בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע שערוריה מיט קרית יואל בית השחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2009 02:11 לינק ישיר 
פרישע שערוריה מיט קרית יואל בית השחיטה

הגאון ר' ישראל חיים קאהן שליט"א מו"צ העדה החרדית רב ביהמ"ד תולדות אהרן בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מתולדות אהרן זצ"ל, האט ביי זיין באזוך אין קרית יואל די פארגאנגענע וואך אפגעשטאט א באזוך אינערהאלב דעם "בית השחיטה".

ער איז אויפגעשטוינט געווארן צו זעהן אז עס איז נישטא דארט א גאנצע צייט משגיחים תמידים.

ווען ער האט באזוכט ר' אהרן האט ער עם פארגעלייגט דעם פראבלעם וואס ער האט געזען ביי זיין באזוך.

האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא: עס דארף נישט זיין שטענדיג א משגיח, ווייל עס איז דא דארט ווידיאו וואס איז אינסטאלירט אינעם גאנצן בית השחיטה.


דער גאסט ריח"מ שליט"א האט נאכן ארויסגיין פונעם באזוך נישט געגלייבט וואס ער האט געהערט, וואספארא קלות עס הערשט אינעם בית השחיטה און די השגחה געביט.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 23:06 לינק ישיר 

כ'האב יעצט קאנפירמד אז ר' ישראל חיים קאהן האט נישט באזיכט האט אינגאנצען נישט באזיכט ביי מהר''א
כ'פראבירט יעצט צו דערגיין אויב ער האט בכלל באזיכט אין בית השחיטה
דערווייל קען מען ווייטער ספינען...

אזא פנים האבען אלע אזעלכע מעשיות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2009 08:24 לינק ישיר 

למען האמת, בענין די שחיטות פארן היימישן ציבור

אין קרית יואל פלעגט מען שחט'ן 6 טעג א וואך, די לעצטע פאר וואכן האט מען געשניטן איין טאג, מ'שחט מער נישט פרייטאג. און מ'רעדט שוין דערפון צו שניידן נאך א טאג, און שחט'ן נאר פיר טעג

ס'מיינט גארנישט פערזענליך קרית יואל, ווייל אין מהדרין (זשי ענד זשי) האט מען אויך לעצטנס געשניטן, מ'האט פארשיקט א שוחט, און די קומענדיגע 10 וואכן גייט מען נאר שחט'ן 3 טעג א וואך. דאס זעלבע אין וויינלאנד האט מען לעצטנס עטליכע מאל געשחט'ן נאר 3 טעג. אין מארוויד (מאנטריאל) האט מען אויך פארשיקט עטליכע שוחטים.

די סיבה איז פשוט, לעצטנס האבן זיך אלע בתי שחיטה פארברייטערט, בשעת רובאשקין האט זיך מער ווייניגער פארמאכט, [בהמות שחט מען דערווייל בכלל נישט, עופות שחט מען אויף גאר א קליינעם פארמאט], מהדרין האט געהאט א שריפה פאריאר נאך פורים, האבן אלע אנדערע פרובירט צו בענעפטירן דערויף, קרית יואל האט צוגעבויעט, מארוויד האט זיך פארברייטערט, וויינלאנד האט געזוכט נאך שוחטים

אבער למעשה איז נישטא קיין פארלאנג, ווייל די היימישע מארקעט איז נישט גענוג גרויס, מהדרין האט נאך שבועות צוריק געעפנט פיל גרעסער ווי פארדעם. און דערצו איז צוגעקומען די נייע שחיטה פון ר' יחיאל באב"ד שליט"א, און אויך מארוויד האט זיך היבש פארגרעסערט, אויך אין עמפייער איז צוגעקומען א היימישע השגחה פון ר' בנימין גרובער שליט"א (נישט אויף די גאנצע, נאר געוויסע טעג), און די היימישע מארקעט איז נישט גענוג גרויס אז יעדער זאל קענען פארקויפן אזויפיהל, דערפאר האט יעדער אנגעהויבן שניידן די פראדוקציע.

אבער דאס איז זיכער אז קרית יואל קען שוין "יא" נאכקומען די פארלאנג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 02:54 לינק ישיר 

שיינע מעשה
ברענג א מקור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:17 לינק ישיר 

נאך א ספין קעגן בית השחיטה
ווען ענק זאלען וויסען וויפיל די פארלאנג פין בית השחיטה איז געוואקסען נאך די דורכגעפאלענע צומות הגידין סקאנדאל וואלטען ענק געטראכט פאר'ן עס פאברעצירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 18:54 לינק ישיר 

נישט אויף אלעם ברויך מען אראפרייסן יענעם אזאך וואס איז גוט פארפאלן מאכט מען א שווייג אין מען פאקט איין.
צו די ווילסט יא צו די ווילסט נישט איז דאס דער איינצוגסטער בית השחיטה אין דער גאנצער וועלט וואס מען זאלצט די עפות שטייעדיג, אויפגעהאנגען אויף א קייט, [אפילו עס שטייט אין שו"ע אז עס איז נישט קיין שום חומרא, וועגען דעם לאזט מען דא די חומרא...]
מאכסט דיך נאריש אז עס איז נישט דא קיין משגיח, קומסט מיר מיט די אלטע פרומע זאכן די פארנאטישער רביזכרונו לבכרה אידן'ס דאגה לאס שוין אפ עס איז א נייע נארמאלע וועלט מיט פארשטענדליכע אינגעלייט, זיי לאזן זיך נישט פאפן מיט אלע אלטע שתותי םפון ר' יוסף קארוי וכדומה
חוץ מזה ווייס איך נישט וואס די ווילסט זיי זענען גרייט צו גיין צום דין תורה
און אפילו נישט ביזט דאך אן עם הארץ... ווער ביזטו צו זאגן
און למעשה האט עס דאך אן הכשר פון הרב משה לייב וויטריאל שליטא [דער גרעסטער טיטול נאך הגה"ק באקומט ער אין בולעטין און דזשערנאל יעדע וואך]
עכ"פ זיי נישט פארנאטיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 15:40 לינק ישיר 

איך האב פארגעסן איין זאך

די זאליס קאכן און זענען צושפילט

אין קינדערישע פארום שעלטען די זאליס

רבי_יונה רעד ווי א קינד

וכו'

וגו'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 15:37 לינק ישיר 

אוי!!! איך האב פארגעסן צושרייבן מיט גרויס אותיות
אז ס'זאל אויס זעהן מעכטיג די תשובה

למעשה ווי אזוי קען מען געבן א הכשר און שרייען מהודרת ווען די גאנצע השגחה איז נאר א קעמערא

הייסט עס אז די אלע יארן ביז יעצט האט מען געגעסן נבילות ווייל ס'איז נישט געווען קיין קעמארא

מן הסתם הייסט אויף עיווריט קעמארע מהודרת

קען איינער דא אביסל עיווריט? ווייסט ער אפשר אויב שחיטה קעמארא רופט מען אויףדי טריפה'נע שפראך שחיטה מהודרת
אפשר מונחת רופן זיי אין איזראעל קעמארא
איך בין יכער אז מיט די צייט וועט מען געוואר ווערן וואס זיי מיינען די צוויי ווערטער
"מהודרת" און "מונחת"
איינס פון די צוויי איז זיכער א קעמארא
וואס די צווייטע ווארט טייטש וועט מען זיכער שוין געוואר ווערן בקרוב
שקר אין לא רגלים


וויאזוי האט איינער פון די אמת'עערליכע מורה הוראה'ס אין קרית יואל געזאגט ברבים דעם זונטאג נאכט
ס'איזא כשר'ע שחיטה אבער מיט מהודרת האט עס גארנישט

צומות הגידין האט מען דא אויף היידפארק שוין אראפ גענומען די פראבלעם ווייל "פארמעגליך" באקומט באצאלט פון דער איד אפיס
השגחה תמידית - קעמארא בלע"ז  האט מען שוין אויך בערך מסדר געווען ווייל YUCHW האט נישט... איך מיין האט יא... האטס זיך געמאכט... כ'מיין צו זאג ביימאכט... וכו' כענין ה"חלה דעקל"
און מסודר
די צווייטע פראבלעם איז שוין אויך ערלעדיגט
די באן פון שחיטה מהודרת קען ווייטער פארן



קעלבלעך!!!! לאזסט ענק ווייטער פירן במנוחת צום שחיטה המהודרת
ס'איז א פאקט! יעדער איינער ווייסט! ווער געדענק נישט!
ביים יטב לב איז אויךנאר געווען קעמארא'ס אלץ השגחה תמידית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 15:21 לינק ישיר 

קארעספדאנט!
EXCELLENT
יעצט גייט שוין קיינער נישט רעדן פון די פראבלעמען וואס גייט פאר אין די א.ג. שחיטה מהודרת המונחת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 02:36 לינק ישיר 

אךך...האסט געהעריג פארגעסן וואס מיר האמיר אפגעשמועסט נעכטן ביי די ווייסט ווי? האסט אינטערגעברענגט די גאנצע זאך... מען האט דאך אפגעשמועסט אז ווען די גייסט שרייבן וועגען דער דיין וואס האט באזוכט אין די שחיטה המהודרת גייסטו קודם זאגען...כ'מיין צו זאגען גייסט זיך קודם מאכן ווי כאילו די זאגסט וואס עס איז באמת געווען, סתם... וויסעך מיין? ארומרעדן איבער דער באזוך און צום סוף מאכן מער דראמאטיש....וואס א חילוק, ס'נישט די פלאץ זיך דא צו רעגען, כ'וועל דיר שרייבן אין אישי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע שערוריה מיט קרית יואל בית השחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext