בית פורומים אידישע געדאנק

געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2009 02:25 לינק ישיר 
געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים

א שווערע מלחמה האט אויסגעבראכן פרייטיג צונאכטס אין בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר (עקשטיין גרופע) ווען צוויי אזויגערופענע רבי'ס מעוטף בטלית גדול האבן אינמיטן מנחה זיך צושלאגן מיט די הענט,

הרב ר' יעקב שמשון טייטלבוים אדמו"ר משפיטיווקע וואס האט די וואך אפגעשריבן א שארפע תשובה קעגן די מסירות פון קהל יטב לב קעגן קהל בית יואל ומנהיגיה, האט דעם ערב שבת קודש זיך באהאלטן אונטער דעם פרוכת פון ארון הקודש, מעוטף בטליתו כמנהגו, און ווען ר' אהרן האט געדאווענט מנחה פאר'ן עמוד און האט אנגעהויבן שטילע שמונה עשרה, האט דער שפיטיועקער רבי אנגעהויבן מיט זיין דרשות מחאה קעגן ר' אהרן ושלוחיו, ער האט זייער שארף אראפגעריסן ר' אהרן אז ער איז א מסור ומלשין א הולך בערכאות אן עוכר ישראל וואס מאכט חרוב יודישקייט,

ר' אהרן האט זיך זייער פארלוירען און האט אנגעהויבן וויינען אזויווי הושענה רבה און אזויווי די לויה פון זיין טאטען, ער האט געמאכט משונה'דיגע קולות אז די חברה ארום האבן נישט געוויסט ווער עס האט דא געכאפט דעם אטאקע, ר' אהרן האט אינמיטטן שמונה עשרה אנגעהויבן מאכן קולות מיט געמיינע לשונות, אזויווי עפרא לפומיה און זיך גענומען צו זיין אלטע מלאכה ער האט אנגעהויבן שלאגן דעם שפיטיווקער רבי,

פישער האט זיך דערמאנט אז מיט 9 יאר צוריק כ"א כסליו האט ר' אהרן זיך צופראסקעט מיט ר' משה וואלף קליין ברבים און ער האט געהאט גרויסע בזיונות דערפון - איז ער שנעל צוגעלאפן און אים אנגעכפאט די ידי עשיו, און ער האט געלאזט די שלעגערס געבען מכות רצח, דעס בית המדרש האט זיך איבערגעדרייט ווייל דער שפיטיווקער האט זיך נישט דערשראקן פון עד כדי הכאה ער האט ווייטער מוחה געוון אויף דעם נבלה פון מסירה ומלשינות אויף אידן וואס דאווענען אין א שול, און די תביעה בערכאות צו פארשפארן א שול,

פאלגט נאך די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פון די מחלוקה פון די צוויי גרויסע רבי'ס,





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2009 03:29 לינק ישיר 

דעם שבת קודם תפלת מנחה איז מען געגאנגען פתיחת ארון קודש, אזויווי עס לויטעט די נייע תקנה און דער עולם האט זיך גענומען פארפירן היתכן מען מאכט א קאמעדיען שפיל מיט די תורות אזויווי אין גוש קטיף, ווען מען האט געוואלט ארויסנעמען די צויי ספרי תורות פארן ליינען איז געווארן אודך די זעלבע שפיל די בלאט ליינערס וועלכע פארשטייען אז ווען מען האלט א ספר תורה איז דאס א קאמעדיען שפיל ווייל אזוי שטייט אויפן פראנט פעידש פון בלאט, האבן געפערליך פארפירט, די חלה דעקלעך פארשטייען נישט קיין חילוק,
מען האט זיי מסביר געווען אז דער קאמידיען וואס איז געווען אין מאווי סטודיא די וואך, ער מאכט אויך א קאמעדיען שפיל יעדן יום קדוש ביינאכט מיט די תורה אין די האנט, ווי ער מאכט דעם וויינעלע ניגון, אזויווי מיר האבן געהערט הושענה רבה, און אזוי אויך ביי די ניבול פה דרשות שמחת תורה פאר די זעקסטע הקפה מיט די תורה אין די האנט,

יעצט פארשטייען זיי שוין אז זיי מעגן יא,

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2009 16:43 לינק ישיר 

דא האט איר א קליפ ווי מזעט דעם מסור יודא יושע וויינשטאק'ס טאטע דער חצוף עקיבא טאנצט אין בית המדרש מיט די שווארצע דעס מעג מען יא

שעם אן יא

http://baisyoel.com/default.aspx?moid=1593



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 16:33 לינק ישיר 

אריגינעלער כתב:
אנשטאט איר זאלט אייך שעמען מיט די טעראריסטישע רשעות, מאכט עטס דערפון א גאנץ גדילה,
און עטס שרייטס נאך אז מען רודפט מענטשן מען טערארייזט
ווי אין דער וועלט האט מען ארויסגעווארפן א רב בישראל פון א שול פארן חטא פון קומען אויף שבת חנוכה צו זיין טאטען, און נאך מבזה זיין אראפווארפן זיין שטריימעל פארן ענפערן גוט שבת פאר אידן
ווי אין די וועלט שיקט מען אריין אין יענעמס בית המדרש מאכן איבערקערניש אינמיטן דאווענען און שרייען אויפן רב?

שעמטס ענק דאס איז נועם המדות



האט איינער געגלייבט אז אזוי שנעל וועלן זיי לייקענען אלעס וואס זיי האבן געטיען ביי אינז אין בית המדרש אין וומ"ס יעדע וואך שבת איך רעדט שוין אפי' נישט פין די פראגראמען שמחת תורה האבן זיי נישט נאכגעשריגן רבינו שליט"א אלע יארן

נאר וואס איז די תירוץ "חלה דעקעל בלייבט א חלה דעקעל"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 16:08 לינק ישיר 

אנשטאט איר זאלט אייך שעמען מיט די טעראריסטישע רשעות, מאכט עטס דערפון א גאנץ גדילה,
און עטס שרייטס נאך אז מען רודפט מענטשן מען טערארייזט
ווי אין דער וועלט האט מען ארויסגעווארפן א רב בישראל פון א שול פארן חטא פון קומען אויף שבת חנוכה צו זיין טאטען, און נאך מבזה זיין אראפווארפן זיין שטריימעל פארן ענפערן גוט שבת פאר אידן
ווי אין די וועלט שיקט מען אריין אין יענעמס בית המדרש מאכן איבערקערניש אינמיטן דאווענען און שרייען אויפן רב?

שעמטס ענק דאס איז נועם המדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 15:53 לינק ישיר 

ביי די עמערזשענסי מיטינג ערב שבת חנוכה האט ר' אהרן געמאכט א נייע תקנה - אז מען זאל גיין פתיחת ארון קודש פאר תפלת מנחה ערב שבת, משום מעשה שהיה,

זייער רבי איז דאך געוואוינט צו האבן גילוים ערב שבת ביי מנחה, און פאריגע וואך האט ער אויך געהערט כירוזים,

דאס איז אויך א תקנה וואס דער פעטער און דער טאטע האבן נישט זוכה געווען מתקן צו זיין בחיים,

און אלע אנדערע סאטמארע בתי מדרשים אויף די וועלט וועט מען שבת חנוכה זאגן על הניסים - און אויך דערמאנען דעם נס חנוכה בזמן הזה - טמאים ביד טהורים ווען דער קדושל האט ארויסגעיאגט פון ראדני אן קיין שטריימעל אן קיין קאפעל, און געלאפן ביז היוז סטריט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 15:30 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 22:30 לינק ישיר 

ער שרייבט גאנץ גוט
לאמיר זעהן צו ר' אהרן וועט אים ענפערן צו דער זאך

זיין דרשה שבת אויפן ארון הקודש האט ער זייער גוט גערעדט, עד כדי כך אז ר' אהרן האט געמוזט איןנמיטן שמונה עשרה ענפערן, מיט באפעלן צו מאכן א שחיטה מונחת תיכף ומיד,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 20:48 לינק ישיר 

איך האב געזען א בריוו פין עם לייג איך עס דא ארויף


תוקן על ידי ווער_איז ב- 10/12/2009 20:49:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:53 לינק ישיר 

איך רעדט נישט פין דעם ראש העמ...ר' אהרן  איך רעדט פין דעם שפאטיווקער רבי אז ער האט געמאכט א סעודה אז ער איז באפרייט געווארן פין דע הענט וואס קענען טיען עד הסוף אז מזאל דארפן שרייען כהנים ארויס


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/12/2009 18:16:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:49 לינק ישיר 

יא ער האט געמאכט א סעודת הודאה, אין די מאווי סטודיא, מאנטיג נאכט

דער הודאה איז געווען פון זיין פעטער דער בעל דברי יואל האט אים באדאנקט און פארדעם איז געווען די סעודה אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:45 לינק ישיר 

איך האב געזען אנהייב וואך צעטליך אז ער מאכט א סעודת הודאה ווייסט איינער דערפין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:33 לינק ישיר 

פון דיין רבי'ן קוקט אויס א טפשות האט נישט קיין גבול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 05:58 לינק ישיר 

טיפשות האט אויך א גבול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 22:02 לינק ישיר 

איך הער אז נעכטען אזוי ווי זיינע חברה האבן געזען אז סווערט א מעטיגע פארטעסט האבן זיי עם געטראגן אין שעכט הויז איך מיין אז ווען זיי טראגן דעם קראנקען אין די דערנעבעדיגע בילדיג אן די מזוזות וואלטן זיי מער אויפגעטיען א שאד א שאד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 21:48 לינק ישיר 

מ'שמועסט איצט אז שפילמאן'ס עמברוידערי פראדאצירט מער נישט קיין חלה דעקל'עך, און קיין פרוכת'ן.....





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext