אבער לאמיר נישט אריינקריכן........ס'איז נישט אזא סוד אז אז עס זאל דארפן א באזונדערע אפהאנדלונג, איז מיין פערזענליכע בקשה און פראגע: ווי איך זעה האט דער שרייבער פון הודעה יונה בעקער: כ"א כסליו טריפ! (סוד גדול) שטענדיג פארמאגט צוטריט צו פארשידענע אפציעס וואס אונז פשוטע שרייבער האבן נישט, ווען ער האט געוואלט אז זיינע ארטיקלן זאלן לאנג געזעהן ווערן האט עס באלד באקומען א בכבוד'דיגער ארט אויבן אן און עס איז קיינמאל נישט גערירט געווארן, און איצט ווען דער אחים אנחנו פארום איז פארשלאסן געווארן און עס האט זעך געעפנט דער אידישער געדאנק פארום איז ער ווידעראמאל דער איינציגער וועלכע האט צוטריט צואפציעס וואס קיינער פארמאגט נישט, איז מיין פראגע וואס איז דער באדייט דערפון? און איז טאקע אמת אז מען דארף זיין דער מנהל צו קענען מאכן אז די אייגענע ארטיקלן זאלן פארבלייבן אויפן אויבן אן?... אדער לעב איך גאר אין א טעות?... אדער האב איך אויך א וועג אז מיינע ארטיקלן זאלן קענען אראפגעזעצט ווערן אויבן אן נעבן די תקנות הפרום, און עס זאל נישט קענען זיין רירבאר?............!
נשלח ב-23/11/2009 16:52
איך בין אויך שטארק צומישט פון די אנפירערשאפט פון דעם פארום, ווייל אין דער צייט וואס "אחים אנחנו" האט פרובירט זיך צו האלטן נייטראל און כמעט נישט געמעקט קיין תגובות חוץ אין אויסנאם פעלער ווען מ'האט ממש עובר געווען אויף תקנות הפארום, איז דער איצטיגער "אידישע געדאנק" פיל ווילדער און מעקט תגובות אן קיין שהיות און קיין שאלות בעיקר תגובות אקעגן הרע"ה ט"ב מקרית יואל, ער האט מיר שוין געמעקט אפאר מאל נארמאלע תגובות אן קיין שום סיבה נאר ווייל ס'איז קעגן דעם סבלן הרע"ה הידוע.. דעריבער קלער איך אז דאס איז א ארונישער מנהל וואס קען באשטיין אריינצוכאפן דא די זאלוינישע שרייבערס אין זיין זאק אריין..
נשלח ב-23/11/2009 18:21
לויט ווי איך מאעק דער מנהל אויס אלעס וואס ס'ווערט געשריבן ווילד אין מיט שארפע משוגענע לשונות פין ביידע זייטן ווייל ער וויל מסתמה אז יעדער זאל דא ליינען אין שרייבן אין פרעמדע מענטשען זאלן אויך וועלן אריין קיקען אין דעם אשכול
נשלח ב-24/11/2009 03:24
קארעספדאנט כתב:
גראדע בין איך נישט דער ערשטער וואס עס פלאגט די פראגע, אבער מיין נייגער האט זיך אין מיר געשטארקט און איך וואלט געקענט באשטיין אז מען זאל מיר געבן א צופרידענשטעלענדער ענטפער.
אבער לאמיר נישט אריינקריכן........ס'איז נישט אזא סוד אז אז עס זאל דארפן א באזונדערע אפהאנדלונג, איז מיין פערזענליכע בקשה און פראגע: ווי איך זעה האט דער שרייבער פון הודעה יונה בעקער: כ"א כסליו טריפ! (סוד גדול) שטענדיג פארמאגט צוטריט צו פארשידענע אפציעס וואס אונז פשוטע שרייבער האבן נישט, ווען ער האט געוואלט אז זיינע ארטיקלן זאלן לאנג געזעהן ווערן האט עס באלד באקומען א בכבוד'דיגער ארט אויבן אן און עס איז קיינמאל נישט גערירט געווארן, און איצט ווען דער אחים אנחנו פארום איז פארשלאסן געווארן און עס האט זעך געעפנט דער אידישער געדאנק פארום איז ער ווידעראמאל דער איינציגער וועלכע האט צוטריט צואפציעס וואס קיינער פארמאגט נישט, איז מיין פראגע וואס איז דער באדייט דערפון? און איז טאקע אמת אז מען דארף זיין דער מנהל צו קענען מאכן אז די אייגענע ארטיקלן זאלן פארבלייבן אויפן אויבן אן?... אדער לעב איך גאר אין א טעות?... אדער האב איך אויך א וועג אז מיינע ארטיקלן זאלן קענען אראפגעזעצט ווערן אויבן אן נעבן די תקנות הפרום, און עס זאל נישט קענען זיין רירבאר?............!
עס זענען דא 2 אפשענס אז דיינע ארטיקלעך זאלן קובע מקום זיין נעבן די תקנת הפורום, איינס איז דער אישי פאסט קעסטל, צווייטענס איז דער אימעיל [email protected], בוסט מכובד זיך דארט איינצומעלדן וואס פארא סארט שרייב ווערק די ווילסט אהערשטעלן פארן ציבור און מיר וועלן דאס בעזר השם מכבד זיין פונקט ווי פארמעגליך'ס ארטיקלעך
נשלח ב-24/11/2009 04:04
די פארשטייסט באמת נישט פארוואס פארמעגליך'ס ארטיקלעך האבען דעם מקום מכובד אפן ערשטע שורה?
ווער עס ברעגט ליינער באקומט דעם אויבן אן, אפילו איך האלט פערזענליך פון זאכען וואס ער שרייבט אז ער איז נישט נאמן, למעשה האבען זיינע ארטיקלעך געברענגט גרויס פובליסיטי
נשלח ב-24/11/2009 22:54
תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/11/2009 23:05:53
נשלח ב-25/11/2009 04:51
איך האב שוין געשריבן אין א אנדערע צווייג (אשכול בלע"ז) אז פארמעגליך באקומט דער אויבן אן פשוט ווייל ער שטעלט אהער א הערליכע ארבעט און איך בין זיכער אז יעדער וואס וועט שרייבן אזעלכע געלונגענע ארטיקלעך אפילו קעגן מהרי"י וועט אויך באקומען די זעלבע כבוד ווי פארמעגליך.
לגבי אויסמעקן תגובות וויפיהל איך באמערק האט מען אויסגעמעקט מער תגובות אנטי אהרוני ווי אנטי זאלי דו"ק ותשכח.