בית פורומים כל העולם כולו

לע"נ הרבנית מרת חי' רויזא ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2009 20:21 לינק ישיר 
לע"נ הרבנית מרת חי' רויזא ע"ה

מען דארף א טראכט געבן די רשעות וואס מען האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט, און נאך עד היום גייט עס אן באונס או במזיד, רביה"ק זי"ע האט געהאט דריי טעכטער וואס זענען ל"ע אועק אינגערהייט, נישט איבערלאזענדיג קיין דורות און קיין זכר נאך זיי, מרת חי' רויזא, מרת אסתר, מרת רחל.

א נאמען געבען און פאראייביגט א לע"נ, האט מען נאר נאך צוויי, בית רחל, בית אסתר, אבער פאר די עלטסטע טאכטער בית חי' רויזא נישט.

סאטמאר האט בנינים לרחצה אויף דער גאנצער וועלט, תלמוד תורה, מיידל שולע, בתי מדרשים, קעמפס, כוללים, ישיבות, גמ"ח, ביקור חולים, שמחה זאלן, מקואות, וכו', אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעקוואד, בעסוואטער, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, מאנטריאל, ארגענטינא, בני ברק, ירושלים, אלעד, און נאך, אבער קיין איינע פון די בנינים, צו אפילו אין די בנינים, געפינט זיך נישט די נאמען פון מרת חי' רויזא, לא יפקד ולא יזכר.

פארוואס? דאס איז א שטיק רשעות וואס איז אומעגליך צו באשרייבן, נאר אזוי פיל אפען שפיץ גאפל, די נאמען חי' רויזא איז חזיר טרייף געווען ביי...? און אירע מענטשן פירן נאך עד היום קריג מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר נאמען, און ווער עס האט נאר געוואלט מאכן א זכר פאר די צדיקת חי' רויזא איז גלייך געווארן א שייגץ טמא, און גערוידפט עד חרמה, און זיכער האט מער נישט באקומען קיין בעכער ביי די בר מצוה, און לייכטערס ביים חתונה מאכן.


עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל אפשטעלן די רשעות, און מען זאל אנהייבען א נאמען געבן נאך איר, א מיידל שולע, בית המדרש וכו'.

פארוואס האב איך מיך דערמאנט איצט, ווייל די מוסרים מלשינים פון קרית יואל, וויינען און שרייען אז מען וויל רח"ל אויסרייסען די נאמען פון הרבנית מסאטמאר ע"ה, און מען וויל נישט פאלגן איר הייליגע צוואה, מען וויל אפשפארן די ביהמ"ד וואס שטייט לעילוי נשמתה.

איז אזוי, ווי איך הער איז זייער שרעק אינגאנצען אומזינסט, און א פאלטשע געוויין, ווייל קהל יטב לב פלאנט אי"ה טאמער וועט צוריק איבערנעמען די גע'גנב'טע הויז, וועט מען ווייטער לאזן רוב חלק פאר א ביהמ"ד, צו היכל טישן וכו', וואס וועט ווייטער זיין לע"נ הרבנית ע"ה, איר נאמען זאל ווייטער זיין צום געדענקען, לעילוי נשמתה בעולם העליון, חוץ דעם איז דא צענדליגע בנינים וכו' וואס הייסן נאך איר און איז לעילוי נשמתה.
 
און ארגסטן פאל, אז איר נאמען וועט אראפ גיין פון א קרעטשמע וואס מען רעדט דארט צוזאם א גאנצן טאג כל דבר אסור, און מען טוט דארט כל פעולות שבעולם אונטער צו ברענגען די מוסדות און קהלות וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט, און אלע מוסרים ומלשינים מסרבים לדין זיצן דארט און שטיפען דעם טאג, וועט עס נישט שאדן טאן פאר איר נשמה בעולם העליון.

אבער און די זעלבע צייט זאל מען דארט אויך מאכן א שטיבל ללימוד התורה לע"נ הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא הי"ד, אז איר הייליג נאמען זאל אויך זיין צום געדענקען, און אלע זכותים זאל גיין לטובת איר הייליגע נשמה.

פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז די נאמען פון חי' רויזא האט מען אויסגעריסען?

פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז נאך עד היום ארבעטן זיי מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר הייליג נאמען?

ת.נ.צ.ב.ה.



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 29/11/2009 07:00:12




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:34 לינק ישיר 

השם ינקום דמה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:38 לינק ישיר 

או וויי דער טראק איז ארויס געפארען אויף די הינער אויג פון די טירנויער'ס,

די דאזיגע טירנויער'ס האבן געהאט א גרויס חלק און דעם טראגישען אומקום פון הרבנית הצדיקות חי' רוזא בת מרן  יואל הי''ד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:57 לינק ישיר 

פארשטיי דארפסט פארדאנקען די טירנויערס ווייל ווען נישט זיי אפשר וואלט נאך הרבנית חי' רויזא
ע''ה געבוירן א קינד וואס וואלט געווען דער יורש דאורייתא און רביה''ק בעל ברך משה זי'''ע
וואלט ווייטער געבליבן אין סיגוטער ביהמ''ד אין בארא פארק ביז כ''ו ניסן תשס''ו

און ר' אהרן וואלט געזיצן אין סיגוט בארא פארק אויף ר' יעקב בערס פלאץ
און ווי וואלט ער ווען געקענט ארויסגעבן אזויפיל תלמידים וואס מאנרא ישיבה האט ארויסגעגעבן
און וואס וואלט געווען מיט אריזאנע ווייץ און מיט די טייערע חתונות?
און מיט די הושענא רבא בכיות?

אשריך טירנויערס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 21:24 לינק ישיר 

[quote]

מען דארף א טראכט געבן די רשעות וואס מען האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט, און נאך עד היום גייט עס אן באונס או במזיד, רביה"ק זי"ע האט געהאט דריי טעכטער וואס זענען ל"ע אועק אינגערהייט, נישט איבערלאזענדיג קיין דורות און קיין זכר נאך זיי, מרת חי' רויזא, מרת אסתר, מרת רחל.

א נאמען געבען און פאראייביגט א לע"נ, האט מען נאר נאך צוויי, בית רחל, בית אסתר, אבער פאר די עלטסטע טאכטער בית חי' רויזא נישט.

סאטמאר האט בנינים לרחצה אויף דער גאנצער וועלט, תלמוד תורה, מיידל שולע, בתי מדרשים, קעמפס, כוללים, ישיבות, גמ"ח, ביקור חולים, שמחה זאלן, מקואות, וכו', אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעקוואד, בעסוואטער, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, מאנטריאל, ארגענטינא, בני ברק, ירושלים, אלעד, און נאך, אבער קיין איינע פון די בנינים, צו אפילו אין די בנינים, געפינט זיך נישט די נאמען פון מרת חי' רויזא, לא יפקד ולא יזכר.

פארוואס? דאס איז א שטיק רשעות וואס איז אומעגליך צו באשרייבן, נאר אזוי פיל אפען שפיץ גאפל, די נאמען חי' רויזא איז חזיר טרייף געווען ביי...? און אירע מענטשן פירן נאך עד היום קריג מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר נאמען, און ווער עס האט נאר געוואלט מאכן א זכר פאר די צדיקת חי' רויזא איז גלייך געווארן א שייגץ טמא, און גערוידפט עד חרמה, און זיכער האט מער נישט באקומען קיין בעכער ביי די בר מצוה, און לייכטערס ביים חתונה מאכן.

נישט נאר וואס מען האט איר נעבעך בידים גע'הרג'ט, מיט א מיתה משונה ל"ע, ה' ינקום דמה, פירט מען א מלחמת חרמה אז מען זאל פארגעסן אז רביה"ק זי"ע האט געהאט די טאכטער חי' רויזא, און טאמער וועט איינער יא געדענקן אדער זיך דערמאנען פון די נאמען, זאל טראכטן אז זי איז געווען אן אויסווארף... אדער געווען נעבעך א מאנגוא...

עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל אפשטעלן די רשעות, און מען זאל אנהייבען א נאמען געבן נאך איר, א מיידל שולע, בית המדרש וכו'.


ת.נ.צ.ב.ה.



תוקן על ידי טראק ב- 22/11/2009 20:53:56

 

[/quote]

אויף דעם בין איך מוחה בקול תרועה גדולה!!!

ווען די שרייבסט אז די זאליס זענען די רוצחים החרשתי ווען א זאלי שרייבט אז ענק זענען די רוצחים החשרשתי, ווייל איך פארשטיי אז די שרייען רוצחים האט גאר ווייניג מיט אמת... עס איז גוט יעצט פאר די פאליטיק צו שרייען רוצחים. שרייט מען רוצחים. אבער דא אין דיין קיגל פרעגסטו אפ ביידע סאטמארע רבי'ס צונאמזאם! היתכן טאקע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:26 לינק ישיר 

עס האט טאקע מיט ביידע סאטמאר רביס זי"ע.

מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט עס אז זיי האבן נעבעך געהרגט זיין טאכטער.

מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט די זעלבע האבן אים אויך געוואלט הרג'נען.

זיי מוחה בקול שברים גדול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 23:24 לינק ישיר 

נפל
די וויסט אפשר וועם מהאט געמאכט פאר א שעיר לעזאזאל צי גיין זאגן פאר רבין ז"ל די ביטערע בשורה אז זיין איינציגסטע קינד איז נישט דא מער ?? 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 20:41 לינק ישיר 

ווען מען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 22:39 לינק ישיר 


אודות ביהמ"ד חסידי סאטמאר ברחוב רמב"ם בבני ברק
 
Image and video hosting by tinypic Image and video hosting by tinypic



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 23:10 לינק ישיר 

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא שטייט, דאס הארץ ווערט צוריסען.

שטייט דא א רבן של ישראל א קדוש וטהור, און הייסט אז דאס ביהמ"ד זאל הייסן לע"נ זיין לעצטען טאכטער חי' רויזא ע"ה, וואס איז נעבעך אוועק געריסען געווארן פון אים, דאס צער פונעם רבין זי"ע איז דאך נישט מעגליך פארצושטעלען, דאס הארץ בלוט נאר פון טראכטן דערוועגן.

אבער מען פייפט אים אן, און מען לאזט נישט טאן זיין רצון.

איך מיין אז מען זאל ארויף לייגן איצט א סיין פאר חי' רויזא בבית מדרשינו אין בני ברק, צו ערפילען איינמאל פאר אלעמאל די רצון קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע, און אפשטעלען די רשעות פונעם תמחה זכר חי' רויזא מתחת השמים, וואס גייט נאך אן ליידער עד היום.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 01:34 לינק ישיר 

עס וואלט געווען א פאסיגע זאך (כאטשיק עפעס) אז בעפאר די יארצייט זאלן די היימישע צייטונגען און גליונות (ווי למשל ממעיינות, קול התאחדותינו) אריינלייגן א דערמאנונג אז היות זי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק דעריבער זאל מען זאגן תהלים, לערנען משניות וכדו'.

און אפילו זי איז ל"ע אוועק פון די וועלט אזוי טראגיש, אבער מיר וועלן קיינמאל נישט פארגעסן אירע העראישע פעולות וואס זי האט אלץ געטוהן, צו איז דאס געווען בעפארן קריג ווען זי איז געשטאנען לידו הגדולה פונעם הייליגן פאטער זי"ע און ארויסגעהאלפן מיט אלעם, זי איז געווען די אמבאסאדאר וואס דער רבי האט ארומגעשיקט פאר אלע הייליגע שליחות'ן (ווי אויפשטעלן די אידישע שפיטאל אין סאטמאר ועוד ועוד). אדרבה פרעגט פאר עלטערע אידן וואס זי האט אלץ געטוהן.

יהא זכרה ברוך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 23:56 לינק ישיר 

זרחי
כ'וואלט דיר דאנקבאר געווען אז די לייגסט  איבער די תגובה ווייל כ'קען עס נישט זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לע"נ הרבנית מרת חי' רויזא ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext