בית פורומים אידישע געדאנק

שאק: ארויניס פארטרייבן הרב זילבערבערג פון וומ"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2009 18:44 לינק ישיר 
שאק: ארויניס פארטרייבן הרב זילבערבערג פון וומ"ס

שאק: ארויניס פארטרייבן הרב זילבערבערג פון וומ"ס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 20:29 לינק ישיר 

הרב זילבערמאן שליט"א האט אפגעשטיפט זיין דרשה וואס האט היינט געדארפט זיין איין פאפא ביהמ"ד אין וומס"ב אויף קומענדיגע דארנעשטאג. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2009 09:47 לינק ישיר 

אין דעם דערנעבנדיגן פארום ווערט באשולדיגט מיט רויטע אותיות, פארשידענע מענטשן וועלכע האבן "טערארזירט" הרב זילבערבערג פארן דינגען דעם ראוס קעסטל זאל צו פירן דעם שבת אין וויליאמסבורג.

אזוי ווי איך האב נישט דארט קיין רשות כתיבה, וויל איך דא אויסשמועסן דעם ענין.

איך בין נישט באקאנט מיט די אמת'דיגע פאקטן, ווייל שפעקולירן און שרייבן אויף הייד פארק קען יעדער, און דערנאך קייען עס הונדערטער מענטשן נאך כתורת לאקשן, אבער די פאקטן וואס "יעדער" האט "באמת" געזעהן, איז ביז שבת פ' תולדות געווען אדווערטייזט אז ס'גייט זיין אין ראוס קעסטל, און פלוצלונג ערב שב"ק פ' תולדות איז ערשינען אויף די לוח המודעות, אז ס'גייט זיין אין קאנקארד פלאזא, [און די באטע באשמורת הבוקר אין בראשוב]. זונטאג איז אויף די דבר יום ביומו געשטאנען אן קיין נאמען פון קיין זאל, און מאנטאג איז שוין דארט אויך געשטאנען אז ס'גייט זיין אין קאנקארד פלאזא, דינסטאג איז שוין מער נישט געווען אדווערטייזט. און די מציאות איז אז ער איז טאקע נישט געקומען קיין וומסב"ג נאר געגאנגען קיין מאנסי.

יעצט אויב מ'זאל מיר אננעמען אז ס'איז צוגעגאנגען מיט "טעראר", הייסט עס אז ביז שב"ק איז געווען קלאר אז ס'גייט פארקומען אין ראוס קעסטל, און לאמיר זאגן אז ערש"ק האבן די ארגאניזירער איינגעמאלדן פאר ראוס קעסטל, אז ס'גייט נישט פארקומען דארטן. לויט די ווערסיע, וועלכע ווערט נאכגעקייט אין פארשידענע גירסאות, האט דאס געברענגט א פייער ביי די בעלי בתים פון ראוס קעסטל, און פארשטייט זיך די גאנצע פארטיי [אהרונים], וועלכע האבן געשפירט פאר א פגיעה אז מ'לאזט זיי איבער, און האבן אנגעהויבן פארפירן, אזוי אז ביז מאנטאג דינסטאג האבן די ארגאנזירער מחליט געווען אז ס'לוינט נישט די גאנצע זאך, און די שבת איז אריבער געפירט געווארן קיין מאנסי.

אלזא וויל איך פרעגן א פשוט'ע קלאץ קשיא, לויט דעם קומט דאך אויס אז לכה"פ ביז ערש"ק תולדות איז די זאל געווען פארדינגען פאר הרב זילבערבערג, סיי פאר די תפלות און סיי פאר די סעודות שב"ק, ביז נאך שלש סעודות מוצ"ש. [און אויב די אויבנדערמאנטע איז אמת, דארף נאך אויסקומען אז ביז מאנטאג האט מען נאך געלייגט האפענונג אז זיי וועלן צוריק ציען, און יא גיין קיין ראוס קעסטל, אבער לכה"פ ביז ערש"ק איז דאך זיכער אזוי געווען אדווערטייזט], אלזא ווי אזוי קען זיין אז דעם מוצש"ק פ' ויצא איז פארגעקומען א הכנסת ס"ת [ישיבת באר התורה], און די סעודה איז פארגעקומען אין די זאל פון ראוס קעסטל, האבן אלזא די מענטשן נישט געהאט געדינגען קיין זאל פאר די סעודה? ס'איז א גרויסע דוחק צו זאגן אז די פלאן איז געווען אז מ'וועט שוין האלטן דאן נאך שלש סעודות, ווייל ווער עס איז נאר אמאל געווען ביי הרב זילבערבערג, ווייסט אז מ'ענדיגט דארטן גאר שפעט, און עס וואלט אודאי געווען גאר א גרויסער ציבור פון וויליאמסבורג, אזוי אז ס'וואלט זיכער גענומען עטליכע שעה צוריק צו שטעלן ארדענונג אין זאל נאכן שבת, ממילא לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'איז געווען אזא פלאן.

אבער דאס אליינס איז נישט אזוי געפערליך, ווייל ס'קען זיין אז מ'האט לכתחלה נישט געפלאנט דארטן צו מאכן, אפשר האט מען בכלל נישט געפלאנט צו גיין אין א זאל נאר גאר אין די היכל הישיבה, נאר נאכדעם וואס מ'האט געקענסלט דעם שבת, איז די זאל געווארן עוועילעבל, האט מען עס דעמאלטס געדינגן.

אבער די עיקר פלא איז, אז דעם פרייטאג צו נאכטס פ' ויצא - ווען ס'האט געזאלט געפראוועט ווערן דעם געהויבענעם שבת - איז פארגעקומען אין ראוס קעסטל א גויאישע פארברענג, [איך ווייס נישט וואס, צו א חתונה אדער עפעס אנדערש], איך בין אריבער געגאנגען דארטן בערך האלב איינס ביינאכט, און ס'האבן זיך אפגעשטעלט קארס איינס נאך איינס און געברענגט גוים און גויטעס צו דעם פארברענג, איך האב פארשטייט זיך פארקירעוועט מיינע טריט ארויף צו פלאשינג, און נישט ווייטער געגאנגען אויף פרענקלין, כדי זיך נישט אנשטויסן מיט די אלע אנשיקענישן. אבער איך וויל וויסן, וויאזוי קען זיין אז אין די זעלבע צייט וואס ס'איז געווען פארדינגען פאר די הייליגע שב"ק בראשות הרב זילבערבערג שליט"א, איז די זאל פארדינגען געווארן פאר די זוהמא, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז נאך דעם וואס מ'האט געקענסלט דעם שב"ק, האט מען נאך עספיעט צו פארדינגען פאר א גויאישע באנקעט, ווי באקאנט זענען די אלע גויאישע בעלער שוין באשטעלט פון וואכן פריער, [ווען קאנקארד פלאזא האט געמאלדן ביי די אסיפה און וויזניצע מיידל סקול אויף פרענקלין, אז זיי שטעלן אפ די גויאישע חתונות, האבן זיי געוויזן דעם ביכל אז זיי האבן נאך באשטעלונגען אויף פילע בעלער אויף קומענדיגע חדשים וועלכע זיי קענען שוין נישט קענסלן], אלזא איז שווער צו גלייבן אז בין יום ללילה איז דארט באשטעלט געווארן א גויאישע באנקעט, וואס האבן דען די גוים גערעכנט ביז דעמאלטס, אלזא וואס איז דער אמת דא???

עס איז א שוידער צו טראכטן די אנדערע אויסוועג, אז די בעלי בתים וועלכע פאר א בצע כסף שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, האבן גערעכנט אריינצוכאפן ביידע, ביינאכט זאל פארקומען די הייליגע תפלות און סעודה, און דערנאך אזוי ווי די פלאן איז געווען נישט צו ענדיגן די סעודה שפעט, און נישט פירן קיין באטע נאך די סעודה, וועט דאך די זאל זיין ליידיג, אלזא אין מיטן די נאכט [איך בין אריבער דארטן האלב איינס איז מען אנגעקומען מיט קארס, ס'קען זיין אז ס'האט זיך ערשט דעמאלטס אנגעהויבן, איך ווייס נישט], ווען קיינער וועט נישט דארטן זיין וועט מען אריינכאפן אויך א גויאישע באל, איי וואס וועט זיין פארטאגס ווען הרב זילבערבערג האט געוואלט פירן באשמורת הבוקר א באטע, און דערנאך לערנען בציבור צוויי דריי שעה פארן דאווענען, ס'וועט דאך נאך זיין אין מיטן די גויאישע באל? אדער עכ"פ וועט מען נאך האלטן אין מיטן נאך רוימען די טינופת זייערע? איז אויף דעם אויך דא אן עצה, מ'וועט זיי זאגן א מ'קען נישט קומען פארטאגס, אפשר דערפאר האט דאס געמוזט ווערן אריבער געפירט קיין בראשוב, ווייל אין ראוס קעסטל האט מען נישט געקענט קומען פארטאגס!!

אויב דאס איז אמת איז "שוידערליך" א בלאסע ווארט פאר אזא שפלות, צו פארדינגען אין איין שבת פאר די סאמע הייליגקייט, און להבדיל פאר די טינופת אויף איין מאל. [אפילו מ'זאל זאגן אז ס'איז דא צוויי זאלן איז דאס אויך נישט קיין תירוץ, ווייל ס'איז אלעס פון איין אריינגאנג, און די אויבערשטע שטאק האט בכלל נישט קיין טירן וואס מ'זאל קענען פארשפארן, און די אלע גויאישע בעלער קומען פאר אויבן נישט אונטען].

אויב איז דא אפילו נאר א מקצת אמת אין די שפעקולאציע, דאן האבן אודאי ריכטיג געטוהן די וועלכע האבן פרובירט אוועק צו שלעפן דעם שב"ק פון דעם טינופת זאל ראוס קעסטל, ווייל קדושה און טומאה גייען נישט צוזאמען.
איך שטעל קלאר נאכאמאל, אז איך ווייס נישט צו דאס איז טאקע געווען די פלאן לכתחלה, אבער דאס איז א פאקט אז דעם פרייטאג צו נאכטס איז דארט געווען א גויאישע באל, און פארשטענדליך איז דאס שוין געווען פון לאנג באשטעלט.

מ'קען אויך גיין לקולא, און זאגן אז די פלאן איז נישט געווען צו אקאמאדירן ביידע, נאר ס'איז פשוט געשעהן א טעות, די בעלי בתים האבן געמיינט אז זיי האבן נישט קיין גויאישע באל אויף די וואך, זענען זיי גרייט געווען עס צו פארדינגען פאר הרב זילבערבערג, אבער שפעטער האבן זיי זיך געכאפט אז ס'איז יא באשטעלט פאר א גויאישע באל, האבן זיי געמאלדן פאר די ארגאנזירער פונעם שב"ק אז מ'קען נישט באקומען די זאל, און דערפאר האט מען עס אריבער געפירט אויף קאנקארד פלאזא.

לויט דעם צופאלט די גאנצע בנין פון די פארפירער כאילו מ'האט געלייגט דרוק זיי זאלן נישט גיין קיין ראוס קעסטל, פונקט פארקערט, די בעלי בתים פון ראוס קעסטל האבן זיי פארטריבן אין די לעצטע מינוט!
איי פארוואס האט מען למעשה מבטל געווען די גאנצע שב"ק? ווייס איך נישט, דער אמת ווייס איך ממילא נישט, ווייל איך האב צו די ארגאנזירער נישט גערעדט, אבער לויט דעם פאקטישער מציאות אז דארט איז פארגעקומען א גויאישע באל, איז מער ווייניגער צופאלן דער גאנצער בנין.

אבער בכל אופן, אפילו מיר זאלן אננעמען די מעשה וועלכע מ'שרייבט און מ'זאגט אז די געגנער פון די בעלי בתים האבן פארפירט מ'זאל אוועק גיין פון ראוס קעסטל, איז קלאר ווי די טאג אז די האבן ריכטיג געטוהן, סיי ווייל אין אזא פלאץ וואו עס קומט פאר טינופת מדי שבוע בשבוע, איז נישט קיין מקום ווי די קדושה זאל זיך געפינען, עס קען נישט קונה שביתה זיין אין אזא געמיינע פלאץ.

צווייטנס, איז עס ריכטיג אלס דרוק-מיטל קעגן די בעלי בתים, ווייל אין די צייט וואס "אלע" שכנים ארום, נישט קיין חילוק פון וועלכע פארטיי, רעדן זיך כסדר אפ אויף די הארצלאזיגקייט פון די בעלי בתים, מיטן אנברענגן דאס ערגסטע טינופת אין די אידישע געגנטער, לאכן זיך די בעלי בתים אויס פון די אלע געבעטן פון די שכנים. מ'האט שוין פרובירט מיט גוטנס, מיט שיינעם, מ'האט געמאכט אסיפות פון די געגנט, מ'האט געשיקט דעלעגאציעס, און ס'האט גארנישט געהאלפן, אפילו א צעטל פון פילע רבנים וועלכע איז ערשינען א צייט צוריק, וואס למען התועלת האט מען עס געשריבן אין א מורא'דיגע איינגעהאלטענעם שפראך, האט עס אויך גארנישט געהאלפן, ועדיין עומדים במרדם. והא ראי' דעם שבת איז נאך אלץ פארגעקומען א גויאישע באל.

עס איז נישט קיין נפק"מ צו ער איז גערעכט ע"פ הלכה מיט זיין טענה אז די זאל איז געווען דא פאר מ'האט נאך דא געוואוינט, וואס דאס איז אויך נישט ריכטיג ווייל דאן זענען נאכנישט פארגעקומען די גויאישע בעלער, אבער אפילו נישט איז עס א הארצלאזיגקייט פון מענטשן, וועלכע שטעלן זיך אהער אלס מוקירי תורה, ראשי קהלה, נכבדי העיר, און זענען גרייט אלעס צו מפקיר זיין פאר זייערע פאר דאללער. [פארשטייט זיך אז שולדיג אין דעם איז די פארטיי מיט איר צייטונג וועלכע דעקן אים, אבער דאס איז נישט דער ענין יעצט].

איז עס אלזא די ריכטיגע זאך פאר יעדן איד אין שטאט, צו וויסן נישט צו שטיצן דעם זאל, סיי מיט נישט מאכן דארט קיין שמחות, און סיי צו מסביר זיין פאר אנדערע וועלכע וואוינען נישט דא די מציאות הדברים, און מכש"כ אזא שבת וועלכע וואלט געדארפט ברענגן א סאך חיזוק פאר די בעלי בתים, איז זיכער געווען ריכטיג דאס צו פארמיידן.

איי וועט איר פרעגן פארוואס האט א אנדערע רבי זיך נישט גערעכנט דערמיט פאר צוויי וואכן צוריק...???? תיקו!!


תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 29/11/2009 09:59:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 20:54 לינק ישיר 

זייער גערעכט, למשל דער צאנזער רבי פון א"י רעדט ביי יעדע דרשה קנאות, דעריבער איז א מצוה מיט אים זיך האלטן נאנט און אים מכבד זיין, אבער רבי צבי מאיר וואס האט ארויסגענומען זיינע קינדער פון א מוסד וואס ער האט געכאפט אז זיי נעמען געלט בערמה פון משרד החינוך, ער איז א ציוני

דו ביסט אזוי פלאטשיג נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 19:33 לינק ישיר 

צי ער שטאמט פון ציונים צי נישט איז נישט אזא א גרויסע אונטערשייד. די פראבלעם מיט ר' צבי מאיר איז (אן קיין פארבינדונג צו די אהריס-זאליס נארישע קריגערייען) אז אין זיינע דרשות דערמאנט ער ניטאמאל אפילו איין ווארט קעגן ציונות. וואס דערויף שרייבט דער רביז"ל דברי יואל במדבר אז ווער ס'רעדט ברבים און דערמאנט נישט דעם ענין הציונות איז מקלקל ולא מתקן.
אדרבא זוכט אויף נישטערט זיינע ספרים פון טאוול צו טאוול וועט איהר קיין איין וארט נישט טרעפן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 19:23 לינק ישיר 

איך הייב צי האלטען פין הרב זילבערבערג שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 22:45 לינק ישיר 

איז די מעשה טאקע אמת? אהרונים ביטע מגיב זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:30 לינק ישיר 

בייזער דיך נישט אזוי רבינחום, ער זאגט סך הכל נאך דעם ארוני'ס ווערטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:29 לינק ישיר 

רבי נחום כתב:

ער שטאמט פון ציונים?
לץ וואס די ביסט!!!
ער שטאמט פון אמעריקע זיין טאטע איז ר' משה זילבערבערג פון מאנסי.


איך בין איינשטימיג מיט דיר.. ליתר שאת וועל איך קאפירן נאכאמאל מיינע ווערטער:

זונטאג האב איך געהערט ווי פארגרעבטער ארוני רעגט זיך און שימפט אויף ר' צבי מאיר זילבערבערג אז ער שטאמט פון ציונים, מיט נאך שטותים און שקרים, איך האב געוואוסט אז זיי האבן פיינט אלע ערליכע אידן, אבער איך האב נישט געוואוסט פארוואס איז יעצט נגזר געווארען דורף זיי א חרון אף אויף דעם אומפארטייאישן איד, בפרט ווען עס איז יא באוואוסט אז ער איז שטארק אפגעהיטן פון נעמען געלט פון די ציונים, און ער גייט נישט צו קיין בחירות וכו' וכו' יעצט איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן...

לויט ווי איך האב געהערט איז ער געווען זייער נאנט מיט מרא דארעא ישראל הגה"צ רבי משה ארי' זצ"ל, און ער איז שטארק בידידות מיט הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א אב"ד סאטמאר ירושלים און ער וואוינט אין קרית ויואל משה.

אבער ווען די לצים האבן א חשבון מיט איינעם וועלן זיי אים באגיסן מיט עלילות שוא ושקר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:20 לינק ישיר 

ער שטאמט פון ציונים?
לץ וואס די ביסט!!!
ער שטאמט פון אמעריקע זיין טאטע איז ר' משה זילבערבערג פון מאנסי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 19:09 לינק ישיר 

איך האב מיך געוואונדערט, זונטאג האב איך געהערט ווי פארגרעבטער ארוני רעגט זיך און שימפט אויף ר' צבי מאיר זילבערבערג אז ער שטאמט פון ציונים, מיט נאך שטותים און שקרים, איך האב געוואוסט אז זיי האבן פיינט אלע ערליכע אידן, אבער איך האב נישט געוואוסט פארוואס איז יעצט נגזר געווארען דורף זיי א חרון אף אויף דעם אומפארטייאישן איד, בפרט ווען עס איז יא באוואוסט אז ער איז שטארק אפגעהיטן פון נעמען געלט פון די ציונים, און ער גייט נישט צו קיין בחירות וכו' וכו' יעצט איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 18:46 לינק ישיר 

א שוידער און א שרעק כאפט אן צו וואסערע אומדערהערטע מעשים וויליאמסבורג איז יעצט דורך צוליב געוויסע אומפאראנטווארטליכע פארשוינען

די פלאן גייט שוין אן א פאר וואכן אז דער חשובער משפיע פון א"י הרב צ"מ זילבערבערג גייט זיין א שבת אין וויליאמסבורג, זיינע עסקנים האבן ארום געשאפט אין אלע זאלן ווי ס'איז דאס בעסטע אין די ביליגסטע, איינס פון די אויסוואלן איז געווען ראוז קעסעל, אבער זיי האבן געבעטן געשוואלענע פרייזן, מער ווי די אנדערע, אבער וויבאלד עס איז נישט געווען עוועילעבל קיין סאך אנדערע איז געבליבן א ספק צווישן ראוז קעסעל און קאנקארד, קאנקארד איז געווען מיט 11,000 עלעף טויזענט! דאלער ביליגער אויף די איין שבת, נאר מ'האט שט געוואוסט צו עס איז גענוג גרויס און גוט אויסגעשטעלט פאר די סארט שבת וואס רב זילבערבערג שטעלט אהער, דער עסקן וואס נעמט קעיר פון רעגיסטרירען די געסט האט קודם אריינגעשטעלט אנאנסען אז די שבת גייט זיין אין ראוז קעסעל, נאך פאר ס'איז געווארען באשטעטיגט דורך עמיצען, און נאך פאר מ'האט אפילו געגעבן א דעפאזעט,

אינדערצווישען זענען די אינזשענירען פון די זילבערבערג שבת אראפגעגאנגען באקוקען קאנקארד, און זיי האבען געזען אז פאר זיי קומט סאך בעסער אויס קאנקארד, סאיז א ערשטע שטאק, סאיז זייער גוט איינגעטיילט אז אין איין זאל קען מען פירען די טישען און איין זאל דאווענען, די צוויי זאלן פון קאנקארד זענען גרעסער ווי ראוז קעסעל, ס'איז א גאס נענטער צו רוב תושבי וויליאמסבורג, ועוד, און ועל כולם איז עס פיל ביליגער

דא זענען אויך געקומען א גרופע מיט שכנים פון ראוז קעסעל מיט א זעקל טענות און געשריגען הלמאי אזא חשובע איד און משפיע קומט קיין ניו יארק און גייט איינשטיין אין אזא פלאץ ווי ס'קומט פאר גילוי עריות ממש, און טראץ אלע בקשות צו די בעלי בתים פייפען זיי זיך אריין אין די הונדערטער שכנים, וואס א טייל פון זיי קענען ליידער זען די אויסגעלאסענע פארברענגען און קלאבס פון זייערע פענסטערס, און נאך ערגער ווען ס'איז ארויסגעקומען א הארצרייסענדער "קול קורא" פארגאנגענע זומער אונטערגעשריבען דורך אסאך רבנים ודיינים פון אלע קרייזען, אקעגען די זאל און אירע בעלי בתים אז זיי ברענגען אריין טומאה וזוהמה דורך פארדינגען שבתים די זאל פאר בתי זונה, האבען די עסקנים באשלאסען אז ס'איז נישטא קיין איין גוטע סיבה פארוואס צו גיין אין ראוז קעסעל, נישט רוחניות'דיג און נישט גשמיות'דיג, און נאך צאלען 11000 דאלער פאר גארנישט

איז געבליבען ביי אלע עסקנים אז דער שבת גייט געפירט ווערען אין קאנקארד פלאזא ברוב פאר והדר, פארטיג.

פארטיג? אזוי האבען געמיינט די אומשולדיגע עסקנים, זיי האבען נישט געוויסט אז די אלטע טעראריסטען לעבען נאך.. ביי די ארוינים איז נישט גילטיג דער כלל פון מענטשען רעכטן, די חסידי זילבערבערג שפירען מער באקוועמט אין קאנקארד האבען זיי אלע רעכטען צו מאכען זייערע אייגענע באשלוסען, אבער די באנדיטען האבען אנגעהויבען א שמוציגע מערכה אקעגען דעם חשובן משפיע, אנגעהויבען מיט איידעלע טעלעפאן רופען צושפילען אויף זיינע געפילען, זאגענדיג אז דער בעל בית פון ראוז קעסעל קען פשוט נישט שלאפען ביינאכט פון עגמת נפש אז "מ'נעמט אוועק" די שבת פון זיין זאל, ער איז מורא'דיג פארשעמט, די גאנצע ארוינישע קהילה שפירט זיך צוקלאפט און פארשעמט און פערזענליך באליידיגט, ווען ראוז קעסעל האט געזען אז זיי האבען נאך אלץ נישט קיין דעפאזעט פון די חסידי זילבערבערג, האבען זיי זיך גענומען צו שלב ב', מ'האט אנגעהויבען טעראריזירען אים מיט זיינע מענטשען, אז ער גייט דא ארויסגיין מיט בזיונות אויב גייט ער נישט פירען אין ראוז קעסעל, מ'גייט אים צעשמירען אויף די גאסען, ער האט צוויי ברירות אדער גייט ער פירען אין ראוז קעסעל, אדער זאל ער בלייבען אינדערהיים..

דער איד מיט זיינע עסקנים זענען געשטאנען געפלעפט און געשאקט נישט גלייבענדיג וואס דא גייט פאר, האבען מיר טאקע נישט קיין רעכט צו מאכען אונזערע אייגענע באשליסען ווי צו זיין אויף שבת לויט אונזער באקוועמליכקייט? אבער נאך אזוינע סטראשונקעס האבען זיי אויפן באפעל פון הרב זילבערבערג איבערגעגעבען, אז ענדערשט וועט ער בלייבען אינדערהיים און נישט מחזק זיין קיין פלאץ ווי ס'ווערט פארשפרייט זנות און טומאה אין א אידישע שטאט.

ס'בלייבט נישט מער ווי צו באדאנקען די ארויניס פאר פארטרייבען אזא חשובע איד פון די שטאט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאק: ארויניס פארטרייבן הרב זילבערבערג פון וומ"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext