|
|
| נשלח ב-8/12/2009 02:39 |
|
| |
אזוי נישט זייענדיג בעל הבית האט דער דוד עקשטיין דורכגעפירט א מעידזשאר ארבעט. ער איז יעצט דער הירא פון אלע אהרונים איבער די וועלט.
שטעל דיך פאר וואס ער וואלט געטאן ווען ער וואלט יא געווען בעל הבית...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 03:03 |
|
| |
אונטערשטע שורה סאיז אירעלעווענט זיך ארום צוטענהן די בני יואל זענען ביטערע דרערדליגערס זיי האבן מיאוס פארלוירן הו קערס דוד עקשטיין ארויף דוד עקשטיין אראפ ער איז יא בעה"ב ער איז נישט בעה"ב = מיט איין ווארט ער האט גוט מסדר געווען די שטינקערס הדא הוא דכתיב פארשטונקענע פיש געגעסן און פון קרעטשמע ארויס געווארפן
און הערטס אלע פארוואס??
ווייל זיי האבן נישט געוואלט קומען צו דין תורה
און הקב"ה שומר משמרתה של תורה און יעצט זענען זיי גוט באקאקט זיי זענען צעריסן און צעפליקט צווישן זיך זיי ווארפן ארויף דעם שולד איינער אויפן צווייטן דער זאגט זאלי וואלדמאן איז שולדיג פפארן געווינס זייערן דער זאגט טענענבוים איז שולדיג הצד השוה שבהן זיי זענען אלע באמאכט
איךזע נישט וואס סאיז דא בכלל צו ארגומענטירן דא אינעם אשכול מיט נוטראלער וחבריו
קומט צו דין תורה ויקוב הדין את ההר
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 03:15 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | | אינטערען באזיץ פון קהל יט"ל איז פארהאן אסאך בתי מדרשים ווי, אבני צדק, בית ברוך, בית דוב, אהל פיגא, ברך משה, און נאך, וואס באקאנט פרובירט דער דוד עקל-שטיין אנצופירן א קאמפיין אז די אלע בתי מדרשים זאל "נאר" ער זיין בעה"ב, וואס דערוויל גייט אים עס נישט, ווייל יעדע בית מדרש האט אייגענע ראשי קהלה וגבאים
שקר, אלע בתי מדרשים זענען געהעריג אינטער קהל ב''ה, אין די גבאים שטעלן זיך צו געהעריג צו קהל.
אפי' נאכן פרובירן דאס איבער צונעמען גייט אים עס נישט, ווייל די מתפללים (אפי' ארונים) שטעלן א ווידער שטאנד, אדרבה פרעגט אייך נאך.
איבערגעחזרט דעם שקר
דוד פרובירט וועגן דעם אז מער זאל מען נישט בויען קיין גרויסע בתי מדרשים אין קרית יואל, ווייל ער זעהט אז ער בלייבט אויסגעשפילט:
דריטע שקר
(אין ברך משה געגענט גייט דערווייל אן ערענסטע קרוגערייען איבערן בויען א בית מדרש, דערווייל בויעט מען נאר א מקוה
אין וואס וועסטו זאגען ווען מ'וועט אנהייבן בויען די ביהמ''ד? (א שאד אז די מקווה בויען לייקענסטו נישט) |
| סתם שרייבן שקר!!! שקר!!! שקר!!!, איז בכלל נישט קיין תירוץ, אז די האסט וואס צו ענטפערן ענטפער, אויב נישט ענטפער בכלל נישט, ווייל דאס זענען די פאקטן, אדרבה פרעג דיר נאך ביי די אלע בתי מדרשים, וויפיל מען הרג'עט זיך ארום איבער דיני ממונות, מגידי שיעור, ראשי קהילה וגבאים, ועוד. אזוי אויך פרעג דיר גיט נאך פארוואס מען האט נישט דערווייל געבויעט קיין ביהמ"ד אין ברך משה.
תוקן על ידי נוטראלער ב- 08/12/2009 03:21:16
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 03:31 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  |
ין בית מדרש אהל פיגא, עטרת זקנים, בית מרדכי, איז אים אפי' נישט געלונגען אראפ צונעמען די שומרי החומות פושקעס
שקר, אין עטרת זקנים אין בית מדרכי זענען ב''ה נישטו די פישקעס פין די מוסד וואס זייער מנהל האט א אנדערע ציל ווי עני ירושלים (ביזט גערעכט מ'זעהט טאקע אויף די קעמרעס פין בית מרדכי ווי נוטראלער קאטשקעט מיט א פען אויף די פלאץ פין די געוועזענע בלעכל 'שוה''ח')
|
|
איבער עטרת זקנים וועל איך דיר טאקע מודה זיין אז דאס האב איך נישט אליין געזעהן נאר געהערט, ע"כ ווייס איך טאקע נישט, אבער אין בית מרדכי האב איך פריער געדאווענט מעריב, און איך וואלט דיר איינגעלאדענט זיך צו קומען אליין איבערצייגן אז די פישקע איז געהעריג דארט. וואס די שרייבסט געקאטשקעט ווייס איך נישט וואס די מיינסט ווייל עס ליגט דארט א געהעריגע בלעכל,
דרך אגב וועגן אהל פיגא שרייבסטו נישט גארנישט, אינטערסאנט די האסט א לימיד פון ליגענטס?, קענסט דאך זאגן אז גארט האט מען עס אויך אראפגענומען.
איך ווייס אז די תירוץ וועגן אהל פיגא גייט זיין אז הרה"ג ר' שלמה מאיער דאווענט דארט, טאקע דאס וויל איך דיר פרעגן אויב איז דוד דארט בעה"ב ווי אזוי קען ר' שלמה האבן אזא שטארקע כח קעגן די תקנת הקהלה
נאר דער תירוץ איז טאקע דאס וואס איך האב געשריבן ווייל דוד וויל דארט זיין בעה"ב, ער וויל ארויסשטעלן די יעצטיגע גבאים און ראשי קהלה, און אזוי אויך פירן די געלטער, און אזוי ווי די מתפללים האבן געשטעלט א ווידער שטאנד דערקעגן, פלאגט מען זיך מיט געלט, ווייל קהל וויל נישט געבן גארנישט, און ר' שלמה גיבט דארט א גרויסע חלק ע"כ רעכענט מען זיך מיט אים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 03:39 |
|
| |
| נוטראלער כתב: |  |
מיט ביהמ"ד בית מרדכי האט ער נאך די גרעסטע דורכפאל:
פאריאר אינעם יארצייט פון הרה"ג ר' יונה פילאף לאנגיאריגע מתפלל אין ביהמ"ד, האבן די מתפללים געוואלט מאכן א יארצייט סעודה אין ביהמ"ד לכבודו, מען האט איינגעלאדענט בנו הגה"צ ר' זלמן לייב צי זאגן א דרשה, ווען דוד האט דאס געהערט איז ער געווארן ווילד, און מבטל געווען די גאנצע סעודה, דעמאלט האט דער לאניאריגער גבאי ביהמ"ד המנהל הר"ר משה הערש קליין שליט"א, אויפגעגעבן דאס גבאיות און מען האט געזוכט א נייע גבאי, דוד האט געוואלט שטעלן בערל גלאנץ אבער די מתפללים האבן זיך אנטקעגן געשטעלט, און מען האט אויפגענומען א נוטראלער גבאי הרה"ח ר' מאיר קאהן שליט"א, בהסכמת דוד עקשטיין, אבער אצינד נאכן בזיון המת פון הרה"ח ר' עוזיאל פערלשטיין שליט"א א מתפלל פון ביהמ"ד האט דער גבאי אריינגעלייגט זיינע קינדער און מוסדות ויואל משה ופני דוד חפוי
פארגאנגענע שבת קודש פרשת ויצא האט הרה"ח ר' שאול פערלשטיין שליט"א, דעוויילט אין קרית יואל ביי משפחת בנו ר' עוזיאל ע"ה, און געדאווענט צופרי אין ביהמ"ד בית מרדכי מיט זיינע אייניקלעך, פארשטייט זיך אז דער עולם האט אים זייער ווארעם אויפגענומען, (אויסער די עטלכע ארונים) ביים ליינען האט מען אים מכבד געווען מיט אן עליה' אין ער האט ווי פארשטטיט זיך נישט געמאכט קיין מי שברך פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, נאר אנשטאט דעם האט ער געמאכט א מי שברך פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א. ווען דוד עקשטיין האט דאס געהערט איז ער געווארן אין כעס, און באפוילן אז מען מיז פארשפארן דעם ביהמ"ד, אין האט באפוילן אז "שוין" די וואך זאל עס זיין פארשפארט אויף שבת צופרי, פארשטייט זיך אז מען האט זיך נישט גערעכענט מיט אים אין עס איז ב"ה געווען געהעריג אפען |
|
פארוואס שרייבסטו נישט אויף דעם אויכעט אז עס איז שקר!!! ר' משה הערש איז קיינמאל נישט געווען גבאי, ר' מאיר קאהן איז היינט נישט גבאי, ר' מאיר האט נישט אריינגעלייגט די קינדער אין ויואל משה, ר' שאול פערלשטיין האט דארט נישט געדאווענט, ער האט דארט נישט באקומען קיין עליה', ער האט נישט געמאכט קיין מי שברך, די וואך איז עס געעווען פארשפארט
|
|
|
|
|