בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"ק ווארט אויף פשעווארסקע רבי אין ווארט אין ווארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2009 07:42 לינק ישיר 
הגה"ק ווארט אויף פשעווארסקע רבי אין ווארט אין ווארט

דער הגה"ק איז יעצט געווען ביי די פעשעווארסקע חתונה אין געזיצן אויבן אן אין געווארט אויף פשעווארסקע רבי אין געווארט א שטיק צייט אין דער פשעווארסקע רבי איז נישט צום האבן

ווי נאר דער הגה"ק האט פארלאזט דעם זאל האט אויסגעבראכן א קול רינה וישועה דער פשעווארסקע רבי איז אריינגעקומען אין זאל

ובכן צדיקים יראו וישמחו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:29 לינק ישיר 


נפל א גריס פין דיין סקווירא קאזין אין דיין וויזשניצע שוואגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 17:55 לינק ישיר 

מיין קאזין א סקווירא חסיד האט מיר פארציילט אז ר' אהרן איז געווען ביי די חופה אין סקווירא און ער איז נישט צוריק געקומען שפעטער.

זאלן די ארוינים אויפהערן פארקויפן שקרים וכזבים ווי דאס אז ר' אהרן האט זיך געיאגט צו  סקווירא רבי' "מצוה טאנץ" 1 אזייגער ביינאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 17:28 לינק ישיר 

שוין ווייטער האט ר' לייביש נישט געטאנצן מיט אים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 05:13 לינק ישיר 
מהרז"ל מסאטמאר היינט נאכט ביי די שבע ברכות







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 22:02 לינק ישיר 

ווי נעכטען פארשפראכן זענען די אהרונים ווייט פון פארטיג מיט דעם ביטערן דורכפאל וואס דער סבלן האט געליטן נעכטען נאכט ביי די פשעווארסקע חתונה גייט נאך אסאך ספינס קומען צו בארואיגן די קליינע קעפ.

היינט אינדערפרי נאך וואס די מוח וואשערס האבן געזעהן אז די נעכטיגע דריי ספינס ארבעטן זיך נישט אויס איז ארויסגעקומען פרישע.

קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.

נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס.

אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן.

אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי......

 

היינט צופרי זענען אנגעקומען פרישע שרייבערלעך מיט פרישע ספינס, אט הערט:

קודם קומט אן דער אומוויסענדער חיים נחום און צושטערט ארגינעלער'ס טעאריע:

אגב, כ'האב באקומען אין בילד ווי מען זעט יא די גבאים אויף סטעידש אונטערען רבי'ן.

ס'טייטש אז קיין אזויגערופענע רייבערייען איז נישטא.

 

חלה דעקל ענתיק טרייסט זיך:

 דער שטן מישט זיך אייביג אריין, אפילו ביי שמחת צדיקים.על כל פנים איך הער אז ס'איז געווען זעהר א דערהויבענע שמחה.

 

פראפעסער יאנקעלע11 קומט מיט א פרישע ספין וואס איז נעכטען נאך בכלל נישט געווען ידוע פאר די אהרונים אויפן פארום.. ס'פארגעקומען נעכטען א סקווירא חתונה און ר' אהרן האט זיך שרעקעדיג אהינגעיאגט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רעדע אפילו אז מ'גייט טאנצן מיט ר' לייבוש, און ר' לייבוש זאל אים שענקען א וועלט מיט אטענטשאן:

נעבעך די צערידערטע זאליס, נאכן כאפן שמיץ פונעם קארט,דארפן זיי אביסעלע חיזוק, פארברעצירן זיי א אזויגערופענער פלאן,און טאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געווען גענוי ווי זייער אויסגעטראכטער פלאן, איך בין דארט געווען, דער רבי שליט''א איז דארט געווען גאנצע 5 מינוט,ער איז צוריק געפארן צו די סקווערע חתונה, און בכלל איז נישט געווען ארעדע צו ווארטן אויף רבי לייבוש שליט''א (און אפילו אויב עס איז יא געווען א רעדע האט זיך נעבעך ר' לייבוש אויך נישט צוגעשטעלט...- באלאנד) וייל דער רבי האט זיך געיאגט.

וואלן סח איז ממש גערעכט... ער ווייסט שוין נישט פון וועלכע ר' לייבוש מ'רעדט, נאך מער, ר' אהרן איז מיטאמאל געגאנגען בכוונה צו טרעפן ר' לייבוש, ער האט גארנישט איינגעלייגט מיט אים (משוגע דארף ער זיין יא צו האבן...):            

 א געלעכטער אין א זייט רבינו שליט"א איז געגאנגען צו די חתונה צו ר' לייבוש..... נאכאמאל צו ר' לייבוש..... אבער איר ווייסט וועלכע ר' לייבוש, ר' לייבוש ט"ב, אלס קרוב משפחה, און אלס איינער פון דייני קהלתינו הק'. ער איז בכלל נישט געגאנגען צום פשעווארסקן רבין, פונקט ווי ער איז ביז היינט נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, ווייל ער האט מיט אים גארנישט איינגעלייגט, אוודאי איז ער אים מעריץ, אבער דאס איז אים נישט מחייב צו גיין צו יעדע חתונה בפרט פון א אייניקל. יעצט אויב איז דער פשעווארסקער רבי אריינגעקומען א מינוט נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך (99 פראצענט) אז דא איז געווען א אגענדע, האט דער רבי נישט מער ווי קלוג געטון אז ער האט נישט געווארט א מינוט לענגער צו קוקן אויב דער פשעוארסקער רבי קומט אריין, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער נאכנישטא האט עס א סיבה, בנוסף האט זיך דער רבי געיאגט צו די סקווירא חתונה.. (ואגב האב איך געהערט ער האט געהייסן איבערגעבן א מזל טוב)  עכ"פ, די שאלה איז נאר, דער פשעווארסקער רבי איז דאך דער רבו המובהק פון רז"ל, וכל דבר הגדול והקטן יביאון אליו כמבואר באשכולות אחרות, נו, ווי איז ער געוועןאון נאכאמאל זאלי, דער פשעווארסקער רבי איז נישט אונזער פודאמענט (פאר א קנאפע פאר וואכן צוריק איז ער יא געווען ענקער שטארקע פונדאמענט צו צייגן פאר די ילדים אז ר' אהרן איז שוין היינט צוטאגס אנערקענט אין די גאנצע וועלט... -באלאנד), וואס ווען דאס פאלט פאלט אלעס, משא"כ ביי ענקנעבעך (וואס הייסט צופאלן? ר' אהרן דאווענט שוין אין ראדני זייט ר' לייבוש איז אים געקומען באזוכן??? – באלאנד)

 

רעב יאנקל קומט מיט זיינע פריוואטע אגענדעס און שמייסט אריין אין ארגינעלער:

ארגינעלער כתב:  מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער................. ר' אלתר'ס מענטשן זענען נישט קיין פראסקערס

ר' יאנקל שפירט זיך עפעס זייער אפענסיוו ווען באלאנד דער קווינס בחור שרייבט... איך קען דיר אזויפיל זאגן איך קען דיך נישט, אבער עס איז זייער פישי אז די ווערסט אזוי ווילד אייביג ווען די זאליס שרייבן א גוטס כאילו עס קומט דא אריין... גענוג געזאגט וד"ל:

דוד כ'וואלט דיר זייער געראטען פאר די מאכסט א מעשה, שמיעס דיך גיט אפ מיט באלאנד, רוף אים אן קווינס ער הייבט זייער אפט אויף די טעלעפאן ענק זענען זיך סותר מיט יעדע דיטעל, וואס איז געווען, אין וואס די ארונים האבען 'געטראכט'

 

דער גרויסער פארשטייער איז דא מיט א ברייטן הסבר:

ר' וואלען'ס נקידה איז זייער צו דער זאך: די זאליבאנצעס וואס פארמאגען א רבי, וואס איז א גארנישט שבגארנישט, זענען קריטיש וויכטיג אנגעוויזען, אויף ר' לייבוש, ר' לייבוש האט געזאגט, ר' לייבוש איז געקימען, ר' לייבוש איז געגאנגען (ווער איז נאר געווען אזוי ביזי דא ווען ר' לייבוש איז געגאנגען באזוכן דיין רבי'ן, איינער געדענקט??? -באלאנד), וכו' וכו' משא''כ ביי אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, איז לא מעלה ולא מוריד, וואס ר' לייבוש טראכט, וואס ער זאגט, און וואס ער טיט, רבינו שליט''א איז דער רשבה''ג, זיין צייט איז טייער (איך געדענק נאך אבער ווען ער האט נעבעך יא געהאט צייט און געווארט... שמיני עצרת צופרי אין הויז סטריט.... –באלאנד), יעדע מינוט איז ביי אים חשוב ( גערעכט גערעכט, אנגעהויבן פון פרייטאג צונאכטס האט מען שוין געזעהן אז די צייט איז אים גאר טייער ווען ער האט נישט געקענט אויסווארטן מיט בענטשען אויף הגר"י האגער... -באלאנד), ער איז נישט געווען מחיוב צו ווארטען קיין איין סקונדע, אויף ר' לייבוש, ער האט זיין סדר היום (סקווירא חתונה, דוין דערמאנט??? –באלאנד), און ער געפינט נישט פאר וויכטיג צו ווארטען אויפן פאטאגרעפער (איינער קען מיר העלפען לאכן???, איך זאג שוין גארנישט – באלאנד) וואס זאל קימען נעמען א בילד וואו ער גיט זיך די האנט מיט ר' לייבוש! און די זאליבאנעצעס וואס זענען אזוי צו פרידען מיט זייער סבא קדישא, און שרף אלקי, ר' זלמניו השזיגאני, זענען פארנימען א גאנצען טאג, צו שפאקעלירען, און פראבאצירען, באבקעס, מיט מעשיות, פאר וואס רבינו שליט''א, האט נישט געפינען פאר וויכטיג, צו שטיפען נאך א פאר מינוט, אז דער פטאגרעפער זאל קענען בליצען!

 

געדענק איז דא מיט א חידוש, אבער מיט אקסן האב איך נישט קיין געדולד צו רעדן:

גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג (וואס איז? ער האט שוין ווייטער געלערנט מתוך? ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ארום אים??? –באלאנד) אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים, דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט, און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט! זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער (נאר וואס דען??? –באלאנד), און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער, אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער, נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים, אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.

רעב יאנקל איז שוין געווען געווען אין מקוה, זיך געטראפו מיטן רויטן בדחן רבי יונה און ער איז דא מיט א פרישקייט, עס איז אזוי, אין אמת'ן אריין איז נישטא קיין ריס צווישן די שטוב מענטשען נאר פשוט ר' אלתר האט אפגעשמועסט אז ר' לייבוש גייט אריינקומען 11 און צום סוף האבן אים די גבאים אריינגעברענגט 12 און צושטערט די גאנצע חתונה....:

עס גלייבט זיך שווער אז מענטשן ווערן אזוי נעריש, אבער אין מציאות זעהט מען עס לייוודי זאלי'ס זענען נאך אזוי ציקלאפט אז זייער לאנג יעריגע באלאן האט אזוי הילכיג געקראכט (וועמענס באלאן? די באלאן פון די פשעווארסקע באזוך האט געקראכט אין ווינציגער פון 4 וואכן...-באלאנד), ביי ר' לייבוש'ס לעצטע באזוך אין אמעריקע, אבער זיי געבן נישט אויף....אין נאכדעם וואס זיי האבען זיך געפילט זייער באטראפען פין די מעמד החופה (באטראפן פון וואס? פון דעם וואס דער געוועזענער אנטווערפענער האט אוועק געגעבן סידור קידושען פאר ר' לייבוש???...- באלאנד), האבען זיי זיך אליין בא.... מיטן אויפהאלטן ר' לייבוש ביז נאך 12:00 אין די קעלבעך זענען העפי אז ער האט נישט געטראפען סאטמערע רבי....... (זעהט אויס אז זיי האבען פין וואס מורא צו האבען...), אין די צייט וואס מ'האט אפגעשמיעס מיט ר' אלתר אז ער וועט אריינקומען ''11:00'' (ר' לייבוש מצדו איז זייער א פינקטליכער מענטש אין האלט זיך צום זייגער)די גרעסטע רשעות איז דא געטוהן געווארען קעגן די מחותנים פאר'ן אויפהלאטן די גאנצע חתונה, אבער וועס קען די זאלי'ס.............מיר איז בכלל שווער, אויב האט ר' לייבוש ציריק אנגעהויבן פיינט צו האבען מרה''א דאן פארוואס האט מען אים נישט געברענגט פריער, אין ער זאל ווייזן זיין שנאה.... אין אלע סאטמערע וועלן קראכען (א שאד...)זיי פראבירן נעבעך נאכמאל אויפצובלאזען דער ציבאסטע באלאן, אבער אן ערפאלג! סיי וויאזוי, וואלסען ס''ח האט ארויסגעברענגט א גיטע פוינט. אגב, קען איינער ברענגן די בילדער ווי ר' לייבוש באגריסט זיך אזוי ווארים מיט ר' יצחק ראזענבערג ראה''ק דקיט''ל. (הייסט דאס איז די תשובת המשקל פון ר' לייבוש פארן נישט אריינקומען טאנצן מיט ר' אהרן... גוט גוט- באלאנד)  אדער פין די קבת פנים/חופה/חתונה

 

יקרבו איז דא מיט אן אפיציעלע רעפארט פון בית רבינו:

רבינו שליט"א האט נעכטן גענדיגט געזעגענן אזוי ווי יעדע וואך דינסטאג בערך 11:15, אין איז אנגעקומען בערך 11:30 צי די שבע ברכות פין כולל עצי חיים אין ער האט דארט געזאגט דברות קודש, בערך 12:00 האט ער האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אריין צי די חתונה פין בן הגה"צ דומ"ץ ויואל משה שליט"א (ר' יאנקל רוף שנעל אן יקרבו... די גרסאות שטומען נישט-באלאנד), אין געגעבן לחיים אין אנגעווינטשען די חתן אין די מחותנים אין זיך אויפגעשטלעט ארויס צי גיין אין ר' לייבוש ט"ב האט אים געבעטן אז ער זאל טאנצען מיטן חתן רבינו שליט"א, האט געטאנצן מיט די חתן אין די מחותנים אין ער איז ארויס געגאנגען.

רבינו שליט"א איז נישט געקומען צי פשעווארסקע רבי צי די חתונה, רבינו שליט"א איז ביז היינט נישט געגאנגען צי זיינע חתונות אין נעכטען איז ער אויך נישט געגאגען צי אים ער האט גארנישט מיטן פשעווארסקער רבין, ר' לייבוש איז טאקע א גרויסע רבי, אבער רבינו שליט"א לויפט נישט ארום צי חתונות פין אלע גרויסע רביס, ווען וויל ווען דווקא גיין צי ר' לייבוש'ס חתונות וואלט ער געגאנגען 3 וואכן צריק ווען ער האט אים גערופן, אלא מאי ער איז געגאנגען צי די חתונה איינע פין זיינע דיינים ר' לייבוש טייטלבוים.

 ער איז בכלל נישט אינטרעסירט פאר ער גייט צי א חתונה צי אלע זיידעס זענען דארט וכדומה, ווען ער גייט צי חתונה גייט ער צי וועם ער גייט דארט אין אז ר' לייבוש איז דארט הכל רווח (אוי עס טוט וויי!!!!!- באלאנד), רבינו שליט"א האט בעסער וואס צי טוהן מיטן טאג אין בעסעטרע דאגות ווי זיין ביזי צי ר' לייבוש איז דארט אדער נישט, ער גייט זיין וועג ווען עס איז אים באקוועם צי קומען צי די חתונה קומט ער אין דאס האט ער געטוהן.


המשך יבא.... די חברה זענען ווייט פון פארטיג, זיי וועלן אויפקומען מיט ספינס אז יעדער פון זייערע קינדערלעך זאלן נישט האבן קיין שום פראגן און זייערע קליינע מוחות....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 20:49 לינק ישיר 

SCOT 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 20:48 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:
יעצט הער איך אז ר' לייביש האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אויף די וועלט, ער פירט נישט קיין חשבונות... געדאנקען טייערער גייט אן, די מאכסט מיר א גוטע טאג...


האב איך געזאגט אז ער האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אויף די וועלט?
כ'האב געשריבען אז ער האט נישט קיין אהנונג אז אפאר הייד פארק שרייבער וועלן בויען גאנצע בנינים און חשבונות אויף די פונקטליכע מינוט וואס ער איז אריינגעקומען,

און דאס זעלבע איז מיט רבינו שליט"א וואס האט נישט גע'חלומ'ט און ווייסט נאך יעצט נישט אז מ'האט אים געטיימט ווי לאנג ער איז געזיצען דארט.

נאר וואס דען??... אז מ'עסט זיך אן מיט חששותדיגע פלייש, און אז מ'לאכט אפ פון צדיקים באקומט מען א פארשטאפטע קאפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 20:11 לינק ישיר 

פאר די ארוינישע קעפלעך מיט שוואכע זכרונות:

פאר צוויי וואכן צוריק ווען ר' לייביש האט חתונה געמאכט האט די רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביי די חתונה, איבריג צו זאגן אז די ידידות צווישן די צוויי ערליכע אידן איז געווען שטארק קענטיג די כבוד און הערכה וואס די צוויי האבן זיך אפגעגעבן איינער פארן צווייטען איז געווען אויף א ווארעמע פארנעם, ווען די רבי איז געווען דארט האט די גאנצע אויבן אן זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א גלייכע שורה אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די רבישע חתונות. עד כאן הכול טוב ויפה.

די ארוינים זענען פלוצלינג געווארן פארנומען אז ר' לייביש האט נישט געטאנצן מיט'ן רבי'ן "פערזענליך" לכבוד דעם האבן זיי ארויסגעשיקט צענדליגער טעקסט מעסעדשעס און אנגעפירקלט צענדליגער אשכולות אויף הייד פארק מיט גזמאות עצומות (ווער געדענקט? דער חתן האט געווארפן בליקן אויף זייט טאטע און דער טאטע האט צוריק געווארפן...) דעמאלטס -לשיטת האהרוינים- האט ר' לייבישע זייער גוט געוויסט אז ער טוט אפ דעם רבי'ן מיט נישט טאנצן "פערזעליך" וכלשונם ר' לייביש האט צוגעפיקסט זאלי... נעבעך...

יעצט הער איך אז ר' לייביש האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אויף די וועלט, ער פירט נישט קיין חשבונות... געדאנקען טייערער גייט אן, די מאכסט מיר א גוטע טאג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 20:00 לינק ישיר 

גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים,

דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק

אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט,


און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט!
זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער, און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער,
אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער,
נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים,
אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 19:05 לינק ישיר 

דער ר' לייבוש איז פון די רעפונירסטע פאליטיקאנטן אין די וועלט, קודם גייט ער פערזענליך באזוכן ר' אהרן, אבער דאס איז אלעס נאר לפנים און א שפיל, ווייל שטילערהייט האט ער א באהאלטענע חשבון אז 4 וואכן שפעטער ווער ער איהם גוט ציפיקסן, מיטן נישט אריינקומען צו די חתונה אזוי לאנג ר' אהרן זיצט דארט.

בכגון דא נאמר: 1+1 = חלה דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 13:03 לינק ישיר 

באלאנד כתב:

דער סבלן וקדוש הר' אהרן טייטלבוים איז געקומען צו די גרויסע פשעווארסקע חתונה וואס קומט פאר היינט נאכט אין ראז קעסיל, זיין פלאן איז געווען צו באקומען די פולע אטענטשאן פון דעם פשעווארסקען רבי'ן אזוי ווי להבדיל דער רבי שליט"א האט באקומען ביי די פאריגע חתונה, און אזוי געבן א פולקאמער ריק פאר די זאליס אז ר' לייבוש איז זיינס.

אבער נעבעך ס'איז ביטערליך דורכגעפאלן, ר' אהרן דינן איז אנגעקומען צו די חתונה, היינט איז זיין נאכט, מ'גייט האפקען מיט ר' לייבוש עד לב השמים............


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2709606&forum_id=16386


רבי_יונה כתב:
ביי די חתונה האט אים רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען בפני כל עם ועדה, אז רז"ל האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס...
4) רז"ל שטעלט זיך שוין אויף טאנצן... אבער העי... דער חתן דינן (סארי אבי החתן) איז נישט רעדי.. ער איז נישט עפעס טאנצענדיג יעצט.

7) דער חתן ווארפט בליקן צום פאטער, און בעט זיך בחתנונים: טאנץ מיט אים !  טאנץ מיט אים, פליז ! פליז !

11) כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט ביי די חתונה נישט געטאנצן מיט רז"ל, נישט אליין, און נישט מיט'ן חתן-און רז"ל - נאר אין א גרויסן רינג.

12) רז"ל איז ארויסגעלאפן פון די חתונה מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !


און דאס איז געווען די חלה דעקל פון די נאכט פאר די זאליס !


נאך ליינען פון פאריגען חתונה דעם אנאליז פון רב יונה ווי רב לייביש האט נישט געוואלט טאנצען מיטן נועם המידות פארשייט מען שוין פארוואס רב לייביש האט זיך נישט געוואלט טרעפען מיט הגה"ק ביי די חתונה היינט נאכט....
ער האט אויך נישט געוואלט טאנצען אליין מיט הגה"ק אין ער האט מורא געהאט אז דער חתן וועט "ווארפט בליקן"...

ביי די חתונה היינט נאכט אין רויז קעסיל האט רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען הגה"ק בפני כל עם ועדה, אז הגה"ק האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס... (אזוי ווי באלאנד שרייבט...)

הגה"ק איז ארויסגעלאפן פון די חתונה (נאך א קארצע 5 מינוט...) מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !!....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:59 לינק ישיר 

די דעמעגאגיע און מוח וואשעריי האט זיך געטראפן אין א שטארקן קלעם, דא פארקויפט מען פאר די אקסן אז אונזער רבי איז דער בעסטער שענסטער גרעסטער, אנגענומען אין די גאנצע וועלט, אפילו דער פשעווארסקער רבי וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים ביז יעצט האט שוין אויך אנערקענט אז ער מוז באזוכן ר' אהרן, און פלוצלינג טראך! דאס גאנצע בנין נערים פאלט צוזאם ווי א לעגא שפיל...

ר' אהרן זיצט ביי די חתונה אומגעדולדיג זיך צו טרעפן און בעיקר צו טאנצן אליינס מיט זיין נייער ידיד נפשו ר' לייבוש דער פשעווארסקער רבי, אבער ער איז נישטא, ר' לייבוש קומט נישט אריין...

נו נו! זארגט נישט, מ'האט זאפארט איינגעשפאנט פון די סאמע בעסטע היידפארק שרייבער וואס די אהרונים פארמאגן זאלן אנהייבן פארגלעטן דעם דורכפאל, קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.

נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס...

אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן...
אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי....


ביטע נישט לאכן!!! ר' יונה וועט דא זיין מארגן אינדערפרי, אפשר דעמאלס וועט זיין עפעס בעסערע ספינס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:46 לינק ישיר 

און יעצט א קורצע חזרה אויף די געהויבענע ימי השמחה....

רעב יאנקל ברעכט די נייעס פאריגע וואך:

שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מדי וואך שבת קומט פאר דער אויפריף בבית פשעווארסק - שינאווע, דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ, די חתונה וועט אי''ה פארקומען קומענדיגע וואך אין וומ''ס מיט די השתתפות פינעם גרויסען (ער איז נאך אלץ גרויס? - באלאנד) זיידען מפשעווארסק שליט''א


עס קומט א אפדעיט:

עס וועט גייט אינטער די חופה החתן בן הרה''ג ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה ד'סאטמאר - וומ''ס בן הרה''ג ר' אלחנן ז''ל חתן האדמו''ר משינאווע שליט''א‬ ‫מיט די כלה בת האבד''ק בית יעקב פשעווארסק שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א ‬‫ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען אדער פרטים פין די שמחה בבית צדיקים זאל ביטע פאוסטען‬


אה, ר' לייבוש דער שונא הזאלונים קומט, און אט הערט דעם באריכט:
די לעצטע פאר יאר מאכט דער שמיציגער צייטונג א גרויסע העדליין ביי יעדע פשעווארסקע חתונה, אין פראבירט איינצורעדן די קעלבעך ער איז דאך משלנו..... אבער היינט נאכדעם וואס דער גרויסער באלאן האט געפאלצט (געפלאצט פאר וועם אין פנים? איך הער נישט! - באלאנד) האט ער עפעס א פאשטופטע נייעס'ל                 

האלטס אייך רואיג, ארגינעלער האט אויך עפעס צו זאגן:
זייט דער וויזיט צים רבי'ן שעלטן (ווער שעלט? און וועמען שעלט מען? הויעך זאג...- באלאנד) די זאליס ר' לייביש'ן אן א אויף הער.                    


די אפדעיטס פאלגן נאך:
א גרויסער עולם אנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביים קידוש לכבוד'ן דיין שליט"א.
די חתונה איז דינסטאג אין די פראכטפולע זאל פון ראוז קעסל.

יעקב שמשון פרעגט דאך גוט:
גייט מהרז"ל קימען צי די חתונה (ער דארף נאך קומען? ר' לייבוש האט ענק נישט גוט צוגעפיקסט סתם אזוי? -באלאנד) ?


אפדעיט:
היינט קומט פאר די גרויסע חתונה אין די ראוז קעסיל זאלען, אויבן וועלן זיין די מענער אין אונטען די פרויעןקול רנה וישועה באהלי צדיקים


אה! ר' יענקל (דער אפיציעלער רעפארטער פאר כה"כ אין ראדני שוהל) שיסט א באמבע:
אגב, כ'הער אז אין ראדני האט מען היינט ארויסגעווארפן די זייער אייגען שמיץ בלעטעל ווייל ער האט אריינגעלייגט די שמחה (די רופסט דאס נאך א שמחה??? אתמהה! - באלאנד) א רחמנות אויף אזעלכע...


פאראלעל פרעגט מיט נייגער:
איך בין נייגעריג צי נח אהרן וויינבערגער טוט זיך ביי די חתונה אויך אן א שטריימל (א ספק דערינען? ער וויל געבן חיזוק פאר ר' לייבוש'ן פארן נישט אויפנעמען ביום שמחת לבו דעם גס רוח פון קר"י- באלאנד) ?                 

אפדעיט:
יעצט איז פארטיג געווארן די חופה. סידור קידושין איז געווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. קריאת הכתובה די זיידע פון די כלה שליט"א מיט די ערשטע צוויי ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א פון וויליאמסבורג די איבעריגע איז צוטיילט געווארן צווישן הרב שמואל חיים וואגשאל  מלאנצוהט הרב יחזקאל שרגא וואגשאל מלאנצוהט הרב יוסף טייטילבוים אב"ד נעפלעמיץ הרב משה שמואל ראטענבערג ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א


וויינשטאקל פלאסטערט אויס דעם וועג פאר ר' אהרן'ס דורכפאל:
חיים_נחום וואס איז פארגעקומען היינט צווישן דיין רבינ'ס זאלי גבאי י.ל. פערלמוטער מיט דעם היינט נאכטיגן מחותן ר' אלתר???? איך הער אז עס איז געגאנגען טישן אויף בענק... י.ל. האט געשוואוירען נקמה אין ר' אלתר. וואס גייט פאר??? (פארגעסן צו ענדיגן, און צוליב דעם האט דער רבי געמוזט ארויסגיין פון זאל פאר ר' לייבוש איז אריינגעקומען. - באלאנד)


רעב יאנקל ברענגט אויסצוגן פון זיין אישי:
פין אישי מי שלא ראה.... זו לא ראה .... מימיו פארוואס זענען די פאר אנוועזענדע זאלי'ס געווארען אזוי שוימיג ווען ר' שלמה וועצב''ג - משמש האט אויסגערופון ''הגה''צ אב''ד קהילתינו שליט''א די ערשטע 2 ברכות'', (פרעג יענעם פון אישי, זענען זיי געבליבן שוימיג א גאנצע נאכט, אדער די אהרונים האבן אינמיטן איבער גענומען די שוים???- באלאנד) ווען ביי די חתונה אפאר וואכען ציריק האט דאסקאהל נישט געקענט פועלן אז רז''ל זאל באקומען כאטש 1 ברכה ביי די חופה (און יעצט האט שלום אליעזר פרענקל נישט געקענט פועלן אז ר' לייבוש זאל כאטש אריינקומען געבן די הענט פאר ר' אהרן, כ'רעד שוין נישט פון טאנצן...-באלאנד) ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך (עכט שיין פין די פאר זאלי'ס וואס גייען צו דעם זאל, וואס מ'קען ווערן פארקילט.....) אגב, כ'הער אז ר' שלום אליעזר פרענקל איז געווען פין די עדי קידושין (און איך הער אז ר' לייבוש איז נישט אריינגעקומען צו די חתונה ווילאנג ר' אהרן איז דארט געווען... - באלאנד). 

ר' יענקל קראכט א וויץ:
כ'הער איז ביי די חתונה גייען זיך נאר באטייליגען ערליכע יודען (ווען ר' לייבוש וועט זיין אין זאל...- באלאנד), אין רז''ל גייט נישט ווער פארקילט ב''ה (ניין ב"ה, אבער ר' אהרן איז ארויף מיט א שטארקע היץ איינער ווייסט פארוואס?- באלאנד)                  


ס'איז ביטער... ארגינעלער פרובירט שוין צו פארגלעטן דעם דורכפאל:
די רבי שליט"א האט זיך קודם באטיילגיט ביי די שבע ברכות פין הג"צ ר' חיים הערש שליט"א נאכדעם איז די רבי אריין געקומען אין זאל געטענצען מיטן חתן אין מיטן מחותתן הגה"צ ר' לייביש טייטלבוים די רבי האט נישט אויס געווארט פעשווארסקער רבי שליט"א ווייל ער האט באמערקט אינעליכע ראבארייען מע ןהאט נישט געלאזט אריין ביים טיר פעשוארסקער רבי'ס מענטשן וד"ל

 

עס איז נאך דא וואס מוסיף צו זיין חוץ די פאר ווערטער "בור כרה ויחפרהו"????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:15 לינק ישיר 

פשוטע שקרים,
כ'האב יעצט גערעדט מיט 2 יונגעלייט וואס זענען אין זאל די גאנצע צייט
כ'האף מ'וועט קענען האבען די קליפס פין די צייט וואס מהר''א איז דארט געווען אין יעדער וועט זעהן ענקערע פשוטע געבעקסען
מהר''א איז דארט געווען קארגע מיניטן געזיסען א מיניט אויבן אן אין געטאנצען מיטן חתן אין מחתנים אין געגאנגען, ער גייט נישט שפילן קעטש מיט פשעווארסקער רבי'ס גבאים,
אין פארשטייט זיך אז ווי נאר די זאלי'ס האבען זיי געלזאט וויסען אז ער קען קומען איז ער גלייך אנגעקומען מיט א אינטערשייד פין געציילטע מיניטן.
סיי וויאזוי איז די געים אווער נאך דעם באזוך פאר די פאריגע חתונה, סוי כ'קוק אן די גבאים (אין פאר וועם זיי ווילן געפעלן) זייער נעריש
מ'האט קלאר געזעהן אז זיי האלטן אויף פשעווארסקע רבי ביז מהר''א איז געגאנגען,

פין די אנדערע זייט פארשטיי איך אביסל די גבאים, ווייל כ'הער אז די זאליס זענען געווען זייער ברוגז אז ר' שלמה שמש האט אויסגערופן די חופה אין מכבד געווען ר' מענדל מיט די ערשטע 2 ברכות (אויסרופענדיג דער רב שליט''א), וואס דאז איז לכאורה א שווערע קלאפ פאר זיי

--------------------
איינער זאגט מיר אז די סיבה פארוואס צד מהרי''י פירן זיך אויף אזוי קינדיש
איז ציליב דעם וואס עס טוט זיי זייער וויי אז די חתונה איז פארגעקומען אין ראוז קעסיל אין פראבירן צו פירן א מערכה קעגן דעם זאל ציליב אירע בעלי בתים די באקאנטע תורה פילאנטראפען די ראזענבערג ברודער וועלכע זענען פין די שטערקסטע שטיצער פין צד מהר''א
(ביי רבי צבי מאיר זילבערגער האט מען אים געלייגט גרויס לחץ פאר'ן וועלן פירן די שבת דארט אזש ער האט ג'קענסלט דעם גאנצען שבת אין וומ''ס)


סיי וואיזוי פארוואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, איז עס א נערי'שער מאוו פין די גבאים, אין האבען אויב עפעס נאר זיך אליין'ס פארשעמט, ווייל קיינער האלט נישט אז פשעווארסקע רבי האט אויסגעווארט אז מהר''א זאל אוועקגיין (חוץ אפאר נאאיווע היידפארק בחורים)


תוקן על ידי דיןתורה ב- 02/12/2009 08:30:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 08:14 לינק ישיר 

נא וואס האב איך אייך געזאגט???

ארגינעלער קומט ס'ערשטע און זאגט אז פשוט ר' אהרן האט נישט "אויסגעווארט" דעם פשעווארסקער רבי (איין מינוט, ווי איז זיין סבלנות???), און ער איז אוועקגעגאנגען נאכן טאנצן מיט ר' לייבוש ט"ב... און דא קומט די באמבע ווייל (מיט די גראבע פינגער אויף ארויף) ער האט געזעהן (ער ליינט היידפארק? פון ווי האט ער שוין געוויסט וואס וויינשטאקל האט געמאלדן אז עס גייט פאר עפעס??) אז ס'טוט זיך רייבערייען צווישן די שטוב מענטשען אין פשעווארסק, און זייענדיג דער גרויסער שונא מחלוקת איז ער פשוט אנטלאפן...
איינער לאכט  נאך?? ווייל איך נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"ק ווארט אויף פשעווארסקע רבי אין ווארט אין ווארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext