איינער ווייסט דא אז דער בלאט איז ארויף די וואך צו 2.50 ???
איז קיינעם נישט אינטערעסאנט אז ס'הערשט דא א געפייגערטע שטילקייט אויפן פארום בנוגע די נושא???
ווי באקאנט האט דוד עקשטיין געמאכט א תקנה אז וועלכע מוסד עס וועט עדווערטייזן אין איד איז אסור לבוא בקהל.
פאר מיילעך דייטש - וואס מיינט היינט סטריקטלי ביזנעס און ווען ער קען ווען שיקט ער ווען די גאנצע אהרונישע פארטיי ליפטערן אבי זיין בלאט זאל ווייטער ראנען און אים ברענגען פרנסה - איז די תקנה געווען טויט קלאפ, ווייל די אויטאמאטישע קאנצוקווענסן וועט זיין אז די גרויסע אומפארטייעאישע מוסדות און ארגענעזאציעס וועלן אויפהערן עדווערטייזן אין ביידע צייטונגען, האט ער באשלאסן צו נעמען אייגענע שריט און איז די וואך ארויפגעגאנגען מיטן פרייז פון צוויי טאלער צו צוויי פופציג.
אויפן ערשטן זייט אין היינטיגן בלאט איז דא א שטיקל אויפקלערונגס מעלדונג פארוואס ער איז ממש "געצווינגן" דאס צו טוהן, ער ענדיגט דארט - שלא כסדר ה"הבלאט" - מיט א וד"ל וואס מיינט גאר אסאך....
די ערנסטע אהרונים, דוד עקשטיינס פערדלעך האבן היינט אנגעהויבן א ביטערע מערכה מיט מיילעך'ן (לאמיר האפן ס'וועט זיך בעסער ענדיגן ווי שומרי החומות...), זיי שיקן ארום מעסזעדזשעס אז די געטרייע אנ"ש זאלן בויקאטן דעם בלאט, וליהודים היתה אורה...
האלט איך געשפאנט עס קומט פרייליכע טעג