אן עקסטערן בריוו האבן זיי בשתיקה געשיקט צו זייער ידיד אכמעדיניזשאד און מאמוד אבבאס פון די פאטאח פאלעסטינער שבטים, זיי צו העלפן אין זייער פראבלעם מיט קהל יטב לב.
ווי עס קוקט אויס וועלן זיי לויפן איבער די גאנצע וועלט
אבער צו קיין דין תורה וועלן זיי אמאל זיכער זיך נישט שטעלן.
דער סענאט האט נארוואס איבערגעריסן די העלט קעיר דיבעיט כדי צו אדרעסירן די שוידערליכע קריים וואס קומט פאר ערגעץ אין א קליינעם ווילידזש אין ניו יארק בנוגע עפעס א קליינטשיקע הייזקעלע וואס איז עטעטשט צו א גרויסן בילדינג. אבאמא איז געווארן מורא'דיג באנומען פון דעם בריוו וואס ער האט באקומען און ער האט געלייגט זיין גאנצע ווירטשאפט אין א זייט. ער איז א גאנצן טאג ביזי נאר מיט איין זאך, וויאזוי צו העלפן די הייליגע בני יואלישלעך אין קרית יואל.
ווער רעדט נאך פון היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי נאפאליטאנא, זי האט געלייגט די גאנצע מלחמה קעגן על קאידא אין א זייט און א גאנצן טאג טראכט זי נאר וויאזוי צו פייטן קעגן די שרעקליכע טעראריסטן פון קאנגרעגעישאן יטב לב אין קרית יואל.
אין קרית יואל האט מען אלעמאל געוואוסט אז מען קען דערקענען א בני יואל בחור'ל פון 200 פיס אוועק, אן אנגעחומרטן הוט, א צוריסענעם און שמוציגן רעקל, שווארצע גלעזער פארקלעבט מיט ווייסע טעיפ ביי די צוויי הענטלעך און אינמיטן, און אומאויסגעקעמטע פיאות און עס רינט אים פון די נאז. איך האב זיך אמאל געהאט גענארט אז דאס איז נאר פונדרויסן, כ'האב נישט געוואוסט אז פון אינעווייניג זענען זיי נאכמער חרוב ווי פונדרויסן.
איך מוז זאגן אז ווען נישט איך זע דעם דאקומענט וואלט איך געמיינט אז דאס איז א פשוטער געבעקס. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אין 2009 איז נאך פאראן אזא גרויסע קבוצה פון טיפשים וואס רעדן זיך איין אז דער אמעריקאנער פרעזידענט, אטוירני דזשענעראל און האומלענד סעקיוריטי סעקרעטערי האבן נישט בעסער וואס צו טאן נאר צו ליינען בריוון וואס זיי באקומען פון א כאפטע לוזערס בנוגע א לעגאלן סכסוך וואס איז אין געריכט.
וואספארא סם האבן די חברה געפיטערט זייערע קינדער אין בני יואל די אלע יארן אז זיי זענען אזוי חרוב געווארן מענטעלי?
נשלח ב-25/11/2009 20:06
קעען זיין אז זיי רעדן זיך איין אז אזוי וועט ווערן א שטינק אין די פרעסע אין די דזשאדזש וועט זיי שוין אלעס ציריק געבן
וואס איך פארשטיי אבער נישט
(1) האלטן זיי טאקע אז פרעז. אבאמא איז אזא בהמה אז זיי קענען עם איינרעדן אז די קארט האט זיי געגעבן רשות דארט צי דאווענען אין די צייט וואס די קארט האט קלאר געזאגט טארסט נישט דאווענען דארט
(2)זיי שרייבן דארט אז די קארט וועט זיך מסתם שלעפן זייער לאנג
אין דאס באדראעט זייער עקזיסטענץ אין כדי זיי זאלן קענען סארווייווען זאל די פרעזידענט זען אז זיי (ר אברהם ווידער)זאלן קימען צי א ציווילען אפמאך
וואס עפעס ? האסט געבעטן א T R O אין עס נישט באקימען ווילסטו די פרעזידענט זאל דיר עס געבן כמיין די זאך איז דאך אין קארט האסט מורא גייסט פארלירן אין קארט ?
(3) אויב שוין יא ניצען דעם פרעזידענט וואס עפעס א ציווילע אפמאך
פארוואס זאל די פרעזידענט נישט ארבייטן מזאל גיין צי דין תורה ?