בית פורומים כל העולם כולו

אוי: קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2009 08:20 לינק ישיר 
אוי: קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט

עס טוט זיך הימל און ערד קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט, דער שארמאשער וויינט אז ער האלט דאס נישט אויס, מאיר יודא ברעטשעט, משה גבאי איז מוחה, אלטר משה וויינט, משה בער קויפמאן שרייט, יוסף וואלדמאן מאכט קולות, מנשה סילוף פארפירט, וכו'.

אבער איין מינוט! לאמיר צוריק מישען די היסטאריע, ווען די זעלבע מענטשן האבן אריין געגבען קרימינאלע קאנטעמנט קלאגעס קעגן ראשי קהלתינו, און קעגן פאריוואטע מענטשן.

די חילוק צווישען איצט און די, איז: קהלתינו הק' אין קרית יואל ובראשם רבי דוד עקשטיין שליט"א, שרייבן קלאר אז זיי ווילן קיינעם נישט איינזעצען, און בעטן דעם ריכטער קיינעם נישט קיין תפיסה געבן, און דאס געבן זיי בלית ברירה נאר נאכדעם וואס די שקצים ווילן זיך נישט שטעלן צו קיין דין תורה.

אבער די אלע קאנטעמנטס וואס די מוסרים ומלשינים האבן אריינגעגבען האבן זיי דאס געגבען במזיד!! נישט וועלענדיג זיך צו שטעלן צו א דין תורה, און ביי יעדע באזינדער האבן זיי פארלאנגט אז מען זאל געבן תפיסה.

1990 האט דעס מסור און מלשין יוסף וואלדמאן אריין געבען א קאנטעמנט קעגן מרן רבינו שליט"א און הנהלת המוסדות קרית יואל ובראשם ר' מאיר הירש, ווייל מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדת.

19? האט זלמן לייב וואלדמאן, קלמן ווייס, מאיר דייטש און נאך, אריין געגבען א קאנטעמנט קעגן הנהלת הוויליטש דקרית יואל ובראשם ר' אברהם ווידער, פארן נישט לאזן חרדים.

2001 ביי שופט באראש האט שאול פערלשטיין, יעקב כהנא און די זאלי קהל, אריינגעגבען א קאנטעמנט קעגן ר' בערל פריעדמאן, ר' יצחק ראזענבערג, ר' אברהם מאיר פויגל, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, און נאך

2002 ביי שופט באראש האט שאול פערלשטיין, יעקב כהנא, אביש וויינבערגער, אריינגעגבען א קאנטעמנט קעגן ר' יעקב יוסף בראך, ווייל ער האט געדאווענט אין ראדני ראש השנה, יום כיפור, וכו'.

2009 ביים בית החיים קעיס, האט יעקב כהנא, שאול פערלשטיין אריין געגבען א קאנטעמנט קעגן ר' יוסף ווייס, ר' יואל קויפמאן, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, ר' דוד עקשטיין, און נאך.

דאס איז נאר וואס איך דענק אויף די מינוט, ווער עס דענקט נאך זאל ביטע ברענגען דא, און ווער עס קען די פונקטליכע דאטום זאל ביטע עס צו ברענגען.

און פון די אלע שרייערס איצט, האט מען דעמאלס קיין אות אחת נישט געהערט!!!

נאר אדרבה זיי האבן דאס פולקאם געשטיצט, און אליין געהאט א חלק דערין, און געגבען חיזוק פאר די מוסרים!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 18:02 לינק ישיר 

שרייבסט צו פוינט


תוקן על ידי rebyankel ב- 30/11/2009 18:02:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 18:07 לינק ישיר 

ער רעכנט דא אויס נאר א ''טייל'' קאנטעמפט קלאגעס
די עיקר רעכנט ער נישט אויס, די פשוט'ע ''מסירות'' אפענע אין נישט אפענע קעגן יחידים אין קעגן קהל אין די מוסדות אין ק''י אין וומ''ס אין און ב''פ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 18:09 לינק ישיר 

די אלע קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען להציל עשיק מיד עשקו, משא"כ יעצט... פיר אליינס אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 18:25 לינק ישיר 

נפל, גוט געענטפערט און צום פוינט

נעקסטע מאל גיב אבער אכטונג מט וועלכע ניק דו שרייבסט.....


בד"וו א גריס פון דיין ויזניצער שוואגער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 18:41 לינק ישיר 

און וואס איז מיט די צענדליגער אינגעלייט בחורים וכו' וואס די זאליס האבן בפועל געמסרט און ארעסטירט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 19:17 לינק ישיר 

אין קורצן:

די ראשי הבני יואל (די לעצטע 20 יאר) און ראשי הזאליס (די לעצטע ניין יאר) האבן גע'מסר'ט און ארעסטירט הונדערטער אידן.

