בית פורומים כל העולם כולו

פרייליך ביי די זאלי'ס, מ'האט לופט צו אטעמען, דער הייליגער בעקער איז ציריק...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2009 18:37 לינק ישיר 
פרייליך ביי די זאלי'ס, מ'האט לופט צו אטעמען, דער הייליגער בעקער איז ציריק...

  היינט אינדערפרי טרעף איך מיין גאר נאנטער ידיד א פארביסענער זאלי'ס וועמען איך זעה {- ווי אלע זאלי'ס} נאר שעלטן די לעצטע שטיק צייט, אבער דאס מאל איז ער איז העפי אין אויפגעהייטערט, די שמייכעל איז פין אויער צו אויער (בערך ווי ווען זייI רבי לאכט ווען ער הערט א זשאוק)  קוקט אויס ווי היינט האט ער געהאט א גיטע טאג וואס ער שוין לאנג נישט.

כ'האלט נישט איין מיין נייגער אין כ'פרעג אים וואס ביזטו אזוי פרייליך, ענק האבען 'שוין' די ביה''ח אדער איז דא נאך א מאנגא אין פאללאקס לאט, אדער וואס?

ער ציט אויס זיין ברייטע שמייכעל אין מאכט ווי איינער זאגט ''אסאך בעסער'ס ווי דעם''

נו! וואס? פרעג איך אים שוין מיט מער נייגער,

וואס הייסט כ'וועל דיר ווייטער שיקען די טעקסט מעסעזש וואס כ'האב יעצט באקומען, אין ביז אפאר סקונדעס קלינגט מיין טעל' פאר צייכען אז א פרישע טעקסט מעסעזש איז ערשינען, אין כ'ליין די פאלגענדע:

SatmarHQ: BREAKING! Farmaglich just Update New Eshkol Yidisha Gedank: http://bit.ly/1uJKMD

כ'שטיי אין כ'קוק אים אן.... די רעדסט פין 'פארמעגליך פין היידפארק', (א ברייטע) יא ענטערט ער מיר מיט א זיגרייכע שמייכעל? אין לייגט צו זיגרייך:  באלד גייט מען עס אוואדאי טיילן ביי אינז אין כולל, כ'האף אז דאס מאל וועט זיין גענוג קאפיעס פאר יעדן, אין אינז העמיר האבען וואס ענק צו ענטפרן, ריש דיך!

אין ער פארשטייט נישט פארוואס כ'קוק אים אזוי אן, אין ווי ער האט זיך צינאר געלייגט, אין פאווערד גלייך די ברעקינג נויז פאר זיינע איבריגע קאנטאקטס.

נו, כ'ווייס נישט אויב ער שטייט נאך אלס, מיט די טעקסט מעסעזש, כ'האב מיך געאיילט, אין אריינגעזעצט אין קאר אנצוקומען צו מיין ציל, 

אזוי פארענדיג האב איך מיך נישט געפוילט, אין אריינשפאצירט אינעם נייעם קינדערישען פארום, אין כ'באגעגן זיך טאקע מיט זיין פרישע מעכטיגע אשכול, ס'האט שוין א קליפ צו ליגען די ''ערשטע'' אינעם (נייטראלען) אשכול, אין פארשטייט זיך אז קיינער קען דארט נישט מגיב זיין ווי אייביג..... ווייל ווען יא...!
אין וואס אנדעקט ער דארט???
 א מעכטיגע אטאקע קעגן ר' יונה אין פארשטיי!!!!!!!!!!!!!! ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע, אין ער מאכט חוזק פין אלע ארונישע ניקס פין היידפארק, אזש כ'בין נייגעריג אויב די ארונישע ניקס וועלן זיך נישט שעמן ארויסצוגיין אין גאס.....

נו, טראכט איך צו מיר, פין דעם רעדט מען? דאס מאכט זיי אזוי העפי? קען זיין מען האט מען נישט געצאלט אין די פעיפעל אקאונט? נו! א קשיא אויף א זאלי'ס.

קוק איך ווייטער זעה איך א פרישע אשכול מיטן פרייליכען קעפל וואס ליינט זיך: ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'

ווי די קינדערלעך פאטשען זיך די בייכער, ענדליך וועט מען קענען רואיג לעבן, ''פארמעגליך פין היידפארק'' איז ציריק דא.....די שמחה איז געוואלדיג

דער מנהל נעמט גאר קרעדיט פאר דעם געלונגענען שריט פין אויפוועקן פארמעגליך,

(פין מזלמזל:
ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'

פונקט היינט האב איך אריינגעטראכט ווי וועט 'פארמעגליך' מפרסם זיין זיינע טייערע רעיונות וואס ווערט
פארשפרייט איבעראל, און ב"ה איך זעה אז ער האט אויסגעוועלט די דאזיגע אכסניא, דאס איז א שטארקע
קאמפלימענט פאר דער ניייע פורום, און יעצט צו דיר פארמעגליך מיר האפן צו נהנה זיין פון דיין געלונגענע
ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.

פין המהדרין:
עס איז אונז באמת א כבוד אז נאך די פולע הפצרות צו פארמעגליך אז ער זאל אריבעקומען שרייבן אין אונזער פארום האט ער דאס היינט אנגענומען, און ער איז צוריק מיט זיין זיס פעדער'ל.

עס בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשןו פיל הצלחה און זיין ווערק.

פין באלאנד:
 ברוכים הבאים! איך האב מיך שוין אזוי געבענקט.....

וכ'ו)

 

אבער ס'נעמט נישט לאנג די שמחה אין עטליכע אויבער חכמים הייבען אן צו פארפירן ''דאס איז דער פארעמגליך פין וועם מ'רעדט?''........ אין מ'הייבט אן דרייען מיט פשטים אז הומאר קען ער אויך...(לכאורה גייט ער שוין אויף שמחות)

אזש דער גרויסער בעקער אליין פארענטפרט זיך אז ער איז מאדי אין יעצט איז ער פאר הומאר וכ'

אין פאלגט נאך מיט א נחמה פין חי שעה:

ברוך הבא פארמעגליך

די אלע וואס האבן טענות אויף פארמעגליכס איצטיגע ארטיקל זענען לכאורה קליינע קעפעלעך.

פארמעגליך האט דא געמאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן ארויסברענגען די "מהלך" פון די ארוינים.

-------------------------------
עס איז ערווארטעט אז מ'גייט עפענען א פרישע פאזע אינעם ארץ החיים קאמפיין ווי די געלט וועט זיין געווידמעט פין פארמעגליך'ס פעיפעל אקאונט (סיי ווי די בעלים פין די לאטס אינטערן פלויט קענען זיך מייאש זיין פין א דאללער..) די התחייבות וועט ארויפגיין מיט 10% אין א גענעראל פארזאמלונג וועט בקרוב פארקומען, האלטס אייך געשפאנט.

 

 



תוקן על ידי rebyankel ב- 19/11/2009 18:48:39

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/11/2009 22:18:42




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2010 01:40 לינק ישיר 

ג''א מצרף לנחמם, זיי זאלען מער נישט וויסען פין קיין צער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2010 01:27 לינק ישיר 

איך האב מיר אייביג געוואלט מאכן צייט אפצוליינען פארמעגליך'ס לאנגע געבעקסן, אבער איך פלעג דאס אייביג אפשטופן. האב איך ביים איצטיגן ארטיקל אפגעמאכט אז אויב וועל איך דאס אויך אפשטיפן וועל איך קיינמאל נישט אנקומען דערצו.

 

גיי איך אריין אינעם לינק, אנטפלעקט זיך פאר מיר א לאאאאנגער ארטיקל, אבער אז כ'האב אפגעמאכט אז מען גייט דאס נישט אפשטופן, האב איך קיין ברירה נישט.

 

פאנג איך אן צו ליינען, אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן אזא ספינער, וואס איך גלייב שווער אז אזא בעקער איז שוין אמאל געווען.

 

אבער צו מיין מזל ווער איך געוואויר, אז דער בעקער פון הייד פארק האט נישט מער ווי אויסגעשפילט זיין בעה"ב. אין דער צייט וואס דער עבד לעבדי עבדים – נאכן זעהן אז פון אלע ריזיגע געבעקסן פון מיליאנען קערעקטערס, האט עס נישט עפעקטירט סאטמאר קיין כי הוא זה נישט, נאר אויב עפעס גאר די פארקערטע - האלט אים שוין נישט ביים צאלן אזויפיל געלט פער קערעקטער, וואס טוט מען? מ'גיימער מאכן א קאפיע ענד פעיסט, און דא האב איך אן ארטיקל פון טויזענטער אויף טויזענטער קערעקטערס! נישט נאר א בעקער אדער עפעס א נפל, נאר א אונטער-חכם איז ער אויך!

 

הקיצור, זיצט זיך אזוי דער ר' אהרן, און גיט א דרוק דעם קנעפל אונטערן טיש, וואס גיט גלייך א געהיימער סימן פארן באצאלטער פאטאגראפירער (טייל זאגן אז דער פאטאגריפירער באקומט באצאלט פון די אבני חסד קאסע, און טייל זאגן אז דאס ווערט אייגעטיילט מיט די אהבת חסד קאסע פון די "וויזניץ'ע רעביצין", און טייל זאגן אז ער גנב'עט ארויס די געלט פון איר טאש פשוט און פראסט!) ווען צו כאפן דעם בילד. אבער "דאס לייקענט קיינער נישט" אז ווען דער פאטאגריפירער גיט ארויס א בילד נישט ווי דער ר' אהרן האט געוואלט, כאפט ער געבראטענע מכות טאקע פון דעם ר' אהרן'ען אליינס. "דאס איז דאך יעדער מודה" אז ער אליינס קלויבט אויס וועלכע בילדער גייען אין בלאט, און וועלכע גייען צו כל העולם, החרדי, וואך אא"וו. "אבער דאס לייקענט קיינער נישט" אז דער ר' אהרן האט א מעכטיגער פי.אר. קאמפעני אנגעפירט דורך אים פערזענליך.

 

מ'קען באשרייבן א גאנצן ביכל בלויז פון איין טאג וואסערע קללות דער ר' אהרן רעדט צוזאם בשעתן ליינען הייד פארק יעדן אויפדערנאכט. פארציילט מיר זיינס א שכן (דעם נאמען קען איך נישט ארויסגעבן – פארשטייט זיך), אז ער קען ממש נישט שלאפן ווען דער ר' אהרן זיצט דארט מיט שמואל ווידער יעדן אויפדערנאכט ביים ליינען דעם מתנחלי'שע געדאנק. "איך טראג עס נישט איבער" האט ער איינמאל געהערט טאקע פון דעם ר' אהרן'ען אליינס "איך ווארף דיר ארויס פון פענסטער אויב דער פורום איז נישט צוגעשפארט ביז מארגן" ענדיגט ער בשעת ער הערט א געפערליכן זעץ. ווארשיינליך איז דער קאמפיוטער אליינס געווען דער קרבן – ענדיגט צו דער שכן.

 

איבעריג צו זאגן אז "עס האט קיינער אין די וועלט נישט אפגעקויפט ר' אהרן אלס א ערענסטער אדם גדול".

 

איך האב נישט אזויפיל צייט יעצט, אבער איך מוז אייך זאגן אז דער געשמאק צו חלום בהקיץ איז געוואלדיג, אז כ'וועל האבן נאך צייט וועל איך בל"נ צוריקקומען.

 

הקיצור, פאנגט דער בעקער אן דעם ארטיקל, אז פאר יעדעם איז שוין באקאנט אז סאטמאר איז איז געווארן צוטיילט, אבער פונקטליך וויאזוי ס'איז צוטיילט, איז עפעס נישט אזוי קלאר.

 

איך פארשטיי גענצליך נישט וואס דא גייט פאר, זינט ווען איז סאטמאר צוטיילט געווארן? צוליב עפעס א "קשר בוגדים" פון אפאר אינגעלייט "אונטער די דרייסיג" וואס ווילן זיך נישט צושטעלן צום משתב"ק ווערט שוין דער גאנצער קהילה צוטיילט? קיינמאל! "ס'איז דאך פאר יעדן באקאנט" אז דער בן סורר ומורה איז דאך נישט מער ווי עפעס א פיצי רעבעלע וואס זיצט דאך אין קראון הייטס אין א פארשטיפן בעיסמענט! און "ווי יעדער ווייסט" שטייט ער נעבעך ווי א ליימעלע גולם יעדן שבת אינדערפרי צו זיכן מנין (אינדעוואכן ברויך ער נעבעך גיין אין אן אנדערן ביהמ"ד "ווי פאר יעדן באקאנט").

 

מיין ווייסן אבער זייער גוט אז דעם בעקער'ס עיקר פראבלעם איז, אז פאר אים איז יא פונקטליך באקאנט, אז ניינציג פראצענט תלמידים וחסידים - ארייגערעכנט די משפחת מיטטעלמאן הנכבדה - וואס האבן געהאט אן "אהבה גלי'" צו רביה"ק הברך משה זי"ע, האבן זיך עפעס צוגעטשעפעט צו זיין באליבטן ר' אהרן, און אים געקרוינט אלס "סאטמאר'ער רבי", טראץ דעם וואס דער משתב"ק האט קלאר געזאגט אז דער רבי ז"ל האט געוואלט זיין דריטן זון, האבן אבער די "קשר בוגדים" זיך עפעס אנגעקלעבט אין דעם וואס האט געוואלט פירן די גאנצע וועלט "ווי פאר יעדן באקאנט". און אונזער טייערער בעקער איז נעבעך געבליבן מיט די קרעציגע, טאקע די וועלכע ער האט געפייט מיט ציין און נעגל קוים עטליכע יאר פריער. אוי ווי דאס טוט וויי.

 

המקום ינחם כל הזאליס בתוך שאר אבילי ציון וירושלים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2010 22:23 לינק ישיר 

היינט איז א נייע עפאכע


אמאל האט מען מורא געהאט פון

וויזניץ
סקול דיסטריקט
עברית
שכחת הדברי יואל

היינט איז דער פראבלעם אז ס'איז דא כשר'ע שחיטה כשר'ע ווייץ גליונות יעדע וואך, האטליינס פאר דברות קודש


אכשר דרא
שיין דערלעבט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 22:05 לינק ישיר 

ס'דרייט זיך אַ שמועה אז די נייע געשרייבעכטץ פון פארמעגליך איז אצינד - נישט ווי אמאל צו רייניגן און פארענטפערן די נאמען פון בן פראדל מיט זיינע וועלטס-טעותים - נאר די ציהל איז אין לויף פון די קומענדע וואכן "צו רייניגן די פארפוילטן נאמען פון די סאמע-נאנטע-מקורבים ארום מהרז"ל" עס זאל נישט ווערן נתגלה קלונם ברבים איבער זייערע מעשים אשר לא יעשו... אבער ליידער איז שוין צו שפעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2010 19:35 לינק ישיר 

וואהו!!! ליינענדיג דעם נארישן נייעם ארטיקל פון דעם נייעם זאלי
עבודה זרה מיטן נאמען פארמעגליך האב איך האב צו באקומען 20 פונט!,
אוי שעפ איך נחת פון זיין בויך קרעמפענישן, רבותי, גלייבט מיר! גארנישט גייט
נישט לאיבוד, און ס'האט אנגעהויבן צו האבן א שרעקליכן עפעקט אויף די קעלבלעך,
נעבעך נעבעך, יעדע תגובה, גייט זיי אריין אין די געדערם, אזוי זעט מען אויס אז מען האט
נישט קיין סיפוק אין לעבן, יעדן טאג נייע אגענדעס, אמאל איז דאס צימות הגידין,
אמאל איז דאס קאטשקעלעך, אמאל איז דאס גלאטין אין די ווייץ, יעדן טאג מיט נייע
חלומות, יעדע תגובה און יעדער ניק בויערט זיי אין זייער מוח, זיי לייגן זיך מיט רבי יונה
און שטייען אויף מיט יענקעלע, און ביני לביני ווערט ביי זיי א שרעקליכער תוהו ובוהו
מען טרעפט זיך אויסגעשפילט ביי יעדן, על כל פנים, מיר שרייען אויס בקול רם,
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 07:30 לינק ישיר 
וואס איז געשעהן מיט די אלטע פארמעיגליך???

עס איז א פרישע נייע ניק "פארמעיגליך2" האט דאס א שייכות מיט'ען אפשפארען פון זייער אלטע פורום אחים אנחנו?

נ.ב. אגב עס איז דאס ערשטע מאל וואס זייער מנהל לאט נאכמאכען א זאלי ניק!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 02:56 לינק ישיר 

ט' באב איז נישט דאס ווארט
ווייל ער ''צילייגט די היידפארק ניקס'' (אוטש!!)
ווייל ער זאגט פאקטען וואס יעדער ווייסט די שקר דערפון למשל
אז די ארונים האבען אויך די כל העולם כולו מאגאזין
ער לייקענט אז משה האט אמאל געפירט סאטמאר אין זייט ער האט גענועמן זלמן לייב אין זיך געשוואירען צו שיקען ר' אהרן אויף פלעטבוש זענען זיי 2 פין די גרעסטע לוזער'ס אין די היסטאריע
ער צילייגט אלע 'מעלות' פין רז''ל אויף רבינו שליט''א, ווי בילדער, אינטערנעט וכו'

אין די קעלבעך ווערן נעבעך אזוי העפי, אין וועגן דעם לאזט נישט דער מנהל דארט מגיב זיין (נאך א מזל)

נעבעך






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2010 02:37 לינק ישיר 

און ווידעראום אין הופער איז ט' באב... רבי יונה איז חרוב ונחרב, מ'קען זיך מיט דעם קראנקן בדחן קיין עצה געבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 02:33 לינק ישיר 

די הייליגער בעקער איז נאכמאל ציריק
ס'לעבעדיג אין ראדני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 23:52 לינק ישיר 


נייפעלע, האט עפעס אפאר הערות און פראגעס וואס איז עהם אומגלויבלעך,
אלעס גלייבט ער, זיין פראבלעם איז נאר אז זלמן לייב איז ביזי מיט יענקעלע11
אלזא האבן מיר א 99 פראצענטיגע הסכמה פון אונזער נייפעלע,
איך האב מפורש געשריבן אז זיינע קרעכטצן און מורמלעכטץ איז געווען זייער אומקלאר, מעגליך אז ער האט גערעדט פון יענקעלע גליק, איך ווייס נישט זיכער...

שרייט נעבעך מנהמת לבו, אהרן, גזלנים, שמואל ווידער, חלה דעקל, קדוש'ל, פאללאק, חיבת ירושלים, יענקעלע11, פארשפארן א בית המדרש, יעקל שווארץ, שחיטה מונחת, ר' ישראל חיים מנשה, פרדס פיגא, דוד עקשטיין, שטיינער סטאדיו, וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 22:32 לינק ישיר 

יענקעלע11 דיין ארטיקל האט מיר געקאסט א געשמאקן לאך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 21:35 לינק ישיר 

נייפעלע,
דער ענטפער אויף דיינע ביידע קשיות איז "יא".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 21:23 לינק ישיר 

יענקעלע איך האב צו דיר 2 קשיות.

א   די האלטסט באמת אז ר' זלמן לייב רופט א אסיפה און וויינט "יאנקעלע11"? אדער די ווילסט נאר איך זאל דאס גלייבן? אדער אפילו דאס אויך נישט...

ב   די מצב ביי די זאליס איז די יאר ערגער ווי די לעצטע 10? עפעס אזוי איז משמע פון דיינע ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 20:49 לינק ישיר 

 

די צושרויפטע זאליס זענען אין א ביטער פארלעגענהייט, דא נענטערט זיך דער דינער וואס מען מאכט כ''א כסליו און וואס מיינט איר, ס'איז ביטער ווי א גאל,  יעדער לאכט פון זיי, די טייערע עסקני המוסדות גייען צו די נייע זאלי חסידים און זענען מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס מען זאל זיך עפענען די קעשענעס און וואס מיינט איר באקומט מען צוריק? א ארויס געשטרעקטע צינג!!!, דא איז מען פארזינקען אין חובות פונעם נייעם פאללאק לאט מאחורי הגדר, קיינער וויל דארט עפעס נישט ליגן, יא, זיי האבן פראבירט איינצורעדן דעם עולם אז באמת איז דאס איינס מיטן אלטן בית החיים, ס'איז נאר א המשך פונעם אלטן, און עפעס קלעבט דאס נישט, קיינער וויל נישט געבן דעם מינימאלן סכום פון ח''י מאות שקל כסף, זיי האבן שוין פאברעצירט מכתבים און חלומות פונעם הייליגן ויואל משה אבער זיי האבן נאך אלץ ליידיגע טאשן,

 

האט מען באשלאסן צו מאכן א גענעראל פארזאמלונג, אבער טאקע נאר פאר גענעראלן, משה גבאי מיט זלמן לייב טייטלבוים פארופן א גענעראל פארזאמלונג טאקע ביים רבין אין שטוב, די גענעראלן גייען אריין אל הקודש פנימה, און מען זעצט זיך ארום דעם טיש, פון איין זייט אביש וויינבערגער מיט מאיר ראטה, יודעלע וויינשטאק, זרילע גליק, ליפא טייטלבוים, אדמו''ר מבלעקבערי, יאנקל כהנא, משה גבאי, סיני טייטלבוים, שאול פערלשטיין, משה וואלף קליין, וואלי פריעדמאן, וכו', און מען גייט מטכס עצה זיין וואס מען טיט, ווי איז משה שמואל זופניק? גיט דער רבי א פרעג, איך האב דעם טיפש נישט גערופן!, ענטפערט משה גבאי, איך מיין זאלסט עהם יא רופן, זאגט זלמן לייב, פון די חכמים וועסטו קיין פעני נישט באקומען, דער שוטה לאזט זיך סאקן, גיי רוף עהם,

 

והדבר יצא מפי הרבי שליט''א און משה גבאי נעמט דעם טעלעפאן און רופט אן משה שמואל זופניק און זאגט עהם אז בפקודת הקודש זאל ער שוין אריבער קומען אל הקודש פנימה, עס נעמט נישט מער ווי א 6-7 מינוט און ויבא, ער איז דא, דער רבי שליט''א הייבט אן די אסיפה און נעמט דאס ווארט און הייבט אן מיט א דערשטיקט קול, מיט א דערביטערט געמוהט, ווען טרערן פליסן פון זיינע זיסע אויגעלעך, מורי ורבותי, ס'איז נישט גיט, ס'איז זייער נישט גיט, ס'איז זייער זייער נישט גיט!!! און פלאצט אויס מיט א ביטער געוויין, אזש אז דער עולם האט מיט געוויינט, עפעס האט דער רבי ארויס געשריגן אינמיטן די בכיות, ס'איז געווען זייער אומקלאר, אבער מען האט יא געקענט הערן איז ווי ער שרייט נעבעך מנהמת לבו, אהרן, גזלנים, שמואל ווידער, חלה דעקל, קדוש'ל, פאללאק, חיבת ירושלים, יענקעלע11, פארשפארן א בית המדרש, יעקל שווארץ, שחיטה מונחת, ר' ישראל חיים מנשה, פרדס פיגא, דוד עקשטיין, שטיינער סטאדיו, וכו' הקיצור ס'איז געווען אזא התעוררות ממש ווי הושענא רבה ביי די זאליס.

 

משה גבאי נעמט איבער דאס ווארט, און זאגט מורי ורבותי, איך בין דאך נאנט צום רבי'ן, ס'איז ממש לא זז ידו מידי, און איך וועל אייך אויסזאגן אז שוין צוויי וואכן וואס דער רבי מאכט נישט צו א אויג, ס'גייט עהם ממש בנפשו, לא די אז דער אהרן איז נישט ערגעץ אין א בעיסמענט אין סוט קאראליינע, ווערט ער דער רבן של ישראל, בו בזמן וואס ביי אונז איז כשיטת הבית שמאי פוחת והולך האלטן די אהרונים כשיטת בית הלל און זענען מוסיף והולך, יא, "בגדול החל ובקטן כלה", מיר האבן א גרויסן היכל און א קליינע קהילה..., אבער וויל לאנג מיר האבן נאך געהאט די ריכטער די שופטים אויף אינזער זייט האבן מיר זיך אויס געלאכט, אך דא עקא, מיר פארלירן שוין ליידער די דזשאדזשעס, יא, די דזשאדזשעס ימח שמם האלטן מיר ביים פארלירן, אזוןי ווי איר הערט, ריכטער דעמערעסט, ריכטער אבראזיא, ריכטער אוענס, די אפעלעט קארט ריכטער אלע האבן זיך אוועק געדרייט פונעם אמת און זענען געווארן אהרונים, עה עה עה... און דער עולם וויינט ווייטער, עה עה עה...

 

דער רבי שליט''א נעמט זיך ארויס דאס ווייסע טאשן טיכל, ווישט זיך אפ די זוידיגע טרערן, און זאגט, רבותי, מיר דארפן עפעס טוהן, לא עת לחשות, די גאנצע האראוואניע פון 10 יאר גייט חלילה לטמיון, און באמת איז דאס נישט נאר 10 יאר נאר שוין באלד 18 יאר וואס מיר ארבייטן אויף דעם, און דאס אלעס קען חלילה גיין לאיבוד, לאמיר צוזאמען טראכטן, יועץ  ברוב תשועה , ווער עס האט א פלאן זאל דאס דא ארויף ברענגען,

 

משה גבאי רופט זיך אן אז ער האט א פלאן, ער האלט אז מען זאל אינטער צינדן דעם נייעם בנין אויף ווייט עוועניו און דעם בית המדרש אויף הופפער סטריט, זאלן די אהרונים בלייבן אויף די גאס, וועלן זיי ציפאלן,  און קיקט זיך שוין ארום וועמען צו שיקן, ער ווארפט שוין זיינע בליקן צו משה וואלף קליין און  ער הייבט שוין אן צו שמייכלען, ער חלום'ט שוין ווי דער אהרונישער בית המדרש אויף הופפער סטריט פלאקערט אפ און די אהרונים הייבן צוריק אן צו קומען קיין ראדני, אוי וועט זיין זיס צו געבן כאטש נאך איין שטויס פאר ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער, חיים אליעזר גראס וועט זיך קומען בעטן פאר א עלי' לכבוד די יארצייט פון זיין טאטן ר' יוסף יושע גראס ע''ה און איך וועל עהם זאגן א גרויסן לא מיט א אל''ף, יא, די אויגן הייבן עהם שוין אן צו גלאנצן, די ישועה איז שוין דא, אבער זלמן לייב גיט זיך א הייב אויף און זאגט, האלד איט!!! דער פלאן איז נישט גיט, מיר פארקויפן זיך פאר א נועם המידות פארטיי, פאר איידעלע שטילע ארענטלעכע מענטשן, ווי קענען מיר זיך ערלויבן אינטער צו צינדן די תלמיד תורה און דעם בית המדרש, ס'וועט דאך אונז מבאיש ריח זיין, זאגט משה נעווער מיינד! ס'האט געארבייט אין קרית יואל ביי ילד שעשועים סא פארוואס זאל עס דא נישט ארבייטן?, יא יא זאגט זלמן לייב, דארט האסטו דאס אנגעצינדן און אנגעלייגט אויף אהרן'ען, די האסט געלאכט און יעדער האט עהם באשמיצט, איך בין נישט גרייט דערויף, איך קען נישט נעמען די היץ.

 

אלא מאי וואס זאלן מיר טוהן? פרעגט משה, זאלן מיר בלייבן זיצן מיט צוזאם געלייגטע הענט?, עפעס דארפן מיר טוהן, דער בוטשער פארלירט קאסטאמערס יעדן טאג, דעם בית החיים האבן זיי, ר' ישראל חיים מנשה שיקט שלוחים יעדן טאג אז ער וויל צוריק גיין צו זיי, זיבענבערגן און חיבת ירושלים האבן אויפגעהערט צו אדווערטייזן אין איד,  די יו טי איי קאמפאני איז פארזינקען אין חובות, מיט וואס בלייבן מיר, נישט קיין רוחניות און נישט קיין גשמיות, זאגט זלמן לייב, לאמיר טראכטן עפעס א בעסערע עצה, וואס מיר קענען טוהן, נו, מען טראכט און מען טראכט, אויפאיינמאל שרייט אויס זלמן לייב, בינגו!!! איי גאט איט!!! איך האב א מעכטיגע עצה, וואס? וואס? שרייט יעדער איינער בנשימה אחת,  זאגט זלמן לייב, לדעתי דארף מען צוריק רופן דעם פארמעגליך, יא יא, דעם טייערן פארמעגליך, זאל ער צוריק קומען פון ריטייערמענט, און דאס גייט זיין אונזער ישועה, איי איי האט ער זיי אריין געפליקט, יעדעס מאל וואס ער שרייבט קדוש'ל פלאצט אהרן אוועק, יא, מען דארף עהם צוריק ברענגן,

 

ניין, זאגט משה גבאי, דאס קען נישט געשעהן, פארוואס? פרעגט זלמן לייב, פארוואס? ענטפערט משה, מיר זענען עהם שולדיג קרוב צו 70 אלפים ווי קען איך עהם בעטן ווייטער צו ארבייטן, נו, דאס אלעס? פרעגט דער רבי שליט''א, רבי משה שמואל וועט דאך זיכער וועלן האבן א חלק אין ראטעווען אונזער קהילה, ער וועט זיכער געבן די שבעים אלפים כיכר כסף, און הייבט שוין אן מסביר זיין פאר משה שמואל וואס פאר א גרויסע זכי' ער קען זיך יעצט קויפן, די שמחה אמיתית פון יעדן זאלי וואס דער פארמעגליך ברענגט וועט אלעס גיין אויף זיין חשבון, יש קונה עולמו בשעה, ער קען זיך יעצט איינקויפן דעם זכות פון ראטעווען די גאנצע מלכות הזאלי.

 

וואלי פריעדמאן האקט אריין, און זאגט, אעך קים יעצט פון ארץ ישראל, אעך האב דארט אויסגעטיילט פאר די 16 כולל יונגעלייט די קאפיס פון פארמעגליך, וואס זאל אעך זאגן פאר'ן רבי, ס'האט זיי פשוט מחי' געווען, איך ריר מיך נישט אוועק אן דעם, ס'איס מיך פשוט מחי' נפש, איבעראל ווי אעך גיי נעם איך דאס מיט, אפילו אין בית הכסא, און אפילו אין די מקוה, אעך שלאף מיט דעם, אעך שטיי אויף מיט דעם, דאס איז ביי מיר חשוב'ער ווי די עשרת הדברות, און אעך וויל בעטן משה שמואל ער זאל האבן שכל און אנעמעם דעם רבינס הצעה און באצאלן די 70 אלפים פאר פארמעגליך, און נאר דאס קען ראטעווען די זאך,

 

משה שמואל טראכט און טראכט, ענדליך גיט ער א שריי אויס א קיי, איך גיי באצאלן די 70 אלפים, דער עולם האט ספאנטאן אנגעהויבן צו קלאטשן, מען האט זיך געגעבן א היי פייוו, משה שמואל שרייבט אויס דעם טשעק ועיר הזאלי צהלה ושמחה.

 

 

 

 

 



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 19/11/2009 21:33:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 19:58 לינק ישיר 

דרך אגב ווען ר' שמואל זאל כאטשיג זיין דער רבי יונה וואלט כאטש געווען א שטיקעל נחמה פאר זיי.

ר' שמואל טוט וויכטיגערע פעולות ווי שרייבען אין פאמפען אויף היידפארק, ב''ה.

עס איז אמאל אדורך א חכם אין א דארף זעהט ער ווי אפאר דארפסלייט שטייען אין שפייען מיט האס  אויף א קליינע מיני ווען, אין שעלטען אין שרייען אויפן מיני ווען.
פרעגט זיי דער חכם וואס ווילט איר פין דעם מיני ווען?
ענטפרט דער יונגסטער פין זיי: וואס הייסט דער 'בולדאזער' האט די נאכט ציווארפען אינזער הויז וואס מיר האבען נאר ג'גנב'ט פינעם שכן.
דער חכם האט זיי נישט געקענט מסביר זיין אז דאס איז א מיני ווען אין זיי האבען א אימשילדיג קרבן אין א בולדאזער קוקט אינגאנצען נישט אזוי אויס.
אין דער חכם זענדיג מיט וועם ער האט דא צו טוהן, איז זיך ווייטער געגאנגען מיט א שמייכעל אויף די ליפען.

אזא פנים טראגען זיי נעבעך!

אין ווען מ'וויל אפטוהן אין נקמה נעמען אין ר' שמואל, האקט מען אויף ר' יונה אין מ'שרייט משכיל....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרייליך ביי די זאלי'ס, מ'האט לופט צו אטעמען, דער הייליגער בעקער איז ציריק...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext