בית פורומים כל העולם כולו

מודה ועוזב: רז"ל פיליפ אויס מסרב לדין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2009 02:03 לינק ישיר 
מודה ועוזב: רז"ל פיליפ אויס מסרב לדין

 אין די איצטיגע טעג ווערט געמאלדן מיט גרויס פרייד אז ב"ה רז"ל פיליפ האט זיך געבויגן צו די הוראת הבי"ד פון רבי נסים קארעליץ און ער האט שוין אנגעהויבן צו אויספאלגן דעם פסק פון די בי"ד.

עס מוז דא באטאנט ווערן אז די ארבעט דא אויף הייד פארק האט אויפגעטהון זיינס און נאכן אויפדעקן לעיני כל די אומגלויבליכע סירוב לדין ולא ציית דינא פון רז"ל פיליפ וסייעתו אונטערן נאמען פון "תלמוד תורה רבינו יואל בני ברק" צו אויספאלגן דעם פסק בי"ד בנוגע די באצאלונגען פאר די בני המשפחה פון דער לאנג-יעריגער מנהל הת"ת הרב רחמים בר משה שליט"א, עס האט שוין געהאלטן עד כדי כך אז די בי"ד ידוע ומפורסם פון הגר"נ קארעליץ האבן שוין ארויסגעגעבן א היתר זיך צו ווענדן צו די ערכאות און ארויפצווינגען א עיקול אויף רז"ל פיליפ'ן.
ווי פארשטענדליך האט דאן די נייעס אויפגעשוידערט יעדן מענטש וואס טוהט איהם וויי חילול ש"ש צוזעהנדיג אז נישט קיין צוויטער פון א דיין א מכלומרשטער קנאי (?) זאל זיין א פרעכער מסרב לדין ולא ציית דינא און וואו ביי א בי"ד וואס ער האט זיי אויסגעוועלט צו דן זיין איבער דעם סכסוך בנוגע אט די "געוועזענע" ספרד'ישע תלמוד תורה.
די זאליס האבן נישט געוואוסט וואו זיך אהין צוטהון מיט די מעשה נבלה פון רז"ל פיליפ (נישט רז"ל פיליפ און נישט ריח"מ פרידמאן...) נאך עטליכע טעג האבן זיי שנעל צוזאמגעשטעלט א קונטרס (ווי זייער נוסח אין אזא פאל) און פארענטפערט די עבירה פון פיליפ'ן מיטן אויסטרעפן א גרעסערע עבירה אויף דעם בר משה אז ער נעמט געלט פון די רעגירונג, אבער זעהענדיג אז די תירוץ ארבעט זיך נישט אויס, האבן זיי געוואלט אפלייקענען די גאנצע פסק פון בי"ד דורכ'ן אויסשטעלן א צווייטע פאלטשע בריוו פון בי"ד וואס וועט אלעס אפלייקענען.
דער שעיר לעזאזל יואל יוזשעף בן עזריאל איז געלאפן צום בי"ד מיט די פאלטשע בריוו און זיי געזאגט אז דאס האט בר משה געמאכט, די בי"ד האט אריבער גערופן דעם בר משה און געהערט פון איהם אז ער האט נישט קיין יד אין דעם, האבן זיי נאכן גובה עדות זיין באשריגן דעם יוזשעף מיט קולי קולות אז ער זאל איבערגעבן פאר פיליפ'ן וסייעתו אז זיי שרעקן זיך נישט פאר די אלע דריידעלעך אין די טמא'נע אינטערנעט וכדו' דאס וועט זיי נישט ברעכן פון צו משמיע זיין די דעת תורה אז זיי זענען מסרבים לדין, זיי האבן איין איינציגע ברירה אראפצונעמען די אות קין דורך אויספאלגן דעם פסק בי"ד תיכף ומיד.
עס האט נישט געקומען קיין גאנצע מעת לעת און דער שיק אינגל איז געקומען צולויפן מיט א גרויסע חלק פון די סומע וואס מ'האט געדארפט אראפלייגן לויט די פסק, און טאקע גלייך האט די בי"ד ארויסגעגעבן א בריוו אפצוהאלטן דערווייל זייער ביז יעצטיגע היתר זיך צו ווענדן צו די ערכאות.
יעצט האפט מען נאר אז ר' זלמן לייב (פיליפ) זאל משפיע זיין אויף ר' זלמן לייב (ט"ב) אויך דאס צונאכמאכן און זאפארט ארויסציען די תביעה פון די ציוניסטישע געריכט און אונטערחתמענען שטרי בירורין כדת תורה.
געדענקט: תשובה צו טהון איז נישט קיין בושה, ומודה ועוזב ירוחם 
 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 02:11 לינק ישיר 


זייעהר אַ שיינע מעשה, אבער פאפירן ביטע..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 02:34 לינק ישיר 
דער בי"ד באשטעטיגט אז זיי האבן באקומען 4 טשעקן אין סכום פון 45.000 שקל פון מוסדות רבינו יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 04:33 לינק ישיר 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 23:27 לינק ישיר 

יעצט איז צו ערווארטען אז ער זאל האבען א השפעה אויף זיינע קאלעגעס די הולכים בערכעות ומסרבים לדין פין וומ''ס, בני ברק, ק''י וכו'
אין מקדש זיין ש''ש.

אגב, די תשובה איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס דער א''ד יאזעשעף מאכט אן אפיעל אין וומ''ס פאר די ת''ת, אין זעהט אויס אז ער האט נישט געוואלט די קאפ וויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 07:14 לינק ישיר 
די בריוו פון בי"ד ווי זיי נעמען אראפ דערווייל דעם היתר לערכאות וויבאלד רז"ל פיליפ האט אנגעהויבן צו אויספאלגן דעם פסק בי"ד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מודה ועוזב: רז"ל פיליפ אויס מסרב לדין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext