסנים, שפארן צו א בית המדרש וכו' יא, איר קענט גיין פראטעסטירן, שעלטן, שפייען בלוט, אבער ליגן וועט איר נאך אלץ מאחורי הגדר כקבורת חמור,
מיר זענען נישט בלינד און מיר זענען נישט דום, מיר ווייסן די אמת'ע סיבה פארוואס איר
ווילט נישט גיין צו דין תורה, פשוט מאוד, דער קארט קען זיך און טאר זיך נישט אריין מישן
אין רעליגיע, במילא קען מען נישט דן זיין אויף ענקערע גניבות וזיופים, איר ווייסט גאנץ גיט
אז די מינוט וואס איר גייט צו דין תורה איז ענקער גאנצע ראביסטעווע אין דזשעפערטי,
פארוואס האט איר פארלאנגט בתוקף ווען איר האט גערופן קהל צו דין תורה אין קרית
יואל בנידון דעם הויז אויף אוהעל קארט, האט איר זיך אויסגענומען אז מען טאר נישט
רעדן בנידון הרבנות, און ווען דער בית דין האט דאס צוריק געוויזן זענט איר פארשווינדן,
פארוואס? ווייל ענקער גאנצער רבנות איז יסודו בשקר, און איר ווייסט גאנץ גיט אז ביי א
דין תורה גייט איר דאס פארלירן און דאס איז די סיבה פון ענקער נישט וועלן לדון בדייני
ישראל,
אבער נייפעלע זיסער, איך וויל דיך בארוהיגן, דו ביסט דאך פון די הויפט שישקעס ביי די
זאליס, אמת?, איך ווייס טאקע נישט פונקטליך ווער דו ביסט , אבער איך בין גאנץ זיכער
אז די ביסט פון די הויפטן, אדער ביסטו משה גבאי אליין, אדער ליפא ט''ב,
אדער גאר זלמן לייב בכבודו ובעצמו, איך ווייס טאקע נישט, אבער דאס איז זיכער אז
אויב ביסטו נישט איינער פון די דערמאנטע ביסטו גאנץ זיכער פון זייערע נאנסטע
יוצאי משרתים, וויל איך דיך בארוהיגן, מיר גייען נישט דן זיין בענין הרבנות,
חס ושלום ורחמנא לישזבי מיר זאלן צוריק באקומען דיקרעציגע, (היו לא תהי') ניין,
מיר ווילן נישט האבן קיין לעפקעלעך אדער יאקאבאוויטש'לעך במחנינו, יהי לך
אשר לך, מיר האבן ב''ה א חסידות פון כולו ממתקים וכולו מחמדים, כולם טהורים, שמן זית זך,
עידית שבעידית, ניין, מיר דארפן נישט צוריק די אלע פענסטער ברעכער אוןטייער שניידערס,
מיר דארפן נישט צוריק קיין ילד שעשועים אנצינדערס, ניין, זאלן די מחוצפים בלייבן
ביי אייך, מיר ווילן נאר דן זיין אויף די עצים ואבנים, די נכסי הקהילה, דאס און נאר דאס איז אונזער תביעה, און נאר פון דעם ווילן מיר רעדן ביי דין תורה, און נישט פון אייער ראביסטעווע,
און דאס איז נאר אויב דארף מען זיך ווייטער שלאגן, אויב ווילט איר אראפ לייגן דאס געווער
און ערקלערן א סיס פייער, זענען מיר אלע מסכים אז אלעס זאל בלייבן ווי יעצט, איר קענט
אין קרית יואל, אין בארא פארק און אין בני ברק, טוהן וואס מיר האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, מאנסי און ירושלים, זיך אליין בויען, און דאס איז דאך די בעסטע פשרה, איר
באקומט די בנינים אין וויליאמסבורג וואס איז ווערט 600 דאלאר א סקווער פיס און מיר בלייבן
מיט די בנינים אין קרית יואל וואס איז נישט מער ווערט ווי 100 דאלאר א סקווער פיס.
איך האלט נייפעלע, אז טראץ וואס דו שרייבסט דיינע שקרים הונדערטער מאל גלייבסטו
נאך אלץ נישט דיינע געבאקענע ליגיונות, דו ווייסט גאנץ גיט אז נישט נאר אין בלאט ווילן מיר
גיין צו דין תורה נאר מיר ווילן וירקליך גיין, ווייל אויב וואלסטו דאס געגלייבט, וואלט איר
געהאט א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן קבל עולם ומלואו למי החותמת ולמי הפסולים,
איר וואלט מיט איין אטעם אריין געלאפן צו א בית דין און אינטער געשריבן שטרי ברורין
און פראקלאמירט פאר יעדן, קיקטס דא האבן מיר אינטער געשריבן, זאלן די אהרונים אויך אינטער שרייבן, און דאן וואלט יעדער געזעהן צו די אהרונים האלטן באמת פון גיין
צו דין תורה, אדער איז נאר על גפי דפי ה''דער בלאט'', נו, איר וואלט גענומען דעם טשענס?
I DON'T THINK SO.
[/quote]
איך זע נישט די ארוינים זאלן שעלטן ווייניגער ווי די זאליס אין ביידע פארטייען פורומס טוט זיך די זעלבע שעלטעריי, איין זאך איז יא דא מער ביי די זאליס, זיי לאכן אסאך מער ווי ענק.
ענק זענען נאך "היינט" נישט גרייט צו גיין צו דין תורה! איך זאג נאכאמאל שרייבן אויף הייד פארק און אין דער בלאט איז דאמירן בעלמא! האלטן ענק באמת ביים גיין וואלטן ענק געשיקט א הזמנעלע... ענק האבן פון "דעי וואן געשריגן און געשריבן אז ענק ווילן גיין צו דין תורה" אבער נאר ביז למעשה.
נ.ב. פארן שרייבן אז איך בין משה גבאי... זיין זין... מילא, קענסט אויך שרייבן סיני טייטלבוים מיט הערשל קלאר אבער פארן שרייבן אז איך בין ר' זלמן לייב וועט מען דיר אויספשארן פאר גילוי שימות!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 17:42 |
|
| |
א גיט מארגן הער נייפעלע!!!
וויאזוי זאגסטו? די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה ווייל...
אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג,
אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע
צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס,
נייפעלע, זאג דאס נאכאמאל איבער שטאטעלעך, און האלט די איין פין לאכן,
זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?, ווער אפיעלט די קארט דעסיזשאנס,
די פארלירער די אהרונים, אדער די געווינער די זאליס, הא?,
ווער שעלט יומם ולילה די פארלירער די אהרונים אדער די געווינער די זאליס?,
נעם דיר אריין אין קאפ, מיר זענען ב''ה זייער צופרידן כמו שהוא,
מיר זענען זייער שטארק גרייט פאר א סיס פייער פאר א וואפן אפשטאנד,
דאס פארלאנגן צו גיין צו דין תורה איז נישט ווייל מיר זענען נישט צופרידן,
נאר ווייל אזוי האט די תורה הקדושה געהייסן,
''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'', איז נישט עפעס א איסור אויף בני יואל,
וואס עקספייערט (לדעתכם), ס'איז נישט עפעס א שטיינזאלץ חומרה, וואס
האט שוין לאנג אויסגעוועפט, ס'איז נישט עפעס א הלכות עירובין וואס איז שוין
נישט שייך בזמן הזה (לדעתכם הכוזבת), ניין די תורה איז א ניצחית,
און פון דעי וואן, פונעם ערשטן טאג האבן מיר געשריגן, לאמיר גיין צו דין תורה,
אין יעדן קארט פאפיר האבן מיר געשריבן שווארטץ אויף ווייס אז מיר ווילן נישט זיין
דא לפני עכו''ם, מיר ווילן גיין צו דין תורה און איר האט גענטפערט אז איר ווילט נישט
גיין צו דין תורה, סא, ווער איז דער מרים יד בתורה משה?, ווער איז דער נקרא רשע?
וואס מיינסטו די וועלט קאלעכט שוין?, די וועלט ווייסט נישט דעם אמת? יעדער ריכטער
ווייסט היינט צו טאג אז די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה און די זאליס ווילן נישט,
יעדן טאג האבן זיי א פריש געבאקענעם תירוץ, איינמאל איז דאס תהלוכי הקהילה,
איינמאל הייסט דאס אביסעלע טינט, איינמאל הייסט דאס אין נזקקין, אבער הצד השווה
שבהן, איר ווילט נישט גיין צו תורה, סא, האסט א ברירה, אדער ברעכסטו דיך און וועסט
בדלית ברירה עובר זיין אויף די עבירה החמורה בתורה און גיין צו דין תורה, אדער קענסטו
שרייען חי וקיים, גזלנים חמסנים, שפארן צו א בית המדרש וכו' יא, איר קענט גיין פראטעסטירן, שעלטן, שפייען בלוט, אבער ליגן וועט איר נאך אלץ מאחורי הגדר כקבורת חמור,
מיר זענען נישט בלינד און מיר זענען נישט דום, מיר ווייסן די אמת'ע סיבה פארוואס איר
ווילט נישט גיין צו דין תורה, פשוט מאוד, דער קארט קען זיך און טאר זיך נישט אריין מישן
אין רעליגיע, במילא קען מען נישט דן זיין אויף ענקערע גניבות וזיופים, איר ווייסט גאנץ גיט
אז די מינוט וואס איר גייט צו דין תורה איז ענקער גאנצע ראביסטעווע אין דזשעפערטי,
פארוואס האט איר פארלאנגט בתוקף ווען איר האט גערופן קהל צו דין תורה אין קרית
יואל בנידון דעם הויז אויף אוהעל קארט, האט איר זיך אויסגענומען אז מען טאר נישט
רעדן בנידון הרבנות, און ווען דער בית דין האט דאס צוריק געוויזן זענט איר פארשווינדן,
פארוואס? ווייל ענקער גאנצער רבנות איז יסודו בשקר, און איר ווייסט גאנץ גיט אז ביי א
דין תורה גייט איר דאס פארלירן און דאס איז די סיבה פון ענקער נישט וועלן לדון בדייני
ישראל,
אבער נייפעלע זיסער, איך וויל דיך בארוהיגן, דו ביסט דאך פון די הויפט שישקעס ביי די
זאליס, אמת?, איך ווייס טאקע נישט פונקטליך ווער דו ביסט , אבער איך בין גאנץ זיכער
אז די ביסט פון די הויפטן, אדער ביסטו משה גבאי אליין, אדער ליפא ט''ב,
אדער גאר זלמן לייב בכבודו ובעצמו, איך ווייס טאקע נישט, אבער דאס איז זיכער אז
אויב ביסטו נישט איינער פון די דערמאנטע ביסטו גאנץ זיכער פון זייערע נאנסטע
יוצאי משרתים, וויל איך דיך בארוהיגן, מיר גייען נישט דן זיין בענין הרבנות,
חס ושלום ורחמנא לישזבי מיר זאלן צוריק באקומען דיקרעציגע, (היו לא תהי') ניין,
מיר ווילן נישט האבן קיין לעפקעלעך אדער יאקאבאוויטש'לעך במחנינו, יהי לך
אשר לך, מיר האבן ב''ה א חסידות פון כולו ממתקים וכולו מחמדים, כולם טהורים, שמן זית זך,
עידית שבעידית, ניין, מיר דארפן נישט צוריק די אלע פענסטער ברעכער אוןטייער שניידערס,
מיר דארפן נישט צוריק קיין ילד שעשועים אנצינדערס, ניין, זאלן די מחוצפים בלייבן
ביי אייך, מיר ווילן נאר דן זיין אויף די עצים ואבנים, די נכסי הקהילה, דאס און נאר דאס איז אונזער תביעה, און נאר פון דעם ווילן מיר רעדן ביי דין תורה, און נישט פון אייער ראביסטעווע,
און דאס איז נאר אויב דארף מען זיך ווייטער שלאגן, אויב ווילט איר אראפ לייגן דאס געווער
און ערקלערן א סיס פייער, זענען מיר אלע מסכים אז אלעס זאל בלייבן ווי יעצט, איר קענט
אין קרית יואל, אין בארא פארק און אין בני ברק, טוהן וואס מיר האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, מאנסי און ירושלים, זיך אליין בויען, און דאס איז דאך די בעסטע פשרה, איר
באקומט די בנינים אין וויליאמסבורג וואס איז ווערט 600 דאלאר א סקווער פיס און מיר בלייבן
מיט די בנינים אין קרית יואל וואס איז נישט מער ווערט ווי 100 דאלאר א סקווער פיס.
איך האלט נייפעלע, אז טראץ וואס דו שרייבסט דיינע שקרים הונדערטער מאל גלייבסטו
נאך אלץ נישט דיינע געבאקענע ליגיונות, דו ווייסט גאנץ גיט אז נישט נאר אין בלאט ווילן מיר
גיין צו דין תורה נאר מיר ווילן וירקליך גיין, ווייל אויב וואלסטו דאס געגלייבט, וואלט איר
געהאט א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן קבל עולם ומלואו למי החותמת ולמי הפסולים,
איר וואלט מיט איין אטעם אריין געלאפן צו א בית דין און אינטער געשריבן שטרי ברורין
און פראקלאמירט פאר יעדן, קיקטס דא האבן מיר אינטער געשריבן, זאלן די אהרונים אויך אינטער שרייבן, און דאן וואלט יעדער געזעהן צו די אהרונים האלטן באמת פון גיין
צו דין תורה, אדער איז נאר על גפי דפי ה''דער בלאט'', נו, איר וואלט גענומען דעם טשענס?
I DON'T THINK SO.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 16:46 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  |
לאמיר אנהייבן פין וומ''ס, ווערט האט פין די ערשטע מיניט ביזן היינטוגען טאג מסרב געווען לדי''ת?
אין ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס ווער איז דער תובע? האט ער געשיקט א הזמנה? |
|
אין וו"ב איז נישט דא קיין מסרב לדין! אדרבה ביטע ברענג א כתב סירוב פון "סיי וועלכע בית דין שבעולם" (פון נאווארדיק ברענג נישט ווייל איך וועל צוריק ברענגען זייער "הסרת עיקול" צוליב דעם וואס איר זענט אריין אין קארט נישט מיט זייער רשות) ברענג ביטע! אין אידיש זאגט מען ניטא! אן א כתב סירוב זאלסטו מוחל זיין נישט רופן א קהלה קדושה בישראל מסרבים לדין!
ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס איז דא א היתר פון בד"ץ סאטמאר, חוץ מזה פעלט דאס בכלל נישט אויס נאכדעם וואס די ביה"ח האט איר שוין אליינס ארייגעלייגט אין ערכאות אן א היתר בי"ד אזוי ווי פריער דערמאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 16:37 |
|
| |
כמעשי למעלה כן כאן. איך וועל איגנארירין קינדישע טענה'ריי און וויכוחים וואס קומען נישט אריין דא, איך וועל נאר דעבאטירן די ספעציפישע נושא פון וואס מ'רעדט אין דעם אשכול.
| יענקעלע11 כתב: |  | נייפעלע, פון ווי נעמסטו אז די פראגע
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר"
איז פיל שטערקער פון די פראגע
"פארוואס זיצט איר יעצט אין קארט"
אינטרעסאנט, פארוואס האט איר נישט געפרעגט
זלמן לייב טייטעלבוים ווען ער האט געוואלט ווערן רבי
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר", הא?,
מען האט עהם קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר
און דא אויפאיינמאל שפראצט ער ארויס,
די פראגע איז דיר באמת קיינמאל נישט שווער געווען?
די זאליס גיבן ענדליך ארויס זייער אמת'ער פרצוף,
ווען אימער מען קומט ארויף מיט א נארמאלן סעלאשן
קומען זיי ארויס מיט פראגעס, אפשר איז די עכסטע צייט
צו קיקן פאראויס און נישט ריקווערטס,
אפשר איז א דין תורה יא א מיטל צו קומען צו א שטיקל
פארשטענדעניש, יעדער ווייסט דאך אז א דין תורה וועט נאר
מאכן א פשרה, קיינער וועט נישט ארויס העכסט צופרידן
אבער דער שוואכסטער שלום איז דאך פיל חשוב'ער
פין די שטערקסטער מחלוקה, |
|
יעדער נארמאלער מענטש נישט נאר די זאלי'ס פרעגן פאראגעס פאר זיי גייען איין אין א געשעפט, כך דרך כל הארץ.
קען זיין אז אין דיינע אויגן איז די העכסטע צייט צו גיין צו דין תורה, נישט אין די זאלי'ס אויגן. פאר א פשוטע סיבה, אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג, אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס, ענק האבן געפייניגט די זאלי'ס געשלעפט פון איין ריכטער צום צווייטען פון איין קעיס צום אנדערן, יעצט ווען ענקער לעצטע האפענונג אין קארט לויפט אויס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די זאלי'ס זאלן יעצט אנהייבן נאכאמאל דעם גאנצען פראצעדור פון א'. ביז 10 יאר אין קארט און פרישע 10 ביי דין תורה.
חוץ שרייבן אויף הייד פארק און אין דער בלאט "שטעלט ענק צו דין תורה" האלטן ענק ביי גארנישט! די זאלי'ס האבן בשעתו מציע געווען 3 בתי דינים מיט איין תנאי, ר' אהרן זאל אינטערשרייבן, עד היום האט איר נאך נישט מודיע געווען פאר קיין איינער פון די 3 אז איר זענט גרייט!
בנוגע פשרה. די זאלי'ס האבן ענק מסכים געווען צו געבן אין וו"ב בנינים. דערמאן דיר, איך גלייב אז מ'קען טרעפן דא אויף הייד פארק אויך דעבאטעס וועגן דעם. פאסירט האט דאס פאר ענק האבן געפנט ענקער ת"ת אין וו"ב ענקערע עסקנים האבן זיך געבעטן ביי די זאלי'ס "מיר זענען אייך גרייט צו געבן פון אונזער'ס אין קרית יואל גיבט אונז פון ענקער'ס אין וו"ב". די זאליס האבן מסכים געווען! די האנדלעריי האט זיך אפגעשטעלט ווען ענק זענען געווען גרייט צו געבן א "פיס פאר א פיס" פאר יעדע סקווער פיס וואס די זאליס געבן איין אין וו"ב באקומען זיי א סקווער פיס אין קרית יואל. די זאליס האבן אבער געפאדערט ניין, איר דארפט אונז געבן די ווערד פון א סקווער פיס אין וו"ב. פשוט גערעכנט זענען די זאליס גערעכט און אויך נאכגעביגע פאר בכלל מסכים זיין צו האנדלען. אבער פארוואס זאלן די זאלי'ס געבן א סקווער פיס וואס איז ווערד 400-600$ און באקומען א סקווער פיס וואס איז ווערד אפשר $100 צום סוף האט זיך גארנישט אויסגעארבעט דערפון.
מיט דיבורים זענט איר גרייט צו גיין צו דין תורה, מיט מעשים נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:27 |
|
| |
א מודה במקצת ביזטו שוין, ערגעץ האלט איך!
לאמיר אנהייבן פין וומ''ס, ווערט האט פין די ערשטע מיניט ביזן היינטוגען טאג מסרב געווען לדי''ת?
אין ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס ווער איז דער תובע? האט ער געשיקט א הזמנה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:07 |
|
| |
ר' יענקל אז דו ווילסט רעדן וועגן שולדיג,
איך וואלט דאס צוטיילט צווישן אמעריקא און ארץ ישראל
הא לן והא להו וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:00 |
|
| |
עס איז נישט אפגעזעהן ווער עס איז שילדיג
דער שילדיגער בלייבט לדראון עולם,
א סעמפל פין א כת וואס האבען געטרויטן אויף די תורה כאוות נפשם ר''ל!
תוקן על ידי rebyankel ב- 19/11/2009 01:02:01
|
|
|
|
|