פארגעסט נישט, זיי האבן דעם "בית המדרש החדש והנורא" - די גרעסטע בית המדרש החדש אויפן כדור הארץ, וואס א גאנץ יאר איז עס א סטארעדזש, ווערהויז און נעילת החג פיקטשער טיש - אבער זיי זענען דאך נישט העפי.
די ארונים מאכן אין א ריזיגן שאטער ביים וואסער, מוזן זיי אויך עפעס טראגן די קינדער (דעם 60'יעריגן בעבי הנקרא רז"ל), מיט אלע ילדים, אז זיי זאלן זיין העפי.
איז געשאפן געווארן א פלאן פון ליפי קרויס, בלעקבערי רעבע מיט'ן אדמו"ר הגדול הפיקטשער רעבע, אז מ'גייט ערגעץ אוועקפארן אויף כ"א כסלו, און מ'וועט מער נישט פראווען אין בית המדרש החדש !
וואו, דאס איז נאך א גרויסער סוד, אבער מ'רעדט פון א זאל פון בערך א מיליאן א האלב סקווער פיס, און מ'וועט טראגן דעם עולם מיט באסעס, און ס'וועט זיין פרייליך.
פרייטוג צו נאכטס האבען די זאלי'ס אויפגעשטעלט א באקאנטען פרעדיגער אנצוווארימען דעם עולם צום דינער אין אויפצולעבן די פארביסענע געמיטער נאך די נאר וואס געקומענע מעלדינג פין אפעלאט אין מ'קען נישט לייגען א TRO אויף די קאנטעמפט אין אויף זינטוג מיז מען גיין {אויב מ'שטעלט זיך נישט צו די''ת} ווי ער האט מוחה געווען אויף די 'נתבעים' בערכעות של עכו''ם פאר דעם וואס זיי האבען געווינען אין דערנאך (אנשטוט צו רעדן בשבח פין זייערע מוסדות) האט ער געגאסען געבעקסען (פין זייער פארום אויף היידפארק) אויף די סאטמאר וומ''ס מוסדות וואס איז פאר זיי א דארען אין טראץ וואס זיי האבען אזוי שווער געארבעט דערקעגן מיט מסירות וכו'י זענען די מוסדות א יחיד במינו בכמות ובאיכות כידוע, 'אין צווישען אנדערע נאכגעזאגט סטעיטמענטס וואס וועד הצניעת האט אים געוואלט זאגען.....' נישט נאר זאכען וואס מ'טאר אויף א ארון קודש נישט רעדן, נאר וואס פאר א חינוך איז דאס פאר אלע אנוועזענדע קינדער??? נאר וואס דען? זיין קאפ ליגט אים דארט ווי אלע זאלי'ס....
נעבעך פאר אזעלכע דורות, עת לעשות ל....
נשלח ב-9/12/2009 22:10
ווער עס טרעפט א ציוניסטישע עברית'טישע אדער אנגלא וועבסייט, וועלכע האט נישט די רינדעכיגע בילדער פין כ''א כסליו ביי די זאלי'ס זאל ביטע פאוסטען (ס'איז א שאד צו זיכען..)
זיי זענען ריכטיג מקיים דעם אמת'ן רצון פין רז''ל, אין די PR קאמפענדי מאכט זיכער אז ס'קומט אן איבעראל, עס איז צו האפען אז ער וועט קומענדיגע יאר ציריקגיין אויף די ליסט פין די רעפארמער ראבייס אין ניוסוויק.
מ'לעבט פאר די פיקטשער אין מ'טוט פאר די פיקטשער אין נאכמאל די פיקטשער,
די זאלי'ס PR האט יעצט ארומגעשיקט די בילדער פין זייער כ''א כסליו סעודה אין ירושלים ווי מ'זעהט די 2 מענטשן וואס זיי לייקענען אז זיי זאלען עפעס א דירעקטע שייכות מיט זייער בנו הגדול, זיצט אויבן אן אין שטייט אינטער אים
נשלח ב-8/12/2009 17:19
עס איז געווען אזא שרעקליכע סוד אז ס'האט זיך אויסגעפעלט צוריק צו עפענען די באנקראטירטע קאסע און צאלן פאר פארמעגליך אז ער זאל ארויפקומען אויפן פארק און למען הזאלי פארטיי לייקענען אז ס'איז בכלל געווען א רעדע פון אוועקגיין ערגעץ אנדערש.
אבער ווי זאגט די וועלט, לאכן לאכט דער לעצטער.
רבי יונה האט געהאט א גוטן לאַך דא. ער האט אויפגעדעקט דעם מוראדיגן זאלי סוד און ער איז ארויס ידו על העליונה.
די זאליס זענען געגאנגען פראווען זייער כ"א כסלו אין א פארשטויבטן נידריגן וועירהאוז פיל מיט פאולס, אינדרויסן פון וויליאמסבורג, אלעס כדי אז די יונגעלעך זאלן נישט מקנא זיין די אהרונים וואס קענען פארן מיט באסעס צו זייער כ"א כסלו, און די אהרונים האבן גאר דורכגעפירט דעם ריזיגן מעמד קידוש השם אין וויליאמסבורג.
אזעלכע שטאקיגע פערדן ווי די זאליס האט די וועלט שוין לאנג נישט געזען.
נשלח ב-8/12/2009 08:44
וואס איז א נפקא מינא צו עס איז גרעסער צו נישט דער עיקר איז אז דער תוכן איז זיכער פילפאכיגער גרעסער דהיינו מיר האבן א גרויסער רבי און תורה ועבודה וגמ''ח און מען קען זעהן ראו מה בין בני לבן חמי און דאס איז דער עיקר .
אגב הער איך אז די זאליס זוכן א נייע ראב"ד פאר די לישקע, ווי ריח"מ גייט אפישעלי ריזיינען בקרוב,
אויך אז ביי די ארונים ישוב'ט מען זיך צו מ'זאל אויפנעמען ריח"מ אדער ר' לייבוש פאר דומ"ץ אין וויליאמסבורג, (בייטע האבן געמאלדן אז זיי זענען אינטערעסירט), אבער טיל האלטן אז די 12 דיינים זענען שטערקער,,,,,