בית פורומים כל העולם כולו

וואס גייט למעשה זיין ביי די רעביצין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2009 01:33 לינק ישיר 
וואס גייט למעשה זיין ביי די רעביצין

למעשה האלט איינער אז ר' דוד עקשטיין וועט לאזן ארעסטירן מענטשן
אדער וועט ער ווארטן אויף נאך א קארט אין דעמאלטס לאזן קארט זאל אפילו נישט געבן קיין 5 טעג ?????



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 23:43 לינק ישיר 

נו, מ'קען דאך נישט אנגיין איין טאג אנעם קלאב,
אבער מ'האט זיך אריינגעזעצט אין בעיסמענט פין ר קלמן ווייס ווי מ'איז ווייטער ממשיך מיט די הייליגע פעולות
אין מ'איז זיך מדבק אין די רעביצין ז''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 22:32 לינק ישיר 

נאך א זאך נפל'ע ווען דו מיט דיין טאטע און זיידע זענען געווען  די ימים טובים און טאהש קודש והמקדש,

זענען מיר געווען ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, און מיט געהאלטען די היילגע עבודה פונעם צדיק הדור, און דערביי אריין געכאפט א היפש פארציע מכות רצח, פון די היינטיגע סעפטיקער זיצער,

אלזא, ווען עס קימט צו רעדן פון סאטמאר האב א ביסעל רעספעקט פאר די יודן וואס האבן געכאפט מכות רצח, פון די יושבי הסעפטיק, ביי זיך מתתפוף זיין בצל הקודש פון אבינו רוענו צדיק כל הדורות מרן בעל דברי יואל זי''ע ועכי''א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 22:23 לינק ישיר 

נפל'ע איך האב נישט געוואלט שרייבען קיין נאמען, אבער אזוי די ניצט די אלטע זאלי - בני יואל = ווערים און קרעטץ מיטעל, אז וועט מען בלייבט מיט די לאנגע צינג אונדרויסען הייבט מען אן שרייען ליגענער, גיי איך יא שרייבען א נאמען מיט א טעל, און ביטע קאל אים אן און פרעג אים צו די מעשה איז אמת,

זיין נאמען איז:

לויט די תקנות הפארום טאר מען נישט שרייבן קיין נעמען אין פאבליק

לאז מיר וויסען וואס ער האט גענפערט שכוח נפל'ע


תוקן על ידי פארשטיי ב- 09/12/2009 22:25:41




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/12/2009 23:41:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 22:07 לינק ישיר 

פארשטיי

איך בין זיך מחי' ווען די ברענגסט די סארט מעשיות, האסט א מורא'דיגע חוש וואס ווייניג מענטשן האבן, ביטע זיי ממשיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 21:25 לינק ישיר 

דעקלעראציע כתב:
ראובן פאלקאוויטש וועט זאגן די קאפיטלעך תהילים
יאסעלע וואלדמאן וועט קאנטראלען דעם מארש
שמואל דעויד בירנבוים וועט פארליינען דער אנטווארט פין פרעזידענט אבאמא.
אין יאנקל טרוך גייט צוריק געבן די גע'גנב'טע צען טוזנט דאלער.

[/quote]

[quote]
ראובן פאלקאוויטש וועט זאגן די קאפיטלעך תהילים
יאסעלע וואלדמאן וועט קאנטראלען דעם מארש
שמואל דעויד בירנבוים וועט פארליינען דער אנטווארט פין פרעזידענט אבאמא.
אין יאנקל טרוך גייט צוריק געבן די גע'גנב'טע צען טוזנט דאלער.



יענקל טרוך גיב ציריק די 10 טויזענט דאללאר, פאר וואס שרייבסטו נישט די מעשה וואס עס איז געווען?

עס איז געוען הושענה רבה תשל''ח, ביי די הייליגע נעניעים פון רבינו הקוה''ט זי''ע, כמובן פאר די וואס געדענקן בימים ההם, האבן די סדרנים, זלמן לייב וואלד-מאן, שלמה יענקעל ( ער איז נאך דאן נישט געווען קיין שיינע יוד נאר א פראסטע שלעגער) יענקעל טרוך, געטיילט מכת רצח, מכות כדי להמית, פאר די דאזיגע וואס האבן זיך אויפגעשטעלט אויף די בענק מיט צו האלטען די הייליגע עבודה פונעם צדיק כל הדורות רבינו הקוה''ט זי''ע,

איז געווען א חשובער עסקן ער וואוינט היינט און לאנדן, א.י.ל. ער איז א גראדע א זאלי, וואס ער האט זיך אויף געשטעלט אויפן באנק, צו צוקיקען די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן זי'ע,

מיטאמאל, כאפט ער ציטער און א שרעק, וואס איז? יענקעל טרוך קימט צו לויפן, מיט אויסגשטרעקטע פויסטען, און מיט א בלוט פארלאפענעם פנים, צו זיין ריכטונג,

פארשטייט זיך אז ער האט תיכף אנגעהויבן זאגען ווידו, ווער עס האט אמאל טועם געווען פון די פעשע הענט פון יענקל טרוך, ווייסט וואס דאס מיינט,

מיטאמאל האט אים אויף געבליציט א געדאנק, יענקל טרוך קימט אן צו אים, הייבט ער אן מיט א ניגון: הושענא עשרת אלפים, הושענא,

מיט אמאל מאכט יענקל טרוך א יו טערן און ער הייבט אן צו אנטלויפן פון די נישט גוטע פון ויהו נועם, און ער לויפט נאך ביט איצט, ויהו לפלא!

חסידים ואנשי מעשה, האבן דערזען דעם נס גלו, וואו ער איז ניצל געווארען פון טועם זיין פון דו פעשע הענט, האבן זיך זייער געווינדערט, וואס פאר א לחש דער האט געזאגט, אז עס האט פארטריבען דעם שלעגער, האט ר' א.י. זיי פארציילט, גופא דעובדה מאי דהוה,

בומי קופמאן, האט אריין געטראגען פארן רבי'ן 10 אלפים פאר יו''ט, און דער רבי זי''ע האט עס אריין געלייגט און די גמרא און וואס ער האט געלערענט, און דער רבי זי''ע איז ארויסגעגאנגען אויף א מינוט פון שטוב, און ער קומט צירוק, און די 10 אלפים איז נישט דא, עס איז פארשווינדען געווארען, מען זיכט דא, און דא, והילד איננו די 10 אלפים איז ניקס צום האבען,

רבינו הקוה''ט זי''ע האט תיכף אנגעהויבן צו פארפירען, וואו דאס געלט איז אהין געקימען, מיטאמאל קימט די רעבצין צו לויפען, מיט די געלט און די האנט, און זו עקלערט, אז יענקעל טרוך האט איר געברענגט דאס געלט,

האט ר' א''י אויסגעפירט, יענקל טרוך האט געזען וואו דער רבי זי''ע וועט נישט איינזיצען, ביז וואו לאנג ער האט צירוק דאס געלט, האט ער בבושת פנים כגגנב הנומצא במחתרת, אפגעגעבן די גניבה פאר די רעביצען,

ווען מען האט אים דאס דערמאנט, ער האט געזען אז דער עולם ווייסט וואס פאר א גנב, און אונטערוועלטניק ער איז, איז ער געלאפען אויף אלע פיר,

איצט לייג ארויף דער בילד וואו דער וועלטס גנב שטייט מיט די הייליגע תורה, און וואס עס שטייט לא תגנוב, און זיינע פעשע הענט!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 20:27 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected] זיי האבן אויף געשטעלט א וועבסייט לע"נ אלטע פייגא בת אביגדור

http://www.baisyoel.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 19:35 לינק ישיר 

די לצים האבן געווארפן צעטלעך אז דוד עקשטיין האט א דין מסור
נו נייתי ספר ונחזי וואס איז דער דין פון א מסור

די לעצטע צוואנציג יאר האבן זיי פראקטיצירט דעם דין מסור כדלהלן:

קום ארויף רבי מסור זעצט אייך רבי מסור (ווער ס'געדענקט די דרשה פון רבינו שליט"א)

נו בדין זה נלך, מכבד צו זיין דוד עקשטיין כדין מסור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 10:06 לינק ישיר 

ראובן פאלקאוויטש וועט זאגן די קאפיטלעך תהילים
יאסעלע וואלדמאן וועט קאנטראלען דעם מארש
שמואל דעויד בירנבוים וועט פארליינען דער אנטווארט פין פרעזידענט אבאמא.
אין יאנקל טרוך גייט צוריק געבן די גע'גנב'טע צען טוזנט דאלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 06:09 לינק ישיר 

איך האב די וואך געזעהן פאשקעווילען אויסגעשאסן אויף די גאסן אין קרית יואל, אז ר' דוד עקשטיין איז א מסור(...). אויב ס'איז אמת אז בני יואל האט דאס געטון, וויל איך פארשטיין פארוואס זיי שרייבן אויף אים מסור, אין די צייט וואס זיי זענען מוסרים?!

קען זיין אז זיי רעדן פון ר' דוד צוליב דעם אז מ'זאל נישט רעדן פון זייער מסירה?

אויב אזוי פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען זיין אז מענטשן (?) זאלן מאכן פארזאמלונגען וועגן ר' דוד אין די צייט וואס זיי זענען געפערליכע מוסרים?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 03:02 לינק ישיר 

פארוואס זענען אלע זאליס אזוי צעחורבעט?

ווען זיי האבן נעבעך געמוזט עפענען אן אייגענעם בית הקברות האבן די משוגעים דערקלערט זיג. ס'טייטש, נאך יארן וואס זיי פייטן אונז אין קאורט אז זיי זאלן האבן א רעכט אוועקצוגיין און מאכן אן אייגענעם בית הקברות האבן זיי ענדליך אויסגעפירט...

ווען אונז האב מיר באקומען די הערליכע בילדינג פון סטיינער'ס סטודיא האבן די משוגעים דערקלערט זיג. ס'טייטש, נאך יארן וואס די אהרונים מאכן זייער כ"א כסלו אין א טענט אינדרויסן אין די גאס מוזן זיי יעצט נעבעך מאכן זייער מסיבה אינעווייניג אין א בילדינג...

ווען די בני יואל האבן געכאפט א קאפע אין די ציין און ארויסגעפלויגן פון זייער שול האבן די משוגעים דערקלערט זיג, ס'טייטש נאך יארן וואס די אהרונים פייטן אז די בני יואל זאל בלייבן אין די רביצינ'ס הויז כדי מען זאל זיי קענען ארעסטירן קענען די בני יואל ענדליך פארלאזן די רביצינ'ס הויז...

דוד, ווען טיפשות האט ווען א שטימע וואלט זיך געהערט פון דיר אזעלכע ברוטאלע קולות אז גאנץ ניו יארק וואלט זיך אויפגעוועקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 03:00 לינק ישיר 

Bnie Yoel/Zalis will b tomrrw 11:30 4 an emergency TRO on Judge Owens Contempt Order by Judge Angiolillo who heard d emrgncy TRO 2weeks ago



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 01:03 לינק ישיר 

האסט מיר גארנישט געענטפערט.


רעדסט און רעדסט און בלייבסט מיט די שפייעכטס אין מויל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2009 00:59 לינק ישיר 

עני טיים וואס די אלע מוסרים האבען
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2725942&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2009 00:49 לינק ישיר 

אויב דער מסור וועט נישט ארעסטירן די 3 אידן, וואס האט ער פון קאורט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 21:06 לינק ישיר 
Stop Order from the use of Cong Beis Joel

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס גייט למעשה זיין ביי די רעביצין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext