| נשלח ב-6/12/2009 18:29 |
|
| |
מעמד הוצאת ספרי תורה ביהמ"ד בית יואל
יעצט קומט פאר די טרויעיגע/פרייליכער מעמד פון הוצאת ספרי תורה בית המדרש בית יואל,
עס ווערן געהאלטען דרשות
מצד קהל יטב לב איז דא גרויסע לאוד ספיקערס מסביר זיין די ענין, אז דאס איז די תוצאה פון גייען בערכאות
מצד בית יואל, האלטן דרשות הרב משארמש, הרב יחזקאל גאלד און נאך
נייעס און קרישקעלעך זאל מען דא אריינלייגען
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 17:52 |
|
| |
דער הייליגער סעפטיק, אויף וואס מען האט זיך געשלאגען מיט אזא מס''נ, זיך געווארפען אונטער דעם פארעדיגען טראקטאר, מיט טלית און תפילין, האט מען שוין אריבער געפירט קיין חרדים? אדער עס געפינט זיך נאך אלס אונטער אוהל חי' רוזא???
די 3 באי כוחה'עס פון דער רעביצען אלטע פיגא ע''ה
יעקל ברוך, זלמן לייב וואלדמאן, מאיר דייטש,
וואס זענען געגאנגען אונעם גויאישען קארט אן קיין רשות ב''ד, אלעס למען הרצון פון די הייליגע רעבעצין אז עס זאל זיין און איר שטוב א מקום תורה ותפילה, האבן שוין איבערגעגעבן די שליסליך פאר די ארגינעלע בעל בתים, קהל יטב ד'סאטמאר? אז קהל זאל דעם געוועזענעם קרעשמע פארוואנדלען פאר א מקום תורה ותפילה כרצונה פונעם רעבעצין?
נאך א זאך דער מאסיווער אפיקורס, און מניוול מיילעך שטערן שר''י, האט געשריגען אז מיר וויעלן מאכען פארגעסען די פריערדיגע גדולי ישראל, און מיר לאכען אפ פון די פריערדיגע גדולי ישראל, עכ''ל עפ''ל:
וועמען האט דער רשע געמיינט,? דעם הייליגען מנחת יצחק זי''ע ובית דינו הרה''ק ר' משה ארי' זי''ע הרה''ק ר' בנימין ראבינאוויטש זי''ע הרה''ק ר' ישראל יעקב פישער זי''ע?? וואס האבן געאסערט די בני יואל? בשנת תשמ''ט לפ''ק? אריין גערעכענט די טרעפ פון די חרידים שוהל אויף וואס דער אפיקורס מיילעך שטערן שטייט בשעת'ן זאגען די דאזיגע ווערטער?
ווער לאכט אפ פון גדולי ישראל???? ווער רייסט אויס דעם הייליגען רבי'ן זי''ע? ווער? די וואס גייען אונעם טמנעם בג''ץ?
די דאזיגע וואס שטעלן אויף א ישיבה מיטן נאמען תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר, און טרעטען דארט בריש גלי אויף יעדע איינציגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וואו בחורים זאלן נישט גייען צו קיין חתונה'ס, אדער מען לערענט דארט דעם דרך הלימוד פון די ליטא, נישט דעם אלטען אויסגטרעטענעם דרך הלימוד פונעם הייליגען חתם סופר זי''ע ותלמידיו, וואו דער הייליגער רבי זי''ע האט אונז געלערענט? און נאך און נאך?
די וואס לאכען אפ פון די הייליגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע בנוגע שטיין זאלטץ?
די ווייסט אפשר ווער עס האט מייסד געווען דעם ''הייליגען ווילידש'' ? ניין? קיק אריין אונעם ספר פון דיין ביזעם פריינד, וואס כמעט אזא אפיקורס וואו דיר, רצון צדיק, וועסטו זען ווער עס האט מייסד געווען דעם ווילידש, דער ווילידש האט מייסד געווען רבינו הקוה''ט זי''ע בשנת תשל''ו, אלזא? ווער ביזטו די ראצער צו שרייען קעגען ווילידש, וואס שטעלט דיר צו ווייסער מיט סוער, מיט זיכערהייטס, מיט כשר פלייש, אמקום וואו דיינע שונרען און טעכטער זאלן זיך קענען אפרוען נאכן געבוירן א קינד,?
נאר ביים עירב וואס איז מוטל בספק וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געהאלטען, דאן זינגט מען דער רבי זי''ע ניגון, פארוואס? ווייל מען שלאגען און פייניגען יודען, און אויסגעבן די מידות משחתות, דאן נעמט מען דען רבי'ן זי''ע פאר א שטעקען? היש לך אפלאכען פון רבינו הקוה''ט זי''ע גדול מזה ????
מר' אין לי קעניג, (מיילך שטערן) גיי דיר צירוק קיין נייטרא, און לאז אפ סאטמאר, הער אויף צו פארגיפטיגען און פארדארבען אונזערע קונדער און טעכטער, דיין פיסק איז חזיר טרייף, דיינע הענט זענען חזיר טרייף, די קאפ מיט דיין ווייסע בארד זענען חזיר טרייף, די ביזט א מין אן אפיקורס פון דעם ערשטען קלאס, ביזט מטמא בהבל פיך, כזב ומצורע,
תוקן על ידי פארשטיי ב- 08/12/2009 18:00:23
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 17:22 |
|
| |
און ר' יחזקאל גאלד האט געלאזט ארעסטירן אן קיין היתר בית דין א טייערן איד, הרב וויינגארטן, און אים איינגעזעצט אין תפיסה אויף פערציג יאר צוליב א בלבול פון זיין אפגעפארענע טאכטער.
די צביעות פון די בני יואל רבנים איז ממש אומגלויבליך.
קען איינער ביטע עפענען אן אשכול מיט א פונקטליכע ליסט פון די אלע בני יואל רבנים און זייער רילעשאנשיפ מיט מוסרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 08:40 |
|
| |
הערענדיג די וויי געשריי פון דעם הייליגער טשאטער קדוש'ל דערמאנט מיר דאס א מורא'דיגע קשיא צו זיין טאכטער וואס זיצט אין קאורט שוין א לאנגע צייט, און געלאזט ארעסטירען דעם (געוועזענם) מאן, צו דאס אלעס איז אויכעט געווען מיט א היתר בית דין
אדער אפשר גאר היתר בית דין איז נאר געזאגט געווארען פאר יענעם און נישט פאר זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 23:40 |
|
| |
NYS, ס'קוקט טאקע אויס ווי ס'זענען געווען דארט טויזנטער, אבער דאס איז נאך אלץ א שפיי קעגן די טריליאנען מענטשן וואס גייען זיין היינט נאכט אין סטיינער'ס קאמפלעקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 21:36 |
|
| |
קען איינער א טובה טוהן און ארויפלייגן דו קליפס אז מען זאל עס קענען זעהן פון JNET LEVEL 5 אדער קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען עפנט די FLV FILE וואס איך האב דאנלאדעט פון פארוםטאב?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 17:31 |
|
| |
די זאליבאנצעס האבן יאמערליך געוויינט זיי האבן געזאגט אלעס וואס שטייט אין קינות, און אין מחזור, גאנץ סליחות האבן זיי געזאגט, דער האט גישריגןן ה' מלך, דער האט געזאגט ותן טל ומטר, דער האט געכליפעט מיט ה' ה', יענער האט געבלאזן שופר, געהאלטן כל נדרי און תקיעת שופר דרשות, געשאלטן קללות נמרצות, איינער שרייט אז מען דארף אינזין האבן ביי ולמלשינים, דער צווייטער שרייט אז וכל הרשעה בעשן תכלה דארף מען אינזין האבן דעם פרשאלטענעם ווילידזש, דער באשולדיגט דעם שחיטה מונחת, יענער באשולדיגט דעם אשת חיל, יעדער זאגט זיין פזמון, און מיר שרייען אויס "זה חלופתי זה תמורתי זה כפרתי" מיר דאנקן דעם באשעפער אז זיי דארפן שרייען און וויינען, ווייל לויט זייער פלאן האבן מיר געדארפט שטיין אין די קעלט און בוכה'ן בדמעות שליש, ווער געדענקט דען נישט די טערמינען וואס דער משתמש בקודש האט געגעבן ווי לאנג עס וועט נעמען און קרית יואלער רב וועט פליען, ווער געדענקט דען נישט די גראז אויף די הענט ווען זיי האבן זיך געשוואוירן אז זיי גייען אלעס איבער נעמען, די שכינה הקדושה זאגט, איר האט בשאט נפש געטרעטן אויף די תורה, איר האט מחלל געווען שם שמים מסוף העולם עד סופו, דא האט איר אייער שטראף, כל המחלל שם שמים בסתר נפרעין עמו בגלוי, זאל די גאנצע וועלט זעהן די עונשים וואס קומט פאר טשעפן א מרא דאתרא,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 17:30 |
|
| |
| מישמאש כתב: |  | א שיינע 150 ליידאקאס |
|
האלסטו טאקע אז סאיז א געשטיקעלטע ארבייט דע אלע קליפס?
קיקט נישט דארט אויס ווי 1000ער ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 17:20 |
|
| |
ויהי ממחרת,
די וויינעדיגע שטימע וואס האט נעכטען באמבאסטיש פארגעזינגען די שירי דוד המלך און די קרית יואל'ער גאסען, איז שוין ב''ה פארשטילט,
חזקאל גאלד'ס פראקאלעמאציע אז רבינו שליט''א איז אזוי קוק ימ''ש עפ''ל, איז שוין פראטאקאלירט געווארען, און די ארכיווען פון דעם אראבישען שערי חסד אונסעטוטציע,
מאיר יודל טעטנבוים דער שרף פון טשאטה'עס מאסיווע ליגיונת און פאנטאזיעס, האט שוין קונה שביתה געווען און די ווייטאגליכע הערצער פון די יושבי הסעפטיק ז''ל,
די קללות און ר''ת פון דעם עסקן נמרץ נגד כל דבר שבקדושה מיילעך שטערן שר''י האט שוין חל געווען אויף אלע שווארצע ריחות,
דער שטעפיווקער רבי השני, און שוין סטאציענירט געווארען און א גייסטישען אנשטאלט,
די שטילקייט און רואיקייט האט ציריק באהערש די גאסען פונעם הייליגען שטעטעל קרית יואל יע''א, תלי''ת
און ר' דוד עקשטיין הי''ו איז ביטער אנגעווייטאגט, פארוואס?
ער האט א טענה אז מען האט ארויסגעטראגען די ספרי תורה, פארוואס???? ווער וויל דען נישט מקיים זיין די הייליגע צוואה פון די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה''ט זי''ע,?
ר' דוד עקשטיין הי''ו שרייט חי וקים, אז ער לאזט דעם ביהמ''ד אפען, ער שטעלט בלויז אריין נייע גבאים, און שטעלט אפ די קאקעש קעק פארטי'ס ער טיט דאס בלויז לע''נ די הייליגע רעביצען,
געוואלד!!! ווער עס קען פוילען ביי די וואלדמאנ'ס מיט די סעפטיקער זיצער אז מען זאל מקיין זיין והשיב את הגזילה! און די מצוה פון לקיים דברי המת, און ציריק געבן די געוועזע קרעשמע פאר קהל, איז מחייב עס צו טאן, ווייל מען דארף מקיים זיין די צוואה פון די הייליגע רעבעצין ז''ל, אז און איר הויז זאל זיין א מקום תורה ותפילה,
דעם בית מדרש איז פארמאכט געווארען דירוך אחים וואלדמאן, קהל האט נישט געהאט קיין שום חלק און אזא מעשה נבלה וואו צו מאכען א בית מדרש,
אדרבה אויב די צוואה פון די הייליגע רעבצין איז אזוי הייליג ביי די געוועזענע יושבי הסעפטיק, לאמיר זען אז זיי זאלען געבן די שליסליך פון די דירה פאר קהל, און קהל וועט זיך זארגען מקיים צו זיין די צוואה פון די רעבעצין און אויף שטעלן דארטן צוויי נייע פליש'עס איינס אוהל אלטא פיגא און די צווייטע אוהל חי' רוזא, לע''נ די טאכטער פון רבינו הקוה''ט זי''ע
כלנו למען כבוד הרעבעצין ז''ל !!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 06:37 |
|
| |
KJ Closing Shoul Part 9
* width="500" height="405">
<*
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 06:29 |
|
| |
KJ Closing Shoul Part 8
* width="500" height="405">
<*
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 06:28 |
|
| |
KJ Closing Shoul Part Seven
* width="500" height="405">
<*
|
|
|
|
|