דער ראש עריית ירושלים האט יעצט ארויסגעגעבן א באפעל אז די נייע בנין פון תולדות אהרן אין וועלכע עס ליגן שוין איבער 15 מיליון דאלער דארף תיכף ומיד פארשפארט ווערן און אלע טירן און פענסטרער'ס פארשטאפט מיט סעמענט!
די אפיציעלע תירוץ איז ..."די בנין אין געבויעט מיט לויט אלע פארשריפטן"... איי ווי איז די עריי' געווען ביז היינט?
ירושלים גייט פארן אויפ רעדער, אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז געווען לעבעדיג, ווארט אויף וואס ס'גייט קומען.
נשלח ב-22/11/2009 22:34
דאס הייסט א "צו איטום" מען טאר נישט אריינגיין אינם בנין פאר קיין שום סיבה. דערנאך קומט א "צו הריסה" די רגע עס איז דא א "צו הריסה" גייט די בנין אראפ מיטן גוטן ווילן אדער מיט מכות...
שטעלט אייך פאר וואס וועט פאסירן ווען טרעקטאר'ס פון די שטאט ראט און ירושלים ווען זיך אנהייבן דערנענטערן צום ביהמ"ד... השם ישמרינו
נשלח ב-22/11/2009 22:42
מיין טעות, איינער האט מיר פאראכטן אין אישי.
"צו איטום" מיינט אז דער בעל הבית דארף דעם בנין אראפווארפן, אויב דער בעל הבית פייפט זיך אן דאן קומט א "צו הריסה" און די שטאט ווארפט דאס אליינס איין.
לויט די שטאט ראט דארף דער בנין תיכף ומיד ווערן איינגעווארפן, עסקנים פון תולדות אהרן לייגן יעצט אריין גרויסע כוחות אז די שטאט ראט זאל מבטל זיין די גזירה.
די שטאט ראט גיבט איבער אז זיי האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון תולדות אהרן נישט וועלענדיג האבן קיין מלחמות מיט זיי אבער א געוויסע "ארגאניזאציע" האט אריינגעגעבן א מסירה! איך מיין אז דער עולם קען זייער שנעל געס"ן ווער די מוסרים זענען!
נשלח ב-22/11/2009 22:53
יעצט וועלן דע בני יואלע חברה שוין האבן ווער סזאל מיט וויינען מיט זיי וועגען איינע פין זייערע בתי מדרשים זענען אויך נישט ליגעל
נשלח ב-23/11/2009 19:17
דערווייל פייפט תולדות אהרן אויף די שטאט ראט, נעכטן נאכט איז פארגעקומען א גרויסע בר מצוה פאר א אייניקל פון רבין אינם גרויסן ביהמ"ד. די שטאט האט זיך דערווייל נישט וויסענדיג געמאכט.