אויב פארשטייסטו נישט אויפן ווינק וועל איך זאגן קלאר, איך גיי זיך נישט וויסענדיג מאכן פון קינדישע אטאקעס און קליין קעפיגע וויכוחים ווי לדוגמא דאס וואס די שרייבטס "זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?" מארגן גייען פראטעסטירן "בני יואל" דיין שרייבן "געווינער זאליס" איז א קינדישע שכל, א אופן פון מישן אין טאפ צו פארדרייען א קאפ, די מארגענדיגע פראטעסט האט מיטן ביה"ח קיין שום קשר. דאס איז א אינערליכע בני יואל-ארוינים פאליטיק.
אויב וועל איך זיך אפשטעלן גלייך צומאכן די פאקטן וועל איך נישט אנקועמן אין ערגעץ דעריבער וועל איך איגנארירן די קינדישע טאקטיקן.
[quote]א גיט מארגן הער נייפעלע!!!
וויאזוי זאגסטו? די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה ווייל...
אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג,
אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע
צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס,
נייפעלע, זאג דאס נאכאמאל איבער שטאטעלעך, און האלט די איין פין לאכן,
זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?, ווער אפיעלט די קארט דעסיזשאנס,
די פארלירער די אהרונים, אדער די געווינער די זאליס, הא?,
ווער שעלט יומם ולילה די פארלירער די אהרונים אדער די געווינער די זאליס?,
נעם דיר אריין אין קאפ, מיר זענען ב''ה זייער צופרידן כמו שהוא,
מיר זענען זייער שטארק גרייט פאר א סיס פייער פאר א וואפן אפשטאנד,
דאס פארלאנגן צו גיין צו דין תורה איז נישט ווייל מיר זענען נישט צופרידן,
נאר ווייל אזוי האט די תורה הקדושה געהייסן,
''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'', איז נישט עפעס א איסור אויף בני יואל,
וואס עקספייערט (לדעתכם), ס'איז נישט עפעס א שטיינזאלץ חומרה, וואס
האט שוין לאנג אויסגעוועפט, ס'איז נישט עפעס א הלכות עירובין וואס איז שוין
נישט שייך בזמן הזה (לדעתכם הכוזבת), ניין די תורה איז א ניצחית,
און פון דעי וואן, פונעם ערשטן טאג האבן מיר געשריגן, לאמיר גיין צו דין תורה,
אין יעדן קארט פאפיר האבן מיר געשריבן שווארטץ אויף ווייס אז מיר ווילן נישט זיין
דא לפני עכו''ם, מיר ווילן גיין צו דין תורה און איר האט גענטפערט אז איר ווילט נישט
גיין צו דין תורה, סא, ווער איז דער מרים יד בתורה משה?, ווער איז דער נקרא רשע?
וואס מיינסטו די וועלט קאלעכט שוין?, די וועלט ווייסט נישט דעם אמת? יעדער ריכטער
ווייסט היינט צו טאג אז די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה און די זאליס ווילן נישט,
יעדן טאג האבן זיי א פריש געבאקענעם תירוץ, איינמאל איז דאס תהלוכי הקהילה,
איינמאל הייסט דאס אביסעלע טינט, איינמאל הייסט דאס אין נזקקין, אבער הצד השווה
שבהן, איר ווילט נישט גיין צו תורה, סא, האסט א ברירה, אדער ברעכסטו דיך און וועסט
בדלית ברירה עובר זיין אויף די עבירה החמורה בתורה און גיין צו דין תורה, אדער קענסטו
שרייען חי וקיים, גזלנים חמסנים, שפארן צו א בית המדרש וכו' יא, איר קענט גיין פראטעסטירן, שעלטן, שפייען בלוט, אבער ליגן וועט איר נאך אלץ מאחורי הגדר כקבורת חמור,
מיר זענען נישט בלינד און מיר זענען נישט דום, מיר ווייסן די אמת'ע סיבה פארוואס איר
ווילט נישט גיין צו דין תורה, פשוט מאוד, דער קארט קען זיך און טאר זיך נישט אריין מישן
אין רעליגיע, במילא קען מען נישט דן זיין אויף ענקערע גניבות וזיופים, איר ווייסט גאנץ גיט
אז די מינוט וואס איר גייט צו דין תורה איז ענקער גאנצע ראביסטעווע אין דזשעפערטי,
פארוואס האט איר פארלאנגט בתוקף ווען איר האט גערופן קהל צו דין תורה אין קרית
יואל בנידון דעם הויז אויף אוהעל קארט, האט איר זיך אויסגענומען אז מען טאר נישט
רעדן בנידון הרבנות, און ווען דער בית דין האט דאס צוריק געוויזן זענט איר פארשווינדן,
פארוואס? ווייל ענקער גאנצער רבנות איז יסודו בשקר, און איר ווייסט גאנץ גיט אז ביי א
דין תורה גייט איר דאס פארלירן און דאס איז די סיבה פון ענקער נישט וועלן לדון בדייני
ישראל,
אבער נייפעלע זיסער, איך וויל דיך בארוהיגן, דו ביסט דאך פון די הויפט שישקעס ביי די
זאליס, אמת?, איך ווייס טאקע נישט פונקטליך ווער דו ביסט , אבער איך בין גאנץ זיכער
אז די ביסט פון די הויפטן, אדער ביסטו משה גבאי אליין, אדער ליפא ט''ב,
אדער גאר זלמן לייב בכבודו ובעצמו, איך ווייס טאקע נישט, אבער דאס איז זיכער אז
אויב ביסטו נישט איינער פון די דערמאנטע ביסטו גאנץ זיכער פון זייערע נאנסטע
יוצאי משרתים, וויל איך דיך בארוהיגן, מיר גייען נישט דן זיין בענין הרבנות,
חס ושלום ורחמנא לישזבי מיר זאלן צוריק באקומען דיקרעציגע, (היו לא תהי') ניין,
מיר ווילן נישט האבן קיין לעפקעלעך אדער יאקאבאוויטש'לעך במחנינו, יהי לך
אשר לך, מיר האבן ב''ה א חסידות פון כולו ממתקים וכולו מחמדים, כולם טהורים, שמן זית זך,
עידית שבעידית, ניין, מיר דארפן נישט צוריק די אלע פענסטער ברעכער אוןטייער שניידערס,
מיר דארפן נישט צוריק קיין ילד שעשועים אנצינדערס, ניין, זאלן די מחוצפים בלייבן
ביי אייך, מיר ווילן נאר דן זיין אויף די עצים ואבנים, די נכסי הקהילה, דאס און נאר דאס איז אונזער תביעה, און נאר פון דעם ווילן מיר רעדן ביי דין תורה, און נישט פון אייער ראביסטעווע,
און דאס איז נאר אויב דארף מען זיך ווייטער שלאגן, אויב ווילט איר אראפ לייגן דאס געווער
און ערקלערן א סיס פייער, זענען מיר אלע מסכים אז אלעס זאל בלייבן ווי יעצט, איר קענט
אין קרית יואל, אין בארא פארק און אין בני ברק, טוהן וואס מיר האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, מאנסי און ירושלים, זיך אליין בויען, און דאס איז דאך די בעסטע פשרה, איר
באקומט די בנינים אין וויליאמסבורג וואס איז ווערט 600 דאלאר א סקווער פיס און מיר בלייבן
מיט די בנינים אין קרית יואל וואס איז נישט מער ווערט ווי 100 דאלאר א סקווער פיס.
איך האלט נייפעלע, אז טראץ וואס דו שרייבסט דיינע שקרים הונדערטער מאל גלייבסטו
נאך אלץ נישט דיינע געבאקענע ליגיונות, דו ווייסט גאנץ גיט אז נישט נאר אין בלאט ווילן מיר
גיין צו דין תורה נאר מיר ווילן וירקליך גיין, ווייל אויב וואלסטו דאס געגלייבט, וואלט איר
געהאט א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן קבל עולם ומלואו למי החותמת ולמי הפסולים,
איר וואלט מיט איין אטעם אריין געלאפן צו א בית דין און אינטער געשריבן שטרי ברורין
און פראקלאמירט פאר יעדן, קיקטס דא האבן מיר אינטער געשריבן, זאלן די אהרונים אויך אינטער שרייבן, און דאן וואלט יעדער געזעהן צו די אהרונים האלטן באמת פון גיין
צו דין תורה, אדער איז נאר על גפי דפי ה''דער בלאט'', נו, איר וואלט גענומען דעם טשענס?
I DON'T THINK SO.
[/quote]
איך זע נישט די ארוינים זאלן שעלטן ווייניגער ווי די זאליס אין ביידע פארטייען פורומס טוט זיך די זעלבע שעלטעריי, איין זאך איז יא דא מער ביי די זאליס, זיי לאכן אסאך מער ווי ענק.
ענק זענען נאך "היינט" נישט גרייט צו גיין צו דין תורה! איך זאג נאכאמאל שרייבן אויף הייד פארק און אין דער בלאט איז דאמירן בעלמא! האלטן ענק באמת ביים גיין וואלטן ענק געשיקט א הזמנעלע... ענק האבן פון "דעי וואן געשריגן און געשריבן אז ענק ווילן גיין צו דין תורה" אבער נאר ביז למעשה.
נ.ב. פארן שרייבן אז איך בין משה גבאי... זיין זין... מילא, קענסט אויך שרייבן סיני טייטלבוים מיט הערשל קלאר אבער פארן שרייבן אז איך בין ר' זלמן לייב וועט מען דיר אויספשארן פאר גילוי שימות!
 |
|
|