בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2009 20:05 לינק ישיר 
ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק


די מערכה וועלכע עס ווערט געפירט מצד די חסידי מהר"א די מוסרים פון בני ברק, קעגן די סאטמארער קהלה מיטן ציל צו פארכאפן די שליטה און בעלות אויף די מעכטיגע ריזיגע "חברת שיכון קרית יואל" קארפארעישאן מיט אירע 300 מילאן דאלערדיגע פארמעגנס, וועלכע שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מוהרי"י), איז אריבער נעכטן צו א נייע פאזע.

אויב האט איינער געמיינט אז זיי האלטן ביים גיין צו א די"ת נכזבה תוחלתו, ווען יעדער ערענסטער רב וואס איז אריין בעובי הקורה, האט דערזעהן אז די מוסרים וועלכע שטייען ביים רידער פונעם "מרכז המוסדות" ווילן נישט גיין צו א די"ת, נאר באקומען אלע זייערע תביעות און נכסים אן קיין די"ת.

זונט דעם זומער פראבירן זיי ארויסווישן א פרישן בריוו פון די בני ברק'ער בתי דינים, אלס א תשובה אויפ'ן בריוו פון ביד"צ דסאטמאר, געציילטע טעג פאר יו"ט סוכות האבן זייערע פירער געסטראשעט אז איצט קומט א באמבע קעגן די זאלי'ס וואס זיי וועלן זיך נישט קענען ארויסדרייען דערמיט. י. ראטער האט געזאגט מיט זיינע ציגענע באקן פאר יעדן "אויב גייט די באמבע נישט געלונגען הייס איך נישט יחזקאל ראטער".

למעשה ווי עס קוקט אויס איז די באמבע אויפגעפלאצט געווארן פאר עס איז געשאסן געווארן, ווען ער האט נישט געקענט ארויסדערווישן קיין פרישן בריוו פון די בני ברק'ער בתי דינים, און זיי זענען פארוויקעלט געווארן מיט פראבלעמען (וואס מ'קען דערוויל נישט מבאר זיין) נישט האבן קיין שטעקן און די הענט, וועלכע זאל עם צוריק ברענגען די 280 אלפים וואס ער האט אויפגעהערט צו באקומען יערליך.

האבן זיי באשלאסן צו צוריק גיין און געריכט, אריינגיין בערכאות שלא בהיתר בית דין, כדי צו פראבירן צו צוריק פארכאפן די מאכט און די קאנטראל אויף די מעכטיגע קארפאראציע.

און דעריבער האבן זיי באשלאסן צו ארויסדערווישן אונטערשריפטן פון הרב החסיד ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק מרנן ורבנן זי"ע ולהבחל"ח שליט"א, פון די הויפט אייגענטימער און די שעיר האולדער'ס פון די קארפאראציע, וועלכער זאל אונטערשרייבן אויף געוויסע דאקומענטן כאוות נפשם, און דערמיט אריינטרעטן אין געריכט.

פון בני ברק זענען געקומען צופארן א גרופע פון אהרונים אנטיילנעמען בשמחת נישואי בן הרב חיים הערש מייזליש ראש ישיבת מהרי"ט, צווישן די גאנצע גרופע זענען געווען צווי יונגעלייט, וואס זענען געווען אויסגעשטעלט און מאשטירט צו פארזעצן דעם מעשה הזיוף, (באקומענדיג הילף פון די געניטע שווינדלער פון קרית יואל) וואס ווען עס וואלט ווען צושטאנד געקומען וואלט שמואל ווידער געהאט א העדליין פאר'ן "בלאט" אויף די וואך, און די רעזולטאטן פון די אקציע וואלט געווען אן ארטיקל פאר היסטאריקער.

ובכן.
נעכטן פארנאכט קאלט דעם טעלעפאן ביי ר' עזריאל'ן אינדערהיים, פון די צווייטע זייט הערט מען "העלא דא קאלט מעכיל שלעזינגער, איך קען נישט צופיל מאריך זיין אויפ'ן טעלעפאן, אין בני ברק גייט איצט א פייער, מ'מיז וויכטיג האבן געוויסע דאקומעטן, איך שיק אריין צווי יונגעלייט שוין איצט, און שרייב עס אונטער"

ר' עזריאל האט גלייך דערקענט אז עס איז נישט די שטימע פון ר' מעכיל שלעזינגער, און האט גלייך יענעם גענטפערט און טעלעפאן "וועם בלאפסטו און פירסט מיט ליגענט".

האלטענדיג אינמיטן רעדן אין טעלעפאן מארשירן אריין די צווי יונגעלייט, און זאגן "מיר זענען שלוחים פון ר' מעכיל שלעזינגער".

ר' עזריאל האט גלייך פארשטאנען וואס עס גייט דא פאר, און האט די צווי אידן באגלייט אחר כבודם ביזן אינדרויסן פון זיין הויז, זאגענדיג צו זיי, "מיט בלאף און שקר וועט איר און ערגעץ נישט אנקומען".


די צווי יונגעלייט וואס מ'האט זיי נעבעך איינגערעדט אז דער ר' עזריאל איז היינט און א מצב ווי סאסשע'ס טאטע, און זיי וועלן דערווישן פון עם אונטערשריפטן כלאחר יד, האבן אפגעיאגט פון געגנט כל עוד נשמתם באפם.


נאכן ארויסיאגן די שווינדלער און פאברעכער פון זיין הויז האט ר' עזריאל שליט"א אנגעקאלט זיין זון שיחיו און ר' מעכיל הי"ו, און האט זיי געזאגט געציילטע ווערטער: די איניוויזיע איז דורכגעפאלן


די איבעריגע איז היסטאריע !!!


תוקן על ידי yuchw ב- 25/11/2009 20:13:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 22:31 לינק ישיר 

זייענדיג באלד א יאר פונעם זיוף


לכבוד דעם זייפן הידוע


די אטאקע איז נאך אלס דורכגעפאלן, טראץ די נייע זיופים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 23:38 לינק ישיר 
א בילד פונעם פעלשער און זייפן, וועלכער איז געכאפט געווארן בשעת מעשה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 23:29 לינק ישיר 

איצט איז ארויסגערינען די אינפארמאציע אין בני ברק

דער חבר הנהלת מרכז המוסדות ר' ברוך אילאוויטש האט דעם פארלאפענעם שבת דערציילט פאר יעדן איינעם, אז שלום יצחק דאסקאל (בן ר' שלמה זלמן דאסקאל) איז מיט נאך איינעם אריבער צו ר' עזריאל גליק ער זאל אונטערשרייבן אויף א דאקומענט, און ר' עזריאל האט זיין ארויסגעווארפן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 02:05 לינק ישיר 

אה די ארונים האלטן שוין בבים 2 סטעפ
מען האלט שוין ביי די סטעפ פון:

ווער געדענקט נישט אז.....

ס'איז ממש ווי פארגעשריבן
קודם זאגט דער ארוני
 yuchw   חלעמט אין סיג קלאפט זיך אויף זיין בויך דאס הייסט א טיפיקל זאלי
סטעפ 1:
די מעשה איז נישט אמת די זאלי חלום'ט

סטעפ 2:
 מ'געדענקט נאך דעם אלטן גיועפטן זרילע.

סטעפ 3: כיניו שם

דעם אלטן גיועפטן זרילע.


נו ווער האלט קאפ ווער ווייסט וואס קומט יעצט?

מוטשעט זיך ענק נישט צו לאנג ווייל די ארוני קומט שוין אויס זאגן די תשובה וואס סטעפ4: איז


חלה דעקל בלע"ז






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 23:54 לינק ישיר 

כ'בין אהערגעקומען טראץ מיין קורצע צייט - איבערצוגעבן אלס כלי ראשון די ווארהייט פון די אבלאווע וואס די ארונישע קעפ האבן פרובירט אפצוטאהן מיט הרב רבי עזריאל!

איר קענט דאס אלע הערן ארגינעל פון הרב החסיד ר' עזריאל, וועלכער פארציילט פאר יעדן דברים כהוויתן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 22:13 לינק ישיר 

די יוד וואס אונזער קליגע רבי איז ער גוט געווען, איז דיר נישטגענוג גוט, הא?

יוסל אשכנזי איז ענק אויך נישט גוט געווען, הא?

משה וואס דעם ברך משה איז ער גוט געווען פון'ם מינוט וואס ער איז געווארן רבי ביז'ן לעצט'ן אטעם, ווייטער די זעלבע, הא?

אפשר שוין צייט צו טראכטן אז די פראבלעם איז אין ענק???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/11/2009 22:08 לינק ישיר 

וואס מיינט א טיפיקל זאלי? אז משה גאבע זאגט ווען מע האט נישט וואס צי ענטפערן שראבט מען חלה דעקל, בלאבן זיי מיטן חלה דעקל, איך וואלט גימיינט אז איר זאלט שוין טוישן צי א קישן ציך!!!

זריאל טראסקעט, נעבעך נעבעך, דער זריאל ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, אין ער טראסקעט, אויף איינמאל ווערט זרילע א חכם אין א גענעראל, זיי האפן אז מע גידענקט נישט דעם אלטן גיועפטן זרילע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:52 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
 


ארוני פרובירט מיט שקר עזריאל טראסקעט אים ארויס  וויל ער עס נאכדעם לייקענען דאס הייסט א טיפיקל חלה דעקל
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:47 לינק ישיר 

בעד טריי!


זיי האבן פארזעהן אז רבי עזריאל איז א אלטע געשולטע גענעראל, און זיי מוזן נוצן קליגערע תכסיסי מלחמה מיט אים...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:46 לינק ישיר 

יא פארפאלן דער ר' זריאלע האט אלץ גישעמט אלץ א פיקח עצום אין א חכם עתיק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:40 לינק ישיר 

איך האב הנאה פון רבי עזריאל, ער פארלירט זיך נישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:38 לינק ישיר 

סוג כתב:
אוי איז עס גוט

איך זעה אז די אהרונים זענען נאך טעטיג, זיי זענען אומרואיג מיט די בני ברק'ער סכסוך.

עס האט נישט געהאלפן די בריוון פון די ארטיגע רבנים, ווען קיינער מאכט זיך נישט צו טאן דערמיט, עדי כדי כך אז זיי מוזן נעמען פעלשן דאקומענטן.

    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:24 לינק ישיר 

אוי איז עס גוט

איך זעה אז די אהרונים זענען נאך טעטיג, זיי זענען אומרואיג מיט די בני ברק'ער סכסוך.

עס האט נישט געהאלפן די בריוון פון די ארטיגע רבנים, ווען קיינער מאכט זיך נישט צו טאן דערמיט, עדי כדי כך אז זיי מוזן נעמען פעלשן דאקומענטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:18 לינק ישיר 

ס'איז מסודר רבי נחום, פארדריי נישט דעם שמועס ביטע..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:11 לינק ישיר 

קעגען וועם דארף זיין דער קוארט קעיס? קעגען חתונה האל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext