בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: זאלי פלייש ערנסטע חששות. פראקלאמירט נייע שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2009 17:53 לינק ישיר 
ברעקינג: זאלי פלייש ערנסטע חששות. פראקלאמירט נייע שחיטה

עס קומען פאר געהיימע זיצונגען ביים לאקאלן נועם המדות מיט שוחטים פון שיקאגא, נאכדעם וואס מ'איז געוואויר געווארן ערנסטע חששות ביי די זאלי פלייש.

חששות איבער טריפה ממש און איבער ניקור פראבלעמען, וועלכע זיי טרייען צו פארווישן, אבער עס קומט מער און מער ארויס.

רז"ל האט קודם געזאגט אז מ'דארף גארנישט טאן אבער האט באקומען אסאך פרעשור אז מ'מוז שוין עפעס טאן, ווייל ס'קומט ארויס אין די גאס.

דעם מוצש"ק האט ער געלאזט רופן אן אסיפה פון דיינים און עטליכע שוחטים און דארט איז אויפגברענגט געווארן אז ער גייט פראקלאמירן א נייע "ממליחה ואילך" פלייש !
א נייע "שחיטה מהודורת"... / "שחיטת בית יוסף"  (גלאט גלאט)

(דער רמ"א איז שוין נישט גוט????????)


און עס איז אויך געבליבן אז ער גייט רעדן דערפון כ"א כסלו אינעם וועסטערן פלאזא, ווי ער גייט אויסרופן קבל עם ומלואה, אז "איך  מאך נאכאמאל נאך מיין ברידער... !

די שאלה שטעלט זיך יעצט:
1) מעג מען משנה זיין פון רעבעזעכרויענע לעבראוכע ?
2) האט דער רעבעזעכערוינע לעבראווכע געגעסן טריפה ?
3) מעג מען זיין קליגער פון אונזערע רעבע'ס ?
4) דער רעבעזעכרוינע לעבררואכע האט דאך נישט געהאלטן פון קיין חומרות ?

די קליגערע וועלן אבער פרעגן:
1) פארוואס פארציילט מען נישט דעם אמת ?
2) וועלכע חששות זענען פארגעקומען ביז היינט ?
3) וועט די נייע פלייש נישט זיין ממליחה ואילך ?
4) וועלכע זאלץ וועט מען ניצן, שטיינזאלץ אדער כעמיקאל זאלץ ?
5) וואס איז מיט "צלע י"ב?
6) וואס איז מיט קאשויער רב'ס חששות?
7) וואס איז מיט די טריפה'נע מעסערס?

פרטים יבואו




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 20:42 לינק ישיר 

 

עס שטעלט אלס מער און מער ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, און יעדע גוטע זאך וואס רבינו שליט''א טיט אויף לטובת הכלל, ווערט איינגעפירט ביי גאנץ כלל ישראל, אפי' ביי די זאליבאנעצעס, ( וואס האבן נעבאך נישט קיין רבי)

 

רבינו שליט''א האט איינגעפירט חתונה תקנות, קימט צו גיין לייזער קעסטנבוים דער אבי אבות הזאליס, און בויעט אויף א פרדס זאל, אז יודען זאלען קענען חתונה מאכען ביליג,

 

רבינו שליט''א פירט איין א באגריף פון א היכל התורה, ווערט מיטאמאל און זופניק א היכל התורה, און ראדני, און אזוי ווייטער, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, ווייל און א פלאטץ וואס מען ווידערשפעניגט אונעם הייליגען באשעפער, איז נישט דא קיין ס''ד,

 

איצט קימט די שחיטה, די זאליבאנעצעס האבן זיך דער זען און א ערענסטע פראבלעם,  זייט רבינו שליט''א האט איינגעפירט די שחיטה און טעקסאס, האט די מליחה ואילך בוטשער אנגעהויבען אונטעררצוגיין, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם וויל עסן כשר'ס

 

האבן די חכמי חעלעם, די אנפירער פון די זאלי פארטיי געמאכט אן אסיפה, און צו זייער גרויס צער באשלאסען און מען מיז אויך מאכען א נייע שחיטה, פשוט אז דער בוטשער זאל קענען בלייבען אפען,

 

אבער וואס דארף מען מאכען א אייגענע שחיטה, עס איז דאך א שאד אויף די געלט, מען קען דאך מיט דעם געלט צאהלען פאר פארמעגליך – דאסקאהל אד''ג ???

 

איז מען אויף געקימען מיט א עיצה אז מען גייט פשוט אויסשפיעלן דעם עולם,

 

מען האט זיך פארבינדען מיט מיעל מארט, און מען האט באשטעלט ביי זיי א גאנץ טראנספארט פון שחיטת בית יוסף וואס מיעל מארט שטעלט צו פאר די ספרדים און תימענע, און ויהי לשחיטה חדשה,

 

די גראפיגערס זיצען אצינד און גרייטען שוין צו די באמבאסטישע מודעות, פון די נייע זאלי שחיטה, וואס וועט ערשינען מארגען אונעם געאסרטען טמא'נעם צייטונג ''דער יוד''

 

נאך מער עס איז ניטאמאל  די עכטע שחיטת בית יוסף עס איז אביסעל מער גלאט, וואו די געהעריגע פלייש, די עכטע גלאטע פלייש איז נאר די פון טעקסאס, מען רופט עס נאר נישט בית יוסף, ווייל מיר זענען רמ''א יודען,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 20:26 לינק ישיר 

ווען איר זאלט וויסען וואס אזעלכע רבנים ווי הגאונים הגר' ישראל דוד הארפענעס, הגר' בנציון שטראסער, הגר' אפרים שמעון לייכטאג, הגר' חיים פיוויל שנעבאלג האבען געזעגט אויף די ביז יעצטיגע שחיטה {אין די תיקון זינט די נייע שחיטה המהודרת פין טעקסאס} (כ'רעדט שוין/יעצט נישט פין די עופות) וואלט זיך די האר פין קאפ אויפגעשטעלט.
זיי האבען עס נישט געזאגט ברבים, כ'וועל עס נישט נאכברענגן אבער..... פרעגט זיי אליין'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 09:15 לינק ישיר 

גייט עס קעסנטבוים אויך באצלען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 06:24 לינק ישיר 

אז ר' זלמניו שעמט זיך שוין נישט צו נאכמאכן האלט מען שוין אויף א וועג מיט אים.

בעסער שפעטער ווי קיינמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 06:19 לינק ישיר 

סגייט נאך זיין פון די בהמות געשאכטען אינמיטן זומער פאר זיין נייע שחיטה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: זאלי פלייש ערנסטע חששות. פראקלאמירט נייע שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext