נפל טייערע איך בין נישט געקימען דא צו פארקויפן חסידות איך ענטפער נאר פאר די וואס האבען קשות! פארוואס איך האב געשריבען דאווענען און תהילם זאגען איז ווייל דאס איז וואס מען האט געקענט אביסל מיט האלטען, איבער
די עבודה וואס די רבי לייגט אריין אין צדקה וחסד דארף איך קיינעם נישט
פארקויפן, און וועגן לערנען גמרה תוס' און זוהר הק' און ספרי חסודת דאס
קען מען טאקע זעהן און די 6 בענדער עבודת עבודה. אין אז די זאגסט אז די
זעהסט נישט קיין קליפס ווי די רבי זאגט המוציא ברבים איז ווייל יעדער
ווייסט אז טאהש'ע רבי איז אייביג געווען קעגען כאפען בילדער און זיכער
אזוי מיט ווידיאו, אבער און רבינס שטוב ווי עס געפינען זיך ליידער משה
ראטמאן מיט זיינע מענטשען וואס עס גייט זיי גאר ווייניג אן וואס עס די
רביס רצון במילא אין רבינס שטוב קען מען כאפן פיקטשערס און ווידיאו'ס אן
קיין פראבלעם, אבער ברבים איז דא גאנץ ווייניג פיקטשערס פון יענע יארן,
לעצטנס איז צווישן עולם אויך מותר ווייל נאר ראטמאן פארשטייט 'עכט' וואס עס
איז די רביס רצון.
נשלח ב-23/11/2009 19:12
איש גמזו, טאהשער רבי האט קיינמאל נישט געטרינקען קיין טשיקען זיפ פארן דאווענען! טאהשער רבי'ס עבודה איז נישט באשטאנען פון "אגאנצען טאג אנגיין מיט עבודת הקודש ווי דאווענען און זאגן תהילם 3-4 שעה". עפ"ל. די מתנגדים בשעתם האבן גאזאגט אויף די שרפי מעלה הבעל שם טוב ותלמידיו אז זייער עבודה באשטייט פון דאווענען און זאגן תהילים. עפ"ל.
איך געדענק ווי היינט דעם רבי'ן עבודה 6-7 שעה רציפות יעדן טאג ביים שטענדער אין חדר פרטי אינדערהיים מיט גמרא תוספות וכו'.
דאס אז די רבי זאל פריוואט אריינלייגן א גרעסערע עבודה איז קיין שום פגיעה בכבודו הרמה, אדרבה דאס איז נאך א דרך און עבודת השם פון זיך באהאלטן. אין מיינע אלע יארן אין טאהש האב איך נישט געזען אזא לאנגע המוציא (קען זיין פארדעם טאקע איז ארויסגערינען דווקא דעם קליפ).
און צו דיר קליפ, דיין קאזין וואס ליידט פון OCD גייט אויך 5 מאל א נאכט קוקן אויב די טיר איז טאקע פארמאכט און ער וואשט אויך זיין הענט יעדע 10 מינוט ביים דאווענען הייבט ער אן דעם זעלבן שטיקל נאכמאל און נאכאמאל וכדו' איך ווייס נישט וואס די הלכה איז ביי א OCD ליידענדער אבער ווען די שאלה איז ביי די המוציא פון טאהשער רבי איז זיכער אז די אמן קומט צום סוף, אויב די ווילסט נישט הערן קיין גמרא\מנהגים קען איך דיר נישט העלפן.
נשלח ב-23/11/2009 06:41
די אלע זאכן זענען פיין און וווואיל- אבער דאס איז נישט דער נושא דא מיר ווייסן אלע אז טאהשע רבי דינט דער באשעפער שוין 70 יאר כולו לה' און יעדער ווייסט אז ער איז פון די גרויסע אידן בדורינו,
די סיבה פארוואס כהאב געלייגט די קליפ איז צו וויסן די הלכה ווען מ'דארף ענטפערן אמן, איך אליין האב אין מיין משפחה איינער וואס ליידט אויף OCD און כוויל וויסן ווען מדארך ענטפערן אמן, יעדע זאך האט א הלכה, איך פרעג נישט קיין שאלה אויף טאהשער רבי, און סאיז נישט מיין ביזנעס צו טאהשער רבי טוט ווי די הלכה אדער נישט
כוויל וויסן למעשה און כבעט יעדער נאכאמאל... מזאל נישט קומען מיט קיין גמרות/מעשות/מנהגים/וכדו. פלעין די הלכה וואס מדארף טוהן!!
לאמיר זעהן צו די הייד פארק חברה קענען אויך אמאל רעדן צום זאך... חוץ שרייבן אגאנצן טאג שטותים און לאקשן...
נשלח ב-23/11/2009 01:14
דאס איז וואס נפל שרייבט ברבים נעמט דאס כמעט קיינמאל נישט אזוי לאנג אבער ביז
10 מאל איז א נארמאלע ערשיינונג, אבער דא ווען די רבי געפינט זיך אין
צימער פריוואט קען זיין ער לייגט צו מער קאפ צו די כוונות פארדעם נעמט דאס
לענגער. ח"ו אזוי צו זאגען! איך ווייס נישט פון וועליכע רבי די ביסט א חסיד אבער א טאהשע חסיד זעהט אויס אז די ביסט נישט, די האלסט אז הרה"ק מטאהש זיכט איינעם צו פאפען אדער געפעלן אז ברבים טוט ער אנדערש ווי ווען ער איז אליינס. עס איז אייביג געווען צייטן ווען די ברכה המוציה האט גענימען לענגער אדער שנעלער אבער קיינמאל איז דאס נישט געווען אנדערש אינדערהיים ווי ברבים. און צו די וואס האבן א פראבלעם מיט די הלכה דארפן קודם וויסן די סדר היום פון טאהשע רבי דאס מיינט אז די ברכה אויף "פת שחרית" איז ארום 10-11 ביינאכט נאכן נישט עסען גארנישט אגאנצען טאג נאר טרינקען מייערן דשאס ארום 7 אינדערפרי און נאך מיטאג פארן דאוונען א גלאז טשיקן זופ, און אגאנצען טאג אנגיין מיט עבודת הקודש ווי דאווענען און זאגן תהילם 3-4 שעה, ווי עס געווען די סדר פון רבין יענע יארן ווען די קליפ איז (שנת ס"ו ס"ז) ווען די רבי איז גווען מער ביי די כוחות פלעגט ער עסן הערשט פאר די עלות.
קליפ, אזוי זאגט די גמרא לגבי א צדוקי וואס מ'הערט נאר זאגן די לעצטע חלק פון די ברכה
די קליפ ווי די רבי וועלגערט זעט מען משה ראטמאן הייסט דעם כאפער אויסלעשן די קעמרע...! דאס איז א גוטס והמבין יבין...
נשלח ב-22/11/2009 22:29
עס איז א מורא'דיגער קליפ.
א שטיק יראת שמים.
נשלח ב-22/11/2009 22:25
"דאס איז זיכער אז אמן ענטפערט מען אויף די כוונה פונם מברך"
פון ווי נעמסטו דאס, מראה מקום ביטע...
נשלח ב-22/11/2009 21:14
הרה"ק ר' אליעזר צבי בן הרה"ק מקאמארנא זי"ע רעכנט אויס אין זיין ספר געוואלדיגע יחודים און כוונות אויף "הארץ", א חלק פון דעם איז ווי אזוי מען דארף ארויסזאגן דעם ה און ווי אזוי מען דארף משלב זיין די האר וכדו' מיר האבן אין די ענינים נישט קיין שום השגה. ונאמנים עלי כוונותיו הטהורים פון טאהש'ער רבי.
דאס איז זיכער אז אמן ענטפערט מען אויף די כוונה פונם מברך דעריבער קימט די אמן דעמאלט'ס ווען דער מברך האט לויט זיין כוונה ריכטיגע ארויסגעזאגט דעם ברכה און דאס איז ביים סוף. יעדער וואס איז אמאל געווען אין טאהש ווייסט אז די רבי מאכט אזוי דעם ברכה, ברבים נעמט דאס כמעט קיינמאל נישט אזוי לאנג אבער ביז 10 מאל איז א נארמאלע ערשיינונג, אבער דא ווען די רבי געפינט זיך אין צימער פריוואט קען זיין ער לייגט צו מער קאפ צו די כוונות פארדעם נעמט דאס לענגער. קוקט וועט איר זען אז במשך די גאנצע ברכה נעמט ער נישט אראפ זיינע הייליגע אויגן פון די ווערטער אינם סידור! די רבי מאכט קיינמאל נישט א ברכה אן א סידור!