בית פורומים כל העולם כולו

ר' זלמניו גייט פיטערן די זאליבאנצעס מיט שחיטת בית יוסף!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2009 19:54 לינק ישיר 
ר' זלמניו גייט פיטערן די זאליבאנצעס מיט שחיטת בית יוסף!

עס שטעלט אלס מער און מער ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, און יעדע גוטע זאך וואס רבינו שליט''א טיט אויף לטובת הכלל, ווערט איינגעפירט ביי גאנץ כלל ישראל, אפי' ביי די זאליבאנעצעס, ( וואס האבן נעבאך נישט קיין רבי)

 

רבינו שליט''א האט איינגעפירט חתונה תקנות, קימט צו גיין לייזער קעסטנבוים דער אבי אבות הזאליס, און בויעט אויף א פרדס זאל, אז יודען זאלען קענען חתונה מאכען ביליג,

 

רבינו שליט''א פירט איין א באגריף פון א היכל התורה, ווערט מיטאמאל און זופניק א היכל התורה, און ראדני, און אזוי ווייטער, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, ווייל און א פלאטץ וואס מען ווידערשפעניגט אונעם הייליגען באשעפער, איז נישט דא קיין ס''ד,

 

איצט קימט די שחיטה, די זאליבאנעצעס האבן זיך דער זען און א ערענסטע פראבלעם,  זייט רבינו שליט''א האט איינגעפירט די שחיטה און טעקסאס, האט די מליחה ואילך בוטשער אנגעהויבען אונטעררצוגיין, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם וויל עסן כשר'ס

 

האבן די חכמי חעלעם, די אנפירער פון די זאלי פארטיי געמאכט אן אסיפה, און צו זייער גרויס צער באשלאסען און מען מיז אויך מאכען א נייע שחיטה, פשוט אז דער בוטשער זאל קענען בלייבען אפען,

 

אבער וואס דארף מען מאכען א אייגענע שחיטה, עס איז דאך א שאד אויף די געלט, מען קען דאך מיט דעם געלט צאהלען פאר פארמעגליך – דאסקאהל אד''ג ???

 

איז מען אויף געקימען מיט א עיצה אז מען גייט פשוט אויסשפיעלן דעם עולם,

 

מען האט זיך פארבינדען מיט מיעל מארט, און מען האט באשטעלט ביי זיי א גאנץ טראנספארט פון שחיטת בית יוסף וואס מיעל מארט שטעלט צו פאר די ספרדים און תימענע, און ויהי לשחיטה חדשה,

 

די גראפיגערס זיצען אצינד און גרייטען שוין צו די באמבאסטישע מודעות, פון די נייע זאלי שחיטה, וואס וועט ערשינען מארגען אונעם געאסרטען טמא'נעם צייטונג ''דער יוד''

 

נאך מער עס איז ניטאמאל  די עכטע שחיטת בית יוסף עס איז אביסעל מער גלאט, וואו די געהעריגע פלייש, די עכטע גלאטע פלייש איז נאר די פון טעקסאס, מען רופט עס נאר נישט בית יוסף, ווייל מיר זענען רמ''א יודען,




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 21:33 לינק ישיר 

די אלטע אשכול אין היידפארק   -   גסות ביי זאלונים - אומגלויבליך אבער א פאקט


מערקט דער איד עקב תשס"ט (חצי אב)


גסות ביי זאלונים - אומגלויבליך אבער א פאקט

עס לאזט זיך נישט גלייבן.

רבינו שליט"א איז דער רבי פון כלל ישראל צי די זאליס זענען  מסכים אדער נישט.
עס איז נאכנישט דא קיין 2 יאר, זינט רבינו שליט"א האט כ"א כסלו תשס"ז במעמד רבבות ערקלערט אז א "נייע מהודר'דיגע" שחיטה פאר גסות קומט אי"ה, און האט דערביי אראפגעלייגט טייל פון די מעלות פון די נייע שחיטה המהודרת.

די זאליס האבן געלאכט און געשאסן ליצנות. געשימפט און געשאלטן.
1) היתכן אז מ'איז משנה פון רעבעזעכרוינע לעווראכע?
2) וואס איז נישט גוט געווען ביז היינט?

וכהנה רבות...

דאס גרויסע לאכעריי און כיכערייע האט אנגעהאלטן ביז ביז ביז...
עש"ק עקב איז ערשינען אינעם שומף צייטונג פון משה בן פראדעל, נישט מער און נישט ווינציגער:
די זאליס עפענען א מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות... מיט נייע "סארט" הידורים"... פאר "מחמירים" בכשרות הבשר".

WOW
WOW
WOW


ווער האט "דארט" אויפגעוויזן אז מ'דארף עפעס טאן פאר כשרות...?
ווער האט "דארט" געפענט די קעפלעך זייערע אז "ביז היינט" איז נישט געווען "איי איי איי"?
ווער האט "דארט" געדרוקט די קנעפלעך אז "מיר" קענען נישט הייסן סאטמאר בלויז דורך "לאכן".. און חוזק מאכן?

יעצט זאגט מיר ווער איז סאטמארער רבי?
און וואו הארכט מען אים?

הא?

נאט אייך דעם עד אין דער איד.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 21:04 לינק ישיר 

די זאליס האבן געשריבען אין מיטן זימער אין דער איד מיט גרויס פאמפע, אז ביי די ימים טובים וועלן זיי האבן א נייע מהודר'דיגען שחיטה גסות.

דערווייל זענען שוין אלע ימים טובים דורך, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, שמיני עצרת, און...?

אלעס איז ביים אלטן, עס נישט דא.
 
אפשר איז עס באגראבען אין פאלאק'ס בעק יארד...
 
קען זיין, אז זיי מיינען דעם יום טוב פורים... ווייל זייער גאנצער הכשר און כשרות אויף זייער בדיעבד פלייש איז פורים.

איין זאך יא האט עס יא אויפגעטאן - אז זיי האבן בעל כרחך געמיזט מודה זיין ברבים אז זייער איצטיגער בהמה גסות וואס זיי פארקויפן איז נישט מהודר נאר זייער בדיעבד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 20:07 לינק ישיר 

וואו אזוי זאגט שאול?

אלעס בלייבט ביים אלטען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 20:02 לינק ישיר 

וועלכע זאלץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' זלמניו גייט פיטערן די זאליבאנצעס מיט שחיטת בית יוסף!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext