שמחת בית סאטמאר נעקסטע וואך און בארא פארק
קומענדיגע וואך וועט פארקומען די חתונה ביי אן אייניקל פון מרן בעל ברך משה זצ"ל, הב' משולם זוסיא שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק אבדק"ק אלעד, בן הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א.
די כלה איז א טאכטער פונעם קשאנוב'ער רב שליט"א פון בארא פארק.
די אופרויף וועט פארקומען די וואך שב"ק און ביהמ"ד הגדול ויואל משה דסאטמאר בני ברק
די חתונה וועט פארקומען אין בארא פארק, בהשתתפות פונעם גרויסן פעטער דער רבי שליט"א.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן.
|
|