דער מישמאשער האט מיטגעהאלטן די אלע ארעסטן און אליין געגעבן זיין הסכמה דערויף, דאן איז ער געגאנגען און אין א ווילדע פראוואקאציע צוריקגעצויגן פון זיין חתימה אז יאסל וואלדמאן, וואס האט איינגעזעצט צענדליגער אידן, איז א מסור, און האט אים געבענטשט בפומבי.

און דער יאסל וואלדמאן האט נישט גע'מסר'ט אידן נאר ווייל זיי זענען געווען זיינע פאליטישע קעגנערס. ער האט גע'מסר'ט זיין מחותן ביי א שלום בית קעיס און אים געלאזט ארעסטירן, ער האט גע'מסר'ט אידן וואס זענען געגאנגען קאמפעטישאן מיט זיין געשעפט "סימיס אוו לאנדאן". ער איז א איד א גבר אלים און מסור וועלכער מסר'ט יעדן וואס שטייט אים אין וועג. און אן קיין טראפ בושה האט זיך דער מישמאשער אידענטיפיצירט מיט אים און זיינע ביליגע מסירות.

און יעצט קומט דער מישמאשער און די צוויי אנדערע רועי בקר און זיי זענען ממש אין שאק און קענען נישט צוזיך קומען וויאזוי א איד האט זיך געוואגט אריינצוגעבן קאנטעמפט קלאגעס.

ניין, דער איד האט נישט ארעסטירט קיינעם. קיין איין מענטש גייט נישט גיין זיצן. דער איד האט נאר אריינגעגעבן קאנטעמפט קלאגעס קעגן מענטשן וואס האבן גע'גנב'עט דעם רביצינ'ס הויז פון אונז, (להציל העשוק מיד עשקו, ווי דער באוואוסטער נפל האט ליב צו נוצן) און געגאנגען אין קאורט קעגן אונז.

זיי האבן אונז גע'מסר'ט. זיי האבן אונז גערופן אין קאורט, און דער מישמאשער קומט און טוט באליידיגן אונזער אינטעלידזשענס דורך קלעימען כאילו אונז זענען מיר די מוסרים. אדער אפשר איז ער אזא גרויסער פערד אז ער רעדט זיך באמת איין אין וואס ער זאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 19:22 לינק ישיר 

און שטעלט זיך נאך פאר טאמער די מעשה וואלט געווען פארקערט, אז די שופט זאל פסק'נען אז קהל דארף אראפ נעמען די עיר קאנדישאנס, און די קבלת פנים שטיבל דעהרט צו די בני יואל.

עס וואלט געווען קאנטעמט על גבי קאנטעמטס, און די שלשה רועי בקר וואלטן ווען געשריגען דאס האט די רבי זכרונו לברכה געוואלט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 19:47 לינק ישיר 

די שרעקליכע קאנטעמט קלאגע וואס דער מסור יאשקע ווואלדמאן שר"י האט אריין געגעבען קעגן מרן רבינו שליט"א, און די הנהלת מוסדתינו בקרית יואל, מיט די פולסטע שטיצע פונעם שארמאשער, און זיינע 2 שותפים.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 20:00 לינק ישיר 

וואס האסטו געוואלט? מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון חדר ער האט נישט געהאט א ברירה ער האט נישט געהאט מיט וועם צו רעדן אויף ענקער זייט און ער האט נישט געקענט לאזן זיינע קינדער אן א מוסד. משא"כ יעצט טענה'ט קהל יטב לב אז די רביצינ'ס מענטשן האבן צוגע'גזל'ט דעם רבי'נס הויז.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/11/2009 21:17:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 22:11 לינק ישיר 

נפל מיינסט ציזאגן אונ האמיר יא געהאט א ברירה ממילא האבן מיר נישט גטארט אריין געבן קאנטער קלאגעס ?

זיי מסביר א ביסעלע פארוואס ער האט נישט געהאט קיין ברירה אין אונז יא

ווער מאט אפ צי מהאט יא געהאט א ברירה צי נישט ,בית דין אדער יוסל וואלמאן

פריער שרייבסטו אז להציל עשיק מעושקו מעג מען יא אריין געבן קלאגעס (א בני יואל/זאלי חידוש
אין דא שרייבסטו אז קהל ייטב לב שרייט אז די רעביצין מענטשן האבן געגאזעלט די הויז ממילא האבן זיי נישט געמעגט גיין אין קארט
איז דאך זייער שווער די סתירה

אלא מאי זאלי בלייבט זאלי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אוי: קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext