בית פורומים כל העולם כולו

אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2009 21:28 לינק ישיר 
אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!

  אויפמערקזאם!!! ביטע ליינט עס אדורך רואיגערהייט!!!

אל כבוד אונזער טייערער חשובער הויכגעשעצטער מנהל און אלע שרייבערס

איך וויל דא שרייבן איבער אביסל (אפשר) א אנגעווייטאגטע ענין וואס שטערט מיר און נאך אסאך שרייבער / ליינער שוין זייער לאנג, און עס דארף ווערן שטארק אויסגעשמועסט דא.

ווי יעדער איינער ווייסט נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות דאס איז [דרך אגב וויל איך טאקע בעטן אז צוליב די ערענסקייט פונעם נושא זאל מען נישט אריינמישן דא קיין שום פאליטיק, מנהל ביטע אינפארסירן] אז אינטענעט איז א פלאץ וואס איז א געוואלדיגע בדיעבד, נאר אזוי ווי לויט די היינטיגע אומשטענדן איז נישט מעגליך אנצוגיין אנדעם האט מען דאס נישט ג'אסר'ט נאר פארלאנגט ארויף צולייגן דערויף די גרעסטע שמירה וואס איז נאר פארהאנען.

איינע פון די "גרעסטע דורכבראכן" אין די נושא איז דאס עפענען אן אייגענע פראוויידער פארן אינטערנעטJ-NET וואס טוט בלאקירן פון אלע ערליי סייטס וואס קען חלילה געזעהן ווערן דארט רח"ל, אזוי אויך זענען ב"ה פארהאנען עטליכע ערליי פילטערס וואס טוען נישט צולאזן צו קענען אנקומען אויף נישט גיטע פלעצער.

ב"ה איך און אזוי אויך נאך טויזענטער אנדער האבן ב"ה דזשעי-נעט, און אזעלכע וואס קענען משום איזה סיבה דאס נישט האבן, האבן כאטש א פילטער.

עס לאזט זיך זאגן אז נאך א גרויסע דורכברוך איז, די סייטס ווי מען קען פארברענגן און זמנים וואס מען איז ליידיג בשעת די ארבעט, און עס איז הונדערט % אויסגעהאלטן ווי למשל יודעלע .COM און אזוי אויך IVELT.COM און אוודאי קען מען אויכעט צולייגן אונזער פארום "כל העולם", עס איז אמת אז דאס איז אנדערש ווי די אויבערשטע צוויי ווייל דא ווערט ארומגעטענהט אסאך פאליטיק, אבער סוכ"ס ווען נישט דעם פארום וואלטן אסאך פון אונז משום בטילה שמביא לידי שימא, געקראכן זוכען מיט וואס מען קען פארברענגן די צייט..... וד"ל........

אבער!!!

לדאבונינו זענען דא אריינגעקומען עטליכע שרייבער וואס הייבן אן דא אראפצוברענגן לינקס פון חזר-טריפה'ענע סייטס, וואס איה"נ אז איך און נאס אסאך קענען טאקע נישט אנקומען דארט, אבער מאכט דאס א גרויסער נסיון צו וועלן דאס קוקן אין מען פרובירט דורך ווייערלעס (WI-FI) צו קענען דאס זעהן, און אשוי אויך אסאך פילטערס לאזן דארט אנקומען.

דער סייט איז די באקאנטע טריפה'ענע סייט YOUTUBE וואס איז פיל מיט כל ערליי ארגסטע ווידיאוס רח"ל....... איה"נ אז דער וואס ברענגט דאס אראפ דא מיינט נאר צו לינקען צו א "היימישע" ווידיאו פון א שמחה בבית רבו, אדער סתם א אינטערסאנטע אידישע ווידיאו, אבער איינמאל מען גייט דארט אריין קומט מען שוין [אומ]וועלנדיג אן צו אנדערע טריפה'ענע רח"ל.....

אפי' דער וואס וואס ברענגט עס דא אריין נאר דורך אן HTML אזוי אז מען דארף נישט גיין צו יענעם סייט, אבער נאכן ענדיגן זעהן קומט דא ארויף עטליכע לינקס צו אנדערע ווידיאוס וואס זענען עפעס ענדליך צו דעם, און דאס ברענגט צו א צווייטע און יענע צו אן אנדערע ביז .......

איך וואלט פארגעשלאגן אז עס כדי אונזער פארום זאל בלייבן "ריין" זאל דער מנהל דאס אינפארסירן און אריין לייגן אין די תקנות אז מען טאר נישט דא לינקן צו יענעם סייט, און אזוי אויכעט אז טאמער וועט דאס איינער טון זאל ער פארלירן רשות כתיבה.

אדרבה לאמיר הערן די מיינונג פונעם עולם (אבער געדענקט!!! אז צוליב די ערענסקייט פונעם נושא זאל מען נישט אריינמישן דא קיין שום פאליטיק, מנהל ביטע אינפארסירן)

איך וואלט געוואלט בעטן די מנהל, אז אויב מעגליך זאל מען לייגן א פין אויף דעם אשכול פאר א וואך, כדי "יעדער" זאל דאס קענען כסדר מיטהאלטן, און קענען זאגן מיינונגען.

נאך א וואך זאל מען באשליסן לפי דעת הציבור (האנישי) וואס צו טוען ווייטער ייש"כ



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:41:01




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2009 02:18 לינק ישיר 

גאסט כתב:
BUM די האסט א בעסערע עצה פון JNET באנוצער?


איך האב שוין געשריבען דא אין אשכול אן בעסערע עצה פאר JNET באניצער וואס דא וועט רבי_יונה נישט האבען קיין פראבלעם וויל יעדער קען דארט אפלוידען וואס ער וויל אידיש אויב איז עס גיט ווערט עס אפראווד אין גייט דורך אויב עס איז נישט אויס געהאלטען אל פי תורה ווערט עט עס נישט ארויף געלייגט! אין דארט קען רבי יונה ארויף לייגען אלע "נארמאלע סאטמארע קליפס"

http://www.mahnishmah.com





צי אפ לוידען א ווידיא: http://mahnishmah.com/user/s/modules/upload_video



תוקן על ידי SatmarBum ב- 16/12/2009 02:17:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 16:14 לינק ישיר 

BUM די האסט א בעסערע עצה פון JNET באנוצער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 10:56 לינק ישיר 

נוטראלער: ווי פיל געלט צאלט דיך "פרום טוב" אז זאלסט זיי אדווערטייזען דא אויפן פארום.....?
אויב ביסטו טאקע אזא צדיק"יל וואס טיסטי בכלל דא אויף היידפארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 07:17 לינק ישיר 

איך האלט אז מען זאל עס יא לאזן, אויב נישט פון יו טוב דירעקט, איז לפחות א לינק ווי מען קען זען דעם ווידאו דא אויפן פארום.

(נישט) נוטראלער, איינער וואס טוט נישט אזוי ווי דו איז נאך נישט קיין שייגעץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 04:52 לינק ישיר 

מנהל:
וואס איז למעשה געבליבן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/12/2009 19:03 לינק ישיר 

ר' יונה טייערער ביזט לגמרי נישט גערעכט צוליב צוויי סיבות

1) ווייל מען קען נישט זעהן קיין ווידיאוס ערגעת אנדערש, איז דאס שוין א היתר זיך צודרייען און אזעלעכע שמיציגע מקומות.
טאקע דאס האבן די רבנים געמיינט מיט מעורר זיין אז מען מיז האבן J-NET.
ב"ה אז רוב כלל ישראל, אויסער עטליכע שקצים האבן דאס נאך נישט, ע"כ קען סיי ווי רוב ליינער דא עס נישט זעהן.
(ר' יונה, איך בין אין שאק, איך האב געמיינט אז די ביסט א חסיד פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וואס האט שוין עטליכע מאל מעוור געווען אז מען מיז האבן J-NET)

2) אויף פרום טוב קען מען ארויף לייגן אלע ערליי ווידיאוס, ווילאנג עס האט נישט קיין אומריינע בילדער, ע"כ די אלע פלוטיק ווידיאוס קען מען דארט יא געהעריג ארויפלייגן



נאכאמאל א בקשה צום אלע שרייבער, (אויב דער מנהל איז מסכים), מען גיבט נאך אמאל א געלעגנהייט ביז חנוכה, ווער עס האט עפעס צו זאגן איבער דעם ענין זאל עס דא שרייבן.

געדענקט" צוליב די האקעלקייט פון די נושא ביטע נישט אריינמישן קיין שום פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/12/2009 18:46 לינק ישיר 

נארמאלע קליפס, מיין איך ריינע קליפ פון די סאטמארע מחלוקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 18:46 לינק ישיר 

אזוי לאנג ווי פרום טוב און די אנדערע לאזן נישט ארויפלייגן אלע נארמאלע קליפס, איז ליידער נישטא קיין אלטערנאטיווע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 18:43 לינק ישיר 

נוטלראער ביסט מן הסתם אפגעפראפרן פין שטיין אזוי לאנג מיט ספרי תורות אויפן גאס
האבן נישט יעצט איניזן יו טוב, גיי כאפ ענדערש א ווארימע גלעזעל טיי אין מיט אביסל צי בייס
קום צי דיינע כוחות אין הערשט דערנאך זארג דיך איבער יו טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 18:39 לינק ישיר 

רעזולטאטען פון די אנקעטע!!!

אזוי ווי עס איז שוין אדורך א וואך פון ווען די אנקעטע האט זיך אנגעהויבן, און די לעצטע טעג האט שוין קיינער נישט מגיב געווען, ע"כ איז צייט צו מאכן א ס"ה זעהן וואס עס איז די רעזולטאטען.

געשטומט אויף נישט לאזן, (לפי סדר התגובות)
1) נוטראלער
2) בשמחה תמיד
3)גאסט
4)העלד
5)rebyankel
6)וואלן סח
7)SatmarBum
8)מבני בניו
 
געשטומט אויף יא לאזן, (לפי סדר התגובות)
1)ישעי געציל
2)מישמאש
3)elmonsey
4)לעקסינגטאן

דאס איז א ס"ה פון 8 קעגן 4
33% קעגן 66%

טייערער מנהל: ביטע מעלדן וואס איז געבליבן:



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2009 07:15 לינק ישיר 

נוטראלעראפשר וויל איינער אמאל לייגן א קליפ פין פאליטיק וואלן וכדומה אין נאר יוטוב האט עס וועגן דעם האלט איך  אז HTML זאל מען יא לאזן

_________________

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2009 04:33 לינק ישיר 

הודו לה' כי טוב!!!

איך זעה אז דער עולם האט זייער שטארק אויפגענומען מיין הערה!

 

איך וויל מיר דא באציען צו די וואס זאגן אז מען זאל יא לאזן HTML, לדעתי פארשטיי איך בכלל נישט וואסערע פשרה דאס איז, ווייל וואס א חילוק צו מען לייגט א געהעריגע לינק אדער א HTML, ווייל יעדע HTML, איז דאך אויך א לינק, דורך קליקן אינטן WATCH ON UTUBE, ע"כ פארשטיי איך בכלל נישט די פשרה, די זעלבע מיט די קאלירטע HTML, אפי' נאכן זעהן קומט טאקע נישט ארויף קיין אנדערע ווידיאוס אבער א לינק איז דאס נאך אלץ

איבערהויפט אז עס איז איכא דרכא אחרינא!!! מיטן ניצן די אנדערע ווי דערמאנט.



תוקן על ידי נוטראלער ב- 04/12/2009 04:26:25




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2009 01:43 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז מדארף עס בלאקן און נישט נאר פארוואס ענק האבן געשריבן, איך האלט סאיז דיסקרימינעישען קעגען ווער סהאט זשעי נעט.

למשל אין די אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2714090&forum_id=16386 קען איך נישט זען איין איינציגע קליפ!!!!!!!!!!!!!!!!!1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 22:14 לינק ישיר 

עס איז כדי פאר אלע JNET ניצער אז אנשטאטס ניצען די טריפנה YOUTUBE איז דא די אידישע וועב סייט מה נישמה לייגט אלעס ארויף אין אויב מען שיקט עם סיי נאר וועלעכער YOUTUBE לינק וועט ער עס ארויף לייגען! איוך קען יעדער איינער אליינס ארויף לוידען ווידיאס אליינס. עס איז אזוי ווי א אידישע יוא טוב.

http://www.mahnishmah.com





צי אפ לוידען א ווידיא: http://mahnishmah.com/user/s/modules/upload_video


תוקן על ידי SatmarBum ב- 03/12/2009 22:19:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 21:38 לינק ישיר 

מזאל נאר לאזן די קאלירטע html וואס צום סוף קומט נישט ארויף אנדערע ווידיאוס מקען נאר שפילן די ארויף געלייגטע אליינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